ייִדיש־וועלט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער 100סטער יובֿל פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ האָט געשאַפֿן אַ פּאַסיקן תּירוץ פֿאַר אַ ריי אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן, וועלכע האָבן דעמאָנסטרירט דעם הײַנטיקן ניוואָ פֿון די ייִדישע שטודיעס. ניט געקוקט אויף כּלערליי טענות, איז דער הײַנטיקער מצבֿ פֿונעם פֿעלד ווײַט ניט קיין שלעכטער. ייִדיש ציט צו זיך צו יונגע כּוחות, וועלכע ברענגען מיט זיך פֿרישע געדאַנקען, התלהבֿות, און, דער עיקר, ליבע צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. עס איז נאַטירלעך, אַז דער געביט פֿון ייִדיש־לימודים שפּיגלט אָפּ דעם צײַטגײַסט און ווערט באַווירקט דורך די לעצטע טענדענצן אין דער אינטעלעקטועלער סבֿיבֿה.

להיפּוך צו אַנדערע מאָדערנע שפּראַך־באַזירטע דיסציפּלינען, פֿאַרמאָגן די ייִדיש־לימודים ניט קיין פֿעסטן יסוד אין דער שול־בילדונג. דאָס רובֿ נײַע ייִדיש־פֿאָרשער מוזן אויסלערנען די שפּראַך אין די אוניווערסיטעטן, און ניט זעלטן הייבן זיי אָן זייער פֿאָרש־אַרבעט נאָך איידער זיי האָבן באַהערשט די שפּראַך. ייִדיש־שטודיעס אין אַמעריקע ציִען זייער ייִחוס פֿון מאַקס ווײַנרײַך און דער ווילנער ייִוואָ־טראַדיציע מיט איר באַגריף פֿון ייִדיש ווי אַ סינטעזירטע כּלל־שפּראַך, מיט דעם באַשטאַנדטייל פֿונעם "דרך־הש״ס" פֿונעם אַשכּנזישן ייִדנטום.

אָבער דער חריפֿותדיקער שׂכל פֿונעם הײַנטיקן יונגן פֿאָרשער, וועלכער איז באַהאַוונט אין די מאָדערנע און פּאָסט־מאָדערנע קריטישע טעאָריעס, וועט גלײַך דערקענען אין ווײַנרײַכס קאָנצעפּציע פֿון ייִדיש־רעדנדיקן אַשכּנז דעם באַגריף פֿונעם "אויסגעטראַכטן ציבור", וואָס ליגט ביסוד פֿון דער נאַציאָנאַליסטישער קולטור־בויונג. בעת ווײַנרײַך און זײַן שול האָבן געזוכט דעם "עצם" פֿון ייִדישקייט אין ייִדיש, איז דער סאַמע באַגריף גופֿא פֿון "עצמדיקייט" (עסענציאַליזם) שיִער ניט געוואָרן אַ זידלוואָרט פֿאַרן הײַנטיקן קריטיש־געשטימטן אַקאַדעמישן עולם. איצט האַלט מען, אַז די עצמדיקייט איז אַן אויסגעטראַכטע מעשׂה צוליב געוויסע אידעאָלאָגישע צוועקן.

ווײַנרײַכס צוגאַנג בלײַבט קוראַנט אין די אַלטע אַקאַדעמישע צענטערס פֿון ייִדיש־לימודים אויף דעם מיזרח־ברעג, אין ניו־יאָרק און באָסטאָן, אָבער אין די מערבֿדיקע קאַנטן, בפֿרט אין קאַליפֿאָרניע, הערשט אַ מער רעוויזיאָניסטישע שטימונג. און כאָטש דער קאַליפֿאָרניער בערקלי־אוניווערסיטעט, להיפּוך צו די קאָלומביאַ־אוניווערסיטעט, ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר, און האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, פֿאַרמאָגט ניט קיין פּראָפֿעסור פֿאַר ייִדיש, איז דאָס דער איינציקער אַקאַדעמישער צענטער אין אַמעריקע, וואָס פֿירט דורך אַ רעגולערע יערלעכע קאָנפֿערענץ וועגן ייִדיש.

דער הײַיאָריקער יובֿל האָט געגעבן אַ גוטע געלעגנהייט צו רעדן וועגן דער ירושה פֿון טשערנאָוויץ. די פּראָגראַם פֿון ייִדישן קולטורעלן המשך, וואָס מען האָט אַרומגערעדט אין טשערנאָוויץ, איז ניט מקוים געוואָרן. די קאָנפֿערענץ איז געווען אַן אוטאָפּישער פּרוּוו צו שאַפֿן אַ יש־מאין, אַ פֿולבלוטיקע נאַציאָנאַלע קולטור אויף אַ שפּראַך, וואָס האָט דעמאָלט ניט געהאַט קיין אָפֿיציעלע אָנערקענונג און ניט קיין אייגענע אינסטיטוציעס. אַרום דער קאָנפֿערענץ האָבן זיך איבערגעפֿלאָכטן כּלערליי פּאָליטישע, אידעאָלאָגישע, און פּערזענלעכע אַמביציעס.

אָבער ניט געקוקט אויף אַלע די חסרונות, און אין אַ געוויסן זין דווקא אַ דאַנק זיי, האָט די טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ באַקומען אַ הילכיקן רעזאָנאַנס אין פֿאַרשידענע קרײַזן. אפֿשר דער וויכטיקסטער אַספּעקט פֿון דער קאָנפֿערענץ איז געווען דאָס, וואָס זי האָט געגעבן אַ שטויס די אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען וועגן ייִדיש. מען האָט זיך גענומען צו פֿאָרשן דעם עבֿר, כּדי צו בויען אַ צוקונפֿט. אַזאַ מין אָריענטאַציע אויף דער צוקונפֿט צייכנט אָפּ אויך דעם אַקאַדעמישן צוגאַנג צו ייִדיש אין בערקלי. דאָ באַטראַכט מען ייִדיש ניט ווי אַ טויטע ירושה, וואָס מען דאַרף אָפּהיטן און שטודירן. פֿאַרקערט, מען זוכט אין ייִדיש קערנדלעך, פֿון וועלכע עס קאָנען אַרויסוואַקסן נײַע אידעען, אימאַזשן, מעטאַפֿאָרן, וועלכע קאָנען צו ניץ קומען אין דער הײַנטיקער וועלט.

פּראָפֿעסאָר חנה קראָנפֿעלד, וואָס לערנט העברעיִש און פֿאַרגלײַכיקע ליטעראַטור אין בערקלי־אוניווערסיטעט, האָט געגעבן דעם טאָן פֿון דער קאָנפֿערענץ מיט דערמאָנען זיך אין י.ל. פּרצעס רעדע אין טשערנאָוויץ. פּרץ האָט געחלומט וועגן דער צײַט, ווען ייִדיש וועט שפּילן אַ בכּבֿודיקע פּאַרטיע אין דער "פֿעלקער־סימפֿאָניע". די רעפֿעראַטן אויף דער קאָנפֿערענץ האָבן אַזוי אָדער אַנדערש באַרירט די דאָזיקע טעמע. יונגע און עלטערע פֿאָרשער האָבן אַרומגערעדט די באַציִונגען צווישן ייִדיש און אַנדערע שפּראַכן און קולטורן אין פֿאַרשידענע קאָנטעקסטן. ספּעציעל האָט מען באַרירט צוויי דימענסיעס, די ייִדיש־העברעיִשע און די ייִדיש־דײַטשישע קולטורעלע באַציִונגען, וואָס שפּיגלט אָפּ די אַקאַדעמישע אינטערעסן פֿון בערקלי. כּמעט יעדער רעפֿערענט האָט געמאַכט אַ פּרוּוו צו רעווידירן די אָנגענומענע אָנזיכטן און צו ווײַזן, אַז ייִדיש איז תּמיד געווען טיף פֿאַרבונדן מיט די אַרומיקע קולטורעלע סבֿיבֿות.

היסטאָרישע פּאַראַלעלן זײַנען אַוודאי קיין מאָל ניט פּינקטלעך, אָבער עס דאַכט זיך, אַז אויף דער הײַנטיקער אַקאַדעמישער מאַפּע פֿון ייִדיש־שטודיעס אין אַמעריקע זײַנען פֿאַראַן צוויי צענטערס׃ אַ "ליטוואַקישער" אין מיזרח און אַ "גאַליציאַנער" אין מערבֿ. דער ווײַטערדיקער פּראָגרעס פֿון ייִדישע פֿאָרשונגען וועט זײַן אָפּהענגיק פֿון דעם, ווי גוט זיי וועלן זיך צוהערן איינער צום אַנדערן.