ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(אָנהייב אין פֿאָריקן נומער)

יעדעס יאָר, יעדן נײַעם סעמעסטער, ווען איך גרייט זיך אַרײַנצוגיין אין אָנהייבער־ייִדיש־קלאַס, קלאַפּט בײַ מיר דאָס האַרץ. וואָס איז די מעשׂה? אָפּגעלערנט אַזוי פֿיל יאָר און שרעק זיך נאָך אַלץ אַז איך וועל עפֿענען די טיר און דער קלאַס וועט זײַן ליידיק. און יעדעס מאָל, ווען איך עפֿן די טיר דעם ערשטן טאָג פֿון לערנען מיט אָנהייבער, און דערזע אַ פֿולן קלאַס, וואַקסט אין מיר דאָס האַרץ. ווי האָב איך זיך געקענט אַזוי טועה זײַן? עס קומט מיר אויפֿן געדאַנק חיים גראַדעס אַ זאָג אין זײַן "וויכּוח:"

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

האָט איר, אפֿשר, באַמערקט אַזאַ פֿענאָמען: אַן ערנסט בוך, וואָס האָט אַ דירעקטן שײַכות צו ייִדיש (למשל, אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון אַ באַקאַנטן ייִדישן שרײַבער), באַמערקט מען, בדרך-כּלל, ניט אַפֿילו אין דער ייִדישער (דאָס הייסט, "דזשויִש") פּעריאָדיק. אָבער ווען עס באַווײַזט זיך אַ בוך פֿון ייִדישע וויצן (ייִדיש איז דאָך funny!), צי אַ בוך, וווּ ייִדיש ווערט אויסגענוצט בלויז ווי אַ מין טעאַטער-דעקאָראַציע, — אַזאַ סחורה ווערט גלײַך אונטערגעכאַפּט, אַרומגערעדט און געלויבט.

ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סטודענטן אין קאָלומביע-אוניווערסיטעט וואָס לערנען זיך ייִדיש הײַנטיקס-יאָר. די לערערין מרים האָפֿמאַן זיצט די צווייטע פֿון רעכטס.

אַזוי ווי יעדעס יאָר, באַקען איך אײַך מיט מײַנע סטודענטן אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. בלויז מיט די אָנהייבער, הייסט עס, די מיטעלע קענט איר שוין פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָר און די אַוואַנסירטע פֿון יאָרן צוריק. נאָך אַלעמען, ייִדן וואָס לעבן זיך אויס מיט ייִדיש, לייענען די ייִדישע צײַטונג, רעדן מאַמע־לשון, ווילן זען אַ שטיקעלע נאָכוווּקס. יונגע חבֿרה לערנען זיך ייִדיש, און לאָמיך זיך טיילן מיט אײַך, נישט נאָר לערנען זיי זיך עפּעס אויס, נאָר איך לערן זיך אויס אַ סך פֿון זיי. ווי למשל, ווער זיי זײַנען?

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צווישן די לידער פֿון דער דיכטערין פּעסיע הערשפֿעלד־פּאָמעראַנץ איז פֿאַראַן אַן אינטערעסאַנט ליד וועגן דער העלדין חנה סענעש. זי איז געווען דאָס יונגע מיידל, וואָס איז אומגעקומען בעת דער מלחמה ווען מען האָט זי געכאַפּט, נאָך דעם ווען מען האָט זי אַראָפּגעפּאַראַשוטירט אין יוגאָסלאַוויע, כּדי צו ראַטעווען געפֿאַנגענע אונגאַרישע ייִדן און צו אָרגאַניזירן אַ ווידערשטאַנד. מע האָט זי געפּײַניקט און געטויט. דאָס ליד האָט צוויי טיילן; די ערשטע טייל דערציילט וועגן חנה סענעשעס גבֿורה:

ייִדיש־וועלט
"פֿאָרווערטס"־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער באַגריסט לילקע מײַזנער, לאַורעאַט פֿון אַן אויסצייכענונג לכּבֿוד אַ לעבן־לאַנגיקער איבערגעגעבנקייט צו דער ייִדישער קולטור

די שטאָט סאַן־דיעגאָ און פֿאָרשטאָט לאַ־הויאַ אין קאַליפֿאָרניע זענען מער באַקאַנט פֿאַר זייערע וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס און טעכנאָלאָגישע פֿירמעס. אָבער פֿונעם 24סטן ביזן 27סטן אָקטאָבער האָט מען דאָרטן אָפּגעהאַלטן די יערלעכע קאָנפֿערענץ פֿון דער "אינטערנאַציאָנאַלער אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש־קלובן"; אַן אונטערנעמונג וואָס ברענגט צונויף פֿאָרשטייער פֿון אַלע עקן אַמעריקע, ווי אויך ייִדיש־ליבהאָבער פֿון מעקסיקע, קאַנאַדע, און נאָך אַנדערע לענדער. די אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש־קלובן האָט זיך געגרינדעט אין 1993 אין וואַשינגטאָן און די הײַיאָריקע קאָנפֿערענץ איז געווען די צוועלעפֿטע אין איר געשיכטע. דאָס יאָר האָט מען באַטאָנט עטלעכע טעמעס און צילן.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער ייִדישער קולטור-קאָנגרעס, פּאַריז, סעפּטעמבער 1937

מיט צען יאָר צוריק האָט מען אין "מענדעלע", דעם אינטערנעץ-אַדרעס וווּ מע קיבעצט וועגן ייִדיש, זיך צערעדט וועגן דעם באַגריף "ייִדישלאַנד". דער עיקר, וועגן דעם, פֿון וואַנען דאָס וואָרט בכלל האָט זיך גענומען. יוסף ווײַסמאַן, דער אויסערגעוויינטלעך ערודירטער מענטש און איינער פֿון די טאַטעס פֿון "מענדעלע", האָט דעמאָלט אָנגעוויזן אויף צוויי זאַכן: ערשטנס, אַז דאָס וואָרט איז באַזונדערס פּאָפּולער אין פֿראַנצויזיש-שפּראַכיקע אויסגאַבעס; צווייטנס, אַז דאָס וואָרט באַווײַזט זיך אין אַ טעקסט, וואָס חיים זשיטלאָווסקי האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין יאָר 1937.

דאָס פּינטעלע ייִדיש
חנה ווירט־נשר

חנה ווירט־נשר איז די גרינדער־דירעקטאָרין פֿון גאָלדרײַך־אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור. זי פֿאַרנעמט די קאַטעדרע פֿאַר שטודירן די ייִדישע דערפֿאַרונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אויפֿן נאָמען פֿון שמואל און פּערי האַבער בײַם אוניווערסיטעט פֿון תּל־אָבֿיבֿ. זי איז די מחברין פֿון "שטאָט־קאָדן׃ לייענענדיק די מאָדערנע שטאָטישע ראָמאַנען"; לעצטנס, איז אַרויס איר נײַ בוך׃ "רוף דאָס ענגליש׃ די שפּראַכן פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור".


ייִדיש־וועלט
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
רועי גרינוואַלד

ווען נישט זײַן פֿאָרטראָג אין בית־לייוויק, וואָס איז לעצטנס צושטאַנד געקומען אַ דאַנק דער איניציאַטיוו פֿון דער לערערקע סאָניע ראָזענבערג, וואָלט איך מיט רועי (ראָיִ) זיכער זיך נישט געטראָפֿן. ס'איז שוין ווײַט נישט קיין וואָכיקע געשעעניש צו אַנטדעקן אין אונדזער נאָענטן אַרום אַ ישׂראלדיקן ייִדיש־אינטעלעקטואַל אַרײַנגעטאָן אין פֿאָרשן פֿראַגן מיט אַ קוים לײַכטן אַנקער צו אונדזער טאָג־טעגלעכן לעבן, און פֿון דעסטוועגן, געקניפּט און געבונדן מיט אונדזער ווירקלעכקייט.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

שמשון פֿערשט איז געבוירן געוואָרן אין 1866 אין אַ דאָרף לעבן נאָוואָסעליץ, בוקאָווינע, און איז געשטאָרבן אין בוקאַרעשט אין 1968. ער האָט געשריבן פּשוטע, פֿאָלקסטימלעכע לידער, פּאַראָדיעס, לידער באַזירט אויף פּאָפּולערע מעלאָדיעס. זײַנע סוזשעטן זײַנען געווען וועגן אַרבעטער, וועגן נויט, וועגן זײַן לעבן, וועגן דער ערשטער וועלט־מלחמה און אַנדערע.

ייִדיש־וועלט, מוזיק
אַרקאַדי גענדלער אין ווין

אָנהייב חודש איז דער ייִדישער זינגער־קאָמפּאָזיטאָר פֿון אוקראַיִנע, אַרקאַדי גענדלער, געווען עטלעכע טעג אין ווין.זײַנע אויפֿטריטן זײַנען פֿאַרווירקלעכט געוואָרן אַ דאַנק דער איניציאַטיוו פֿון ראָמאַן גרינבערגן, דעם קינסטלערישן אָנפֿירער פֿונעם "ווינער ייִדישן כאָר". זונטיק, דעם 5טן אָקטאָבער, איז פֿאָרגעקומען גענדלערס קאָנצערט מיטן כאָר.

גענדלער איז גוט באַקאַנט אין דער סבֿיבֿה פֿון קלעזמער־ענטוזיאַסטן. אויך ראָמאַן גרינבערג האָט זיך באַקענט מיט אים אויפֿן ייִדיש־פֿעסטיוואַל אין פּעטערבורג מיט עטלעכע יאָר צוריק און דערנאָך אויסגעלערנט מיטן כאָר גענדלערס ליד "זינגט אויף ייִדיש".

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַלע ווייסן, אַז דאָס אַרומפֿאָרן מאַכט אַ מענטשן ניט בלויז מיד, נאָר אויך אַ ביסל קליגער. למשל, מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט מען מיך גערופֿן צו לייענען אַ לעקציע אין פּאָרטלענד, אָרעגאָן, וווּ עס געפֿינט זיך דער באַקאַנטער "ריד-קאָלעדזש". דאָרטן האָב איך זיך דערוווּסט, אַז דער נאָמען האָט צו טאָן מיט דער היגער רײַכער משפּחה, ריד, וועלכע האָט מיט אַ יאָרהונדערט צוריק זיך צעבײַטלט אויף דער לערן-אינסטיטוציע. נאָך מער: טאַקע פֿון אָט דער משפּחה שטאַמט דזשאָן ריד, דער פּיאָנער פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער באַוועגונג און דער העלד פֿונעם "אָסקאַר"-באַקרוינטן פֿילם "רויטע" (Reds).

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע

מיר ברענגען "אַ קראַנץ סוכּות און שׂימחת־תּורה" לידער לכּבֿוד די יום־טובֿים אינעם נײַעם יאָר. די ייִדישע פּאָעטן האָבן אין פֿאַרשיידענע צײַטן אויסגעדריקט די פֿרייד און מחשבֿה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק בײַם פּראַווען די יום־טובֿים. זאָל די פֿרייד באַגלייטן די אַלע גוטע וווּנטשן, וואָס מיר האָבן געגעבן פֿאַר געזונט, גליק, שלום און אַ סטאַביליזירונג אין לאַנד.