ווען איך האָב אַנומלטן געשריבן וועגן דרײַ ייִדיש־וועלטלעכע בעלי־חרטה (אַבֿרהם גאָלאָמב, שלמה סײַמאָן און לייבוש לעהרער) וואָס האָבן אין די 1950ער און 1960ער יאָרן, אין סאַמע בלי פֿון זייערע קאַריערעס, “אויסגעדרייט דעם דישעל", חרטה געהאַט אָדער זיך אַנטוישט אין זייער וועלטלעכקייט און גענומען שטרעבן צו נאָך מער ייִדישער טראַדיציע, האָבן אפֿשר אייניקע “פֿאָרווערטס"־לייענער דאָס אַוועקגעמאַכט מיט דער האַנט.
אפֿשר איז עס אַזוי פֿאָרגעקומען, ווײַל יענע בעלי־חרטה זענען געווען “בלויז" אַמעריקאַנער און ניט קיין אייראָפּעער, צי ווײַל זיי זײַנען געווען “בלויז" ייִדישע דערציִער און ניט קיין “אמתע בעלי־מחשבֿה". וויל איך דערפֿאַר זאָגן אַ דאַנק דעם אַמעריקאַנער געבוירענעם פּראָפֿעסאָר פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער געשיכטע אין ישיבֿה־אוניווערסיטעט, ד"ר יהושע־מיכל קאַרליפּ, אַגבֿ איינער פֿון די זעלטענע ייִדיש־קענער און אוהבֿי־ייִדיש צווישן דער מאָדערנער אָרטאָדאָקסיע, פֿאַרן האָבן גאָר לעצטנס מחבר געווען אַ ביז גאָר אינטערעסאַנטע און באַלערנדיקע פֿאָרשונג פֿון דרײַ אַנדערע בעלי־חרטה*. אָט די לעצטע דרײַ זענען אי געווען פּאָלנע אייראָפּעער און, לכל־הדעות, גאַנצע בעלי־מחשבֿה ממש, פֿון פֿילאָסאָפֿיע, לינגוויסטיק און געשיכטע. דאָס זײַנען געווען די גוט־באַקאַנטע פֿאָרשער אליהו טשעריקאָווער, ישׂראל עפֿרויקין און זעליק קלמנאָוויטש. אַלע זענען זיי אויפֿגעוואַקסן אינעם צאַרישן רוסלאַנד פֿון נאָך דער רעוואָלוציע פֿון 1905, געווען טעטיק אינעם דאָרטיקן ייִדיש־געזעלשאַפֿטלעכן לעבן צווישן די צוויי וועלט־מלחמות, דער עיקר מחוץ דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און לסוף, צוזאַמען אַרויסגעגעבן די צוויי נומערן פֿונעם זשורנאַל “אויפֿן שיידוועג", וואָס האָבן האַרט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה פּונקט באַוויזן צו דערזען די שוין זייער קאַלעמוטנע שײַן.
די אויספֿורעמדיקע יאָרן: 1905—1917
אליהו טשעריקאָווער (1882—1948)
|
|
|
טשעריקאָווער איז אויפֿגעוואַקסן אין פּאָלטאַווע, צווישן דער משׂכּילישער אינטעליגענץ וואָס האָט נאָך אָנגעהויבן זייער אַרבעט אויף רוסיש, עפֿרויקין: אי אויף רוסיש און אי אויף ייִדיש, און קלמנאָוויטש: שוין אין גאַנצן אויף ייִדיש. טשעריקאָווער האָט אָנגעהויבן זײַן פֿאָרשונג מיט אַ מאַרקסיסטישער קריטיק פֿון מענדעלע־מוכר־ספֿרימס ווערק און, דערנאָך מיט אַ מער ייִדיש־נאַציאָנאַלער קריטיק פֿון דער נאָך דעמאָלט אַסימילאַטאָרישער “חבֿרה מפֿיצי־השׂכּלה". אָנגעהויבן ערנסט שרײַבן אויף ייִדיש האָט ער ערשט נאָכן פֿאַרלאָזן רוסלאַנד, אין 1915, גראָד אין ניו־יאָרק, מיט דער אַקטיווער דערמוטיקונג פֿון בער באָראָכאָוון (וועלכער איז אַליין געהאַט געבוירן געוואָרן אין אַ רוסיש־רעדנדיקער היים). זײַענדיק דאָ איז ער געוואָרן מער נאַציאָנאַליסטיש געשטימט, גלייבנדיק, אַז בײַ ייִדן דאַרף זײַן אַ יד־אַחת צווישן זייער נאַציאָנאַליזם (די פֿאַרטיידיקונג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק קעגן רדיפֿות און נגישות) און דעם סאָציאַליזם (די פֿאַרטיידיקונג פֿון יושר אויף דער גאָרער וועלט). אויך דאָ אין אַמעריקע איז בײַ אים געבוירן געוואָרן די הויפּט־טעמע פֿון זײַן גאַנצן שפּעטערדיק לעבן: די אויספֿאָרשונג פֿון פּאָגראָמען קעגן ייִדן אויפֿן סמך פֿון דעטאַליזירטע היסטאָרישע באַווײַזן. די באַרעכטיקונג פֿאַר אָט דעם שליחות האָט ער געפֿונען אין יחזקאלס “בדמיך חיי!" כאָטש עס האָט זיך אין אים פֿאַראַנקערט אַ טיפֿער פּעסימיזם אין דער פֿעיִקייט פֿון דער וועלט צו העלפֿן ייִדן בײַצוקומען דעם אומעטומיקן און שטענדיקן אַנטיסעמיטיזם, איז ער נאָך דער רעוואָלוציע פֿון 1917 צוריקגעפֿאָרן קיין רוסלאַנד, דער עיקר כּדי זיך צו באַטייליקן אין דער אַרבעט לטובֿת דער ייִדישער אויטאָנאָמיע אין אוקראַיִנע. דאָרטן האָט ער זיך געפֿונען בעת די בלוטיקע פּעטליורע־פּאָגראָמען און זיך תּיכּף גענומען אויפֿקלײַבן וועגן זיי אַלע מעגלעכע דעטאַלן. קיין אַמעריקע איז ער צוריקגעקומען ערשט בײַם אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה און דאָ האָט ער אָנגעשריבן זײַן מײַסטערווערק “די אוקראַיִנער פּאָגראָמען אין יאָר 1918" (1944). דאָ האָט ער אויך רעדאַקטירט דעם ערשטן באַנד פֿון דער “געשיכטע פֿון דער ייִדישער אַרבעטער־באַוועגונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן" (1943). ביידע בענד זענען אַרויסגעגעבן געוואָרן פֿונעם ייִוואָ (ניו־יאָרק), וווּ טשעריקאָווער איז געווען (און פֿון פֿריִער שוין געהאַט געווען) דער סעקרעטאַר פֿון דער היסטאָרישער סעקציע.
ישׂראל עפֿרויקין (1884—1954)
|
|
|
פּונקט ווי בײַ טשעריקאָווערן, נאָר אַפֿילו נאָך פֿריִער, איז בײַ עפֿרויקינען פֿאָרגעקומען אַן איבערגאַנג אין זײַן זשורנאַליסטישער און פּובליציסטישער אַרבעט פֿון אַ סאָציאַליסטישן צו אַ נאַציאָנאַלן אינהאַלט. ער איז געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער “דובנאָוויסטישער" סיימיסטן־פּאַרטיי (אין פֿאַרגלײַך מיט מערסטע אַנדערע דעמאָלטיקע ייִדישע פּאַרטייען, אפֿשר בלויז אַ “פּאַרטייעלע" אין כּמות, נאָר אַ פּאַרטיי ממש אין חשיבֿות) וואָס האָט געהאַלטן אַז מאָדערנע ייִדישע פּאַרטייען (אַרײַנגערעכנט די סאָציאַליסטישע) דאַרפֿן אָננעמען דעם גאַנצן ייִדישן עבֿר און לעבנס־שטייגער און אַרײַנציִען די ייִדישע אָרעמשאַפֿט, פֿון איין זײַט, און קליינע בעלי־מלאָכות, פֿון דער אַנדערער זײַט, כּדי צו ווערן פּאַרטייען פֿונעם גאַנצן פֿאָלק און ניט בלויז פֿון די אַרבעטער. אויך אַנדערע ייִדישע פּאַרטייען זענען לויט עפֿרויקינען געווען צו שמאָל און איינזײַטיק, ניט אין אַ גענוג נאָענטן קאָנטאַקט מיט אַלערליי “ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר", זייערע נויטן, אינטערעסן און חלומות. ער האָט אַגיטירט פֿאַר מאָדערנע ייִדישע פֿאָלקשולן אויף ייִדיש (און דעריבער קעגן די רוסיפֿיצירנדיקע שולן פֿון דער “חבֿרה מפֿיצי־השׂכּלה". ער האָט קלאָר דעפֿינירט און שטאַרק געשטיצט דעם ציל פֿון ייִדישער קולטור־אויטאָנאָמיע אין רוסלאַנד גופֿא און פֿאַר אַ דעמאָקראַטישער ייִדישער קהילה־אָרגאַניזאַציע צווישן ייִדן, דאָס הייסט, “צווישן זיך אַליין". כאָטש ער האָט זיך געפֿילט זייער דערמוטיקט פֿונעם אורטייל וואָס עס האָט אַרויסגעטראָגן אין 1913 דער בייליס־פּראָצעס און פֿון דער סימפּאַטיע צו ייִדן וואָס די פּראָגרעסיווע אינטעליגענץ האָט בעתן פּראָצעס אַרויסגעוויזן, איז ער אָבער אויך גלײַכצײַטיק געווען באַווירקט פֿון געפֿילן פֿון טיפֿער זאָרג פֿאַר דער קולטורעלער און עקאָנאָמישער צוקונפֿט פֿון ייִדן אין רוסלאַנד. אָט די זאָרג איז פֿאַרטיפֿט געוואָרן פֿון דער רעוואָלוציע, וואָס איז געווען אי פֿיל־צוזאָגנדיק, אי נאָך מער דערשרעקנדיק. ער האָט געהאַלטן, אַז ייִדן מוזן מיטאַרבעטן אויף יעדן מעגלעכן פֿראָנט מיט אַנדערע, כּדי צו דערגרייכן זייערע אייגענע צילן; נאָר זיי זענען געווען ניט גענוג געאייניקט צווישן זיך, צו אָפּהענגיק און צו אויסגעשטעלט צו אומגליקן פֿון יעדער ריכטונג: פֿונעם אַנטיסעמיטיזם, פֿון דער רעוואָלוציע גופֿא און פֿון דער אַסימילאַציע. קעגן אַזוי פֿיל געפֿאַרן האָבן די עטלעכע פֿרײַנד פֿון ייִדן ניט געקענט האָבן קיין שטאַרקע פּעולה. אָן די “פֿרײַנד" וואָלט אַוודאי געווען נאָך ערגער, נאָר פֿאַרלאָזן זיך אויף זיי אַליין האָט מען אויך ניט געטאָרט. דער סאָציאַליזם זוכט אַפֿילו ניט קיין ענטפֿער אויף די פּראָבלעמען פֿון יענע ייִדן וואָס זענען ניט קיין אַרבעטער (און ס’רובֿ זענען דאָך ניט), דער ציוניזם איז אַנטלויפֿעריש קיין ארץ־ישׂראל, קעגן דער שפּראַך און קולטור פֿונעם רובֿ־מנין־ורובֿ־בנין פֿונעם פֿאָלק, און אָנגעשפּיצט בלויז אויף אַגריקולטורעלער פּראָדוקטיוויזירונג. קיין ייִאוש זעט זיך ניט בײַ אים, נאָר קיין אויסוועג זעט ער אויך ניט. צו אָט דעם געפֿיל פֿון אויסוועגלאָזיקייט וועט ער זיך נאָך אָפֿט אומקערן נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה און, דער עיקר, מיט דער דערנעענטערונג פֿון דער צווייטער.
זעליק קלמנאָוויטש
(1881 אָדער 1885—1944)
|
|
|
להיפּוך צו עפֿרויקינען און אַפֿילו צום לכתּחילהדיקן נוסח פֿון טשעריקאָווערן, וואָס זיי זענען ביידע געווען אָריענטירט אויף פּאָליטישער טעטיקייט לטובֿת פּאָליטישע צילן, איז קלמנאָוויטש געווען כּמעט דורכויס אָריענטירט אויף קולטור און אויף פֿאָרשונג. ער האָט געדינט דעם ייִדישיזם דורך פּאָפּולערע וויסנשאַפֿטלעכע, היסטאָרישע און לינגוויסטישע אַרטיקלען און בראָשורן. ער האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש ביכער פֿון דער וועלט און פֿון דער העברעיִשער ליטעראַטור. ער האָט דערבײַ באַרײַכערט דאָס ייִדישע לשון, זיך געהאַלטן בײַ זײַן כאַראַקטעריסטיש קלאָרער, קאָרעקטער שפּראַך און לײַכטן סטיל. אַזוי ווי עפֿרויקין, איז ער געווען אַ סיימיסט, נאָר אָפּגעגעבן האָט ער זיך כּמעט בלויז מיט קולטור־אַרבעט און אַפֿילו ניט מיט פּאָליטישע באַמיִונגען און פּאָפּולערע אַרטיקלען מכּל־המינים. ער האָט פֿאַרדינט זײַן אָרעם שטיקל ברויט ווי אַ קאָרעקטאָר און אַרויסגעגעבן ס’רובֿ פֿון זײַנע ביכער (למשל אַ טייל פֿון דובנאָווס “ייִדישע געשיכטע" און פֿלאַוויוסעס “ייִדישע מלחמות") אינעם באַרימטן קלעצקין־פֿאַרלאַג, וווּ ער איז לסוף אויך געוואָרן אַ מיטרעדאַקטאָר.
קלמנאָוויטש האָט זיך באַטייליקט אין ניגערס קורץ־דויערנדיקע “ליטעראַרישע מאָנאַטסשריפֿטן" (1908) און דערנאָך אין “לעבן און וויסנשאַפֿט". ביידע זשורנאַלן זענען געווען אַפּאָליטישע, אינטעליגענטישע און נאַציאָנאַל־אָריענטירטע אויסגאַבעס, בעת זיי האָבן געשטרעבט צו פֿאַרבירגערן ייִדן אין דער אייראָפּעיִשער קולטור־ און געדאַנקען־וועלט. אין 1913 רעצענזירט ער אין די “ייִדישע וועלט" זשיטלאָווסקיס אַ באַנד געזאַמלטע עסייען און איז דערנאָך כּמעט אַ גאַנץ לעבן־לאַנג געבליבן אַ תּלמיד און אַ באַוווּנדערער אי פֿון זשיטלאָווסקיס געדאַנקען, אי פֿון זײַן ערנסטן, לײַכטן און פּינקטלעכן פּאָפּולערן סטיל. אַ דאַנק זשיטלאָווסקין האָט קלמנאָוויטש צובאַקומען אַ דרך־ארץ פֿאַרן סאָציאַליזם, נאָר זיך ניט אָפּגעקערט פֿון זײַן הויפּט־ציל צו דינען די מאַסן דורך ברענגען זיי אויך צו איבערפּאַרטיייִשע וויסנשאַפֿטן (און, דער עיקר, צו אומפּאַרטיייִשע ייִדישע וויסנשאַפֿטן) לטובֿת דער באַרײַכערונג פֿונעם פֿאָלקס וויסן און אויפֿטוען.
די נאַציאָנאַלע השפּעה און שליחות פֿון ייִדיש
קלמנאָוויטש האָט געקענט צו פֿיל לינגוויסטן צו אַרגומענטירן לטובֿת ייִדיש אויפֿן ראָמאַנטישן דרך פֿון הערדערן, פּרצן און פֿון זשיטלאָווסקין. ער האָט ניט געהאַלטן אַז געביטן פֿון ייִדיש פֿון איר קדמונימדיקן דײַטשן מקור האָט עפּעס אַ מיסטישע “ייִדישע פֿאָלקס־נשמה", נאָר דעם פֿאָלקס טראַדיציע גופֿא. ער האָט באַוויזן אַז דער גוואַלדיקער שינוי וואָס איז דאָ פֿאָרגעקומען איז געווען אַ דאַנק אַזעלכע עיקרדיקע ייִדישע קולטור־ווירקונגען ווי דער פֿיל־טויזנט־יאָריקער מינהג פֿון לערנען אין חדר און ישיבֿה, פֿון קינדווײַז אָן (און דאָס גאַנצע לעבן דערנאָך), אין משך פֿון קנאַפּע 100 שעה פּער וואָך, אויף דער פֿאָלקשפּראַך פֿונעם רובֿ תּלמידים. דורך דער קולטור־שיטה פֿון טײַטשן יעדע וואָך די פּרשה מצד “זאָגערינס" איז אַפֿילו דאָס לשון פֿון פֿרויען אויך גרונטיק באַווירקט געוואָרן פֿון לשון־קודשדיקער גראַמאַטיק, ווערטער־סדר און וואָקאַבולאַר. בלויז אַ דאַנק דעם כּסדרדיקן צווישנאַנאַנד צווישן ייִדיש און לשון־קודש איז פֿון אַ גערמאַנישן דיאַלעקט אויסגעוואַקסן אַ טיף־ייִדישע כּלה און דאָס האָט באַפֿרײַט דאָס ייִדישע לשון פֿון איר פֿרעמדן מקור און בלויז אָט דער כּסדרדיקער צווישנאַנאַנד האָט אַרײַנגעפֿירט ייִדיש ראשו־ורובו אין דער אייגענער ייִדישער קולטור־וועלט אַרײַן. קלמנאָוויטש האָט זײַן געדאַנקען־גאַנג באַשטעטיקט מיט צענדליקער ציטאַטן פֿון דער אַלטער און עלטערער ייִדישער ליטעראַטור (חומש־ און תּנ"ך־טײַטש, צאינה־וראינה־אויפֿלאַגעס א"אַ אַלטע כּתבֿ־ידן און דרוק־אַרבעטן) וואָס האָבן באַוויזן ווי מיט יעדן יאָרהונדערט איז ייִדיש געוואָרן מער ייִדישלעך און ווייניקער נוסח־דײַטש. ערשט אין מיטן פֿונעם 20סטן י"ה האָבן אַנדערע ייִדישע לינגוויסטן, שלמה בירנבוים, מאַקס ווײַנרײַך און מרדכי שעכטער בתוכם, אָנגענומען און ווײַטער אַנטוויקלט קלמנאָוויטשעס געוואַגטן אַרגומענט.
קלמנאָוויטש איז אויך געווען דער ערשטער אויפֿצוהייבן דעם קאַמף קעגן “דײַטשמעריש" (אין 1908!) און ער האָט אַפֿילו געטאַדלט דעם גרויסן זלמן רייזענען פֿאַר ניט גענוג דערווײַטערן ייִדיש פֿון לגמרי ניט־נייטיקע (פֿרעמדע) דײַטשישע השפּעות. אויף אַ זייער ענלעכן אופֿן האָט ער פֿאַרגליכן דובנאָווס ייִדישע איבערזעצונג פֿונעם ערשטן באַנד פֿון זײַן “אַלגעמיינע ייִדישע געשיכטע" צו דער מיצווה פֿון השבֿת־אַבֿדה (דאָס אומקערן עפּעס וואָס איז פֿאַרלוירן געגאַנגען, מצד אַן אַנדערן וואָס האָט עס דערנאָך געפֿונען). לויט קלמנאָוויטשן איז דובנאָוו געווען דער וואָס האָט אומגעקערט די ייִדישע געשיכטע אי צו העברעיִש, אי צו ייִדיש, נאָך דעם ווי אַנדערע ייִדישע היסטאָריקער האָבן די ייִדישע געשיכטע געהאַט פֿאַרלוירן צו אַנדערע לשונות (דער עיקר צו דײַטש). די לומדות פֿון דער “Wissenschaft des Jüdentums" האָט בלויז אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס אין דער ליטעראַרישער און רעליגיעזער ייִדישער געשיכטע, נאָר, ווי קלמנאָוויטש האָט גרינג באַוויזן, “דובנאָוו האָט געוווּסט בחוש אַז ייִדן האָבן געפֿירט אַ פֿאָרזיכטיק לעבן אויף דער גאַס, אין דער היים און אין קהילה־ענינים". קלמנאָוויטש האָט אַפֿילו געהאַלטן אַז מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע היסטאָריקער דאַרפֿן זיך בעסער אַראָפּנעמען אַ מוסר־השׂכּל פֿונעם דײַטשישן פֿילאָסאָף און ייִדן־פֿרײַנד יאָהאַן גוסטאַוו הערדער, ווי פֿונעם דײַטש־ייִדישן היסטאָריקער הײַנריך גרעץ. דורך איבערזעצן דובנאָוון אויף ייִדיש האָט קלמנאָוויטש געהאַלטן, אַז ער (קלמנאָוויטש) איז ממשיך דעם פּראָצעס פֿון געפֿינען אַן אַלטערנאַטיוון וועלטלעך־קאָלעקטיוון זכּרון פֿאַרן מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. דער ייִדישיזם, לויט קלמנאָוויטשן, שאַפֿט אַ נײַעם, דינאַמישן סינטעז צווישן דער אייביקער ייִדישער מסורה און דער מאָדערנער אייראָפּעיִשער קולטור. קלמנאָוויטש איז אָבער באַשטאַנען דערויף, אַז אין אָט דעם סינטעז מוז אַרײַנגענומען ווערן די גאַנצע פֿיר־טויזנט־יאָריקע געשיכטע פֿונעם ייִדישן וועלטפֿאָלק און ניט בלויז די מאָדערנע. אייגנטלעך, דאַרף מען זען אין קלמנאָוויטשן דער עיקר אַ נאָכגייער פֿון פּרצן, מיט זײַן באַטאָנונג פֿון העברעיִש (דאָס הייסט, פֿון ייִדיש נאָר ניט בלויז פֿון ייִדיש), פֿון דער טראַדיציע (פֿון אַן אַקצעפּטירונג מצד ייִדן פֿונעם מאָדערנעם אייראָפּעיִשן געדאַנק, נאָר ניט בלויז פֿונעם מאָדערנעם אייראָפּעיִשן, נאָר אויך פֿונעם ייִדישן פֿון אַלע צײַטן). אַרום און אַרום הייסט בײַ פּרצן די “גאָלדענע קייט", דאָס געפֿינען אַ זכות פֿאַר אַלץ און פֿאַר אַלעמען וואָס איז געווען אַ שאַפֿערישער חלק פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אומעטום און בפֿרט אין מיזרח־אייראָפּע. אָבער אין דער אונטערשטער שורה איז קלמנאָוויטש געבליבן בעת דער ערבֿ־רעוואָלוציע און ערבֿ־מלחמה־צײַט אַ וועלטלעכער מענטש און אַ חסיד פֿון דער וועלטלעכער באַפֿרײַונג פֿון דער פֿרומער תּקיפֿשאַפֿט.
(סוף אין קומענדיקן נומער)