- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין סעפּטעמבער 1937, בעת דעם ייִדישן קולטור-קאָנגרעס אין פּאַריז, האָט דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער שרײַבער דוד איגנאַטאָוו פֿאַרפֿירט די רייד וועגן אַן "אומפּאַרטיייִשער פּאַרטיי", וואָס האָט, לויט זײַן מיינונג, שוין לאַנג עקזיסטירט אויף דער ייִדישער גאַס: "... כאָטש מען קען ניט אָנגעבן דאָס יאָר און דעם טאָג, ווען זי איז געגרינדעט געוואָרן, ווי מע קען דאָס אָנגעבן וועגן די אַנדערע פּאַרטייען, דער לעבנס־שטייגער אין די קליינע ייִדישע קהילות האָט שוין אין משך פֿון די לעצטע יאָרן אײַנגעפֿירט זײַן אייגענעם לוח, וווּ מע קאָן געפֿינען סײַ די טראַדיציאָנעלע ייִדישע יום־טובֿים און סײַ די דאַטעס און חגאות, וואָס אונדזער טאָג־טעגלעכקייט האָט זיי אײַנגעפֿירט. אַזוי איז פֿאָרגעקומען אויך הײַיאָר אין סעפּטעמבער־חודש, וווּ די צענטראַלע אונטערנעמען איז פֿאַרבונדן מיט דער טראַגישער יאָרצײַט נאָך די אומגעקומענע אינעם דובאָסאַרער "באַבי יאַר". ווען איך האָב אַנומלטן געשריבן וועגן דרײַ ייִדיש־וועלטלעכע בעלי־חרטה (אַבֿרהם גאָלאָמב, שלמה סײַמאָן און לייבוש לעהרער) וואָס האָבן אין די 1950ער און 1960ער יאָרן, אין סאַמע בלי פֿון זייערע קאַריערעס, “אויסגעדרייט דעם דישעל", חרטה געהאַט אָדער זיך אַנטוישט אין זייער וועלטלעכקייט און גענומען שטרעבן צו נאָך מער ייִדישער טראַדיציע, האָבן אפֿשר אייניקע “פֿאָרווערטס"־לייענער דאָס אַוועקגעמאַכט מיט דער האַנט. מע האָט ניט ווייניק געשריבן וועגן דעם, אַז אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד פֿלעגט מען פֿאַרשווײַגן דעם חורבן. מע האָט טאַקע ניט געהאַט קיין קאַטעדרעס, מוזייען און אינסטיטוטן, וועלכע זאָלן זיך באַשעפֿטיקן מיטן פֿאָרשן און באַשרײַבן די געטאָס, די זאָנדערקאָמאַנדעס און אַנדערע קאָמפּאָנענטן פֿון דער נאַציסטישער אויסראָטונג-מאַשין. אין ליטעראַטור, קינאָ און טעאַטער האָט מען וועגן דעם גערעדט זייער אָפּגעהיט, נאָר אַזוי ווי עס האָט געפֿאָדערט דער אַזוי-גערופֿענער אַגיטפּראָפּ (די אויפֿזעער פֿון אַגיטאַציע און פּראָפּאַגאַנדע). צו זײַן 55סטער יאָרצײַט די סימבאָליק וואָס מע געפֿינט אין די ראָש־השנהדיקע מינהגים, איז גוט באַקאַנט — למשל, מע עסט דעם קאָפּ פֿון אַ פֿיש, ווײַל ראָש איז טײַטש קאָפּ, אָדער מע עסט מערן־צימעס, מע זאָל, מיט מזל, זיך מערן אינעם נײַעם יאָר. דעם זיסן עפּל אײַנגעטונקען אין האָניק עסט מען, מע זאָל האָבן אַ זיס יאָר. אַנדערע דערמאָנען, אַז עזרא הסופֿר האָט שוין אונדז געהייסן ראָש־השנה עסן זיסע מאכלים — "אכלו משמנים ושתו ממתקים". דער 100סטער יובֿל פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ האָט געשאַפֿן אַ פּאַסיקן תּירוץ פֿאַר אַ ריי אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן, וועלכע האָבן דעמאָנסטרירט דעם הײַנטיקן ניוואָ פֿון די ייִדישע שטודיעס. ניט געקוקט אויף כּלערליי טענות, איז דער הײַנטיקער מצבֿ פֿונעם פֿעלד ווײַט ניט קיין שלעכטער. ייִדיש ציט צו זיך צו יונגע כּוחות, וועלכע ברענגען מיט זיך פֿרישע געדאַנקען, התלהבֿות, און, דער עיקר, ליבע צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. דעם 4טן סעפּטעמבער האָט "פֿילאָלאָגוס", דער פּסעוודאָנים פֿונעם שפּראַכקענער אין Forward (די ענגלישע שוועסטער-צײַטונג פֿון "פֿאָרווערטס"), רעאַגירט אויף אַ בריוו פֿון אַ לאָס-אַנדזשעלעסער תּושבֿ. יענער האָט געשטעלט אַ פֿראַגע וועגן דעם נוסח פֿון ייִדיש, וועלכן מע לערנט איצט אין די אוניווערסיטעטן און אַנדערע לערן-אַנשטאַלטן. הײַיאָר איז שוין ניט ווייניק געזאָגט און געשריבן געוואָרן וועגן טשערנאָוויץ, וואָס איז ממש פֿאַרהייליקט געוואָרן ווי דער ייִדישיסטישער סיני־באַרג, וווּ מיט אַ יאָרהונדערט צוריק האָט מען באַקומען די קאָנטורן פֿונעם מאָדערנעם ייִדיש און מאָדערנער ייִדישער קולטור. אַזוי יעדנפֿאַלס זעט עס אויס אָפֿט מאָל אין אַ טייל פֿון דער הײַיאָריקער ווי אויך פֿריִערדיקער זשורנאַליסטישער פּראָדוקציע. און דאָס איז, אין תּוך אַרײַן, נאַטירלעך און אַפֿילו געזעצמעסיק פֿאַר יעדער יוביליי-קאַמפּאַניע, און פֿאַר יעדער קאַמפּאַניע בכלל. צו זײַן 30סטער יאָרצײַט מאָטל טאַלאַלאַיעווסקי איז געווען אַ ייִדישער דיכטער — דערפֿאַר האָט ער ווי אַ סך אַנדערע ניט אויסגעמיטן דעם אַרעסט און פֿאַרשיקונג, טראָץ דעם וואָס ער האָט באַקומען אַן אָרדן פֿאַר זײַן העלדישקייט אין דער רויטער אַרמיי בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. ער איז געוואָרן פֿאַרשיקט אין מיטל־אַזיע; שפּעטער איז ער באַפֿרײַט געוואָרן. מאָטל טאַלאַלאַיעווסקי איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע. ער האָט באַקומען אַ ייִדיש־סאָוועטישע שול־בילדונג. דאָס יאָר איז דער "קלעזקאַנאַדע"־פֿעסטיוואַל געוואָרן אַ ביסל מער היימישער ווי געוויינטלעך. מע קען "דאַנקען" דעם פֿינאַנציעלן קריזיס פֿאַר דעם — עטלעכע צענדליק מענטשן, וועלכע האָבן זיך פֿאַרשריבן מיט חדשים פֿריִער, האָבן אין דער לעצטער מינוט באַשלאָסן, אַז זיי קענען זיך נישט פֿאַרגינען צו קומען און בלײַבן אין דער היים. וווּ מען איז געגאַנגען, האָט מען געקאָנט הערן, ווי מע ברומט אונטער מיט כּעס אויף די אַמעריקאַנער, וועלכע זענען "שולדיק" אין דעם שלעכטן מצבֿ, וואָס ווירקט אויף אַלע קולטור־אונטערנעמונגען די טעג. אין 1973, ווען ייִוואָ האָט אַרויסגעגעבן ד״ר מאַקס ווײַנרײַכס מײַסטערווערק — די פֿיר בענדיקע "געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך" האָט מען באַלד אײַנגעזען, אַז דאָס איז נישט נאָר אַ געשיכטע פֿון ייִדיש, נאָר אַ געשיכטע פֿון דער גאַנצער אַשכּנזישער קהילה, און נאָך מער — עס האָט אויך אַנאַליזירט די באַציִונג צווישן שפּראַך און געזעלשאַפֿט און די היסטאָרישע אַנטוויקלונג פֿון שפּראַכן אין אַלגעמיין. ווײַנרײַכס "געשיכטע" האָט תּיכּף פֿאַרנומען דעם אויבן אָן אין דער ליטעראַטור פֿון דער ייִדישער לינגוויסטיק. |