- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נינאַ מיכאָעלס, לעוו בערגעלסאָן און אַלאַ זוסקין־פּערעלמאַן דערציילן וועגן זיך און זייערע טאַטעס פּונקט ווי יעדעס יאָר דערמאָנען מיר אין דער צײַט, מיט טרויער די אומגעבראַכטע ייִדישע קולטור־טוער אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, דעם 12טן אויגוסט 1952. וואָס איז געווען זייער שולד, אַז די סאָוועטישע מאַכט האָט געהאַלטן פֿאַר וויכטיק אַרויסצוטראָגן זיי דעם שרעקלעכסטן אורטייל — צעשיסן! עס איז פּאַסיק, אַז אין דער וואָך, ווען מע דערמאָנט דעם טראַגישן גורל פֿון דער ייִדישער קולטור אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און, בפֿרט, פֿונעם אומקום פֿון די סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער דעם 12טן אויגוסט 1952 — האָט מען די געלעגנהייט צו רעצענזירן אַ בוך, וואָס הייבט אַרויס די אויפֿטוען פֿון צוויי סאָוועטיש־ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן. איינער פֿון זיי, משה בערעגאָווסקי (1892—1961), איז גוט באַקאַנט דער אַקאַדעמישער וועלט און אַלע ליבהאָבער פֿון געזאַנג און קלעזמער־מוזיק. מיר ייִדן האָבן אַמאָל פֿאַרמאָגט אַ זעלטענעם חוש פֿאַר הומאָר, סאַטירע, חוזק, שפּאָט, איראָניע, לצנות און סתּם הלצה, און אַלץ אויף ייִדיש. נישט גענוג וואָס מיר האָבן געטריבן קאַטאָוועס פֿון אייגענע און פֿון פֿרעמדע, האָבן מיר אויך קאַטעגאָריזירט אונדזער קאַריקאַטור, פֿאַרשריבן און פֿאַרחתמעט יעדעס געשעעניש, יעדעס שטיקל נײַעסל, יעדעס בליצל וואָס האָט אַדורכגעאַקערט דעם ייִדישן מוח. אַלץ האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿאָלקס־אַפֿאָריזם. מע קען ניט זאָגן, אַז דער ענין פֿון דזשוליוס און עטל ראָזענבערג איז כאָטש אויף אַ ווײַלע אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן. אָבער אין דער לעצטער צײַט ווערט עס באַזונדערס אַקטיוו באַהאַנדלט אין דער מעדיאַ. אין האַרבסט 2007 האָט מען די ראָזענבערגס דערמאָנט, ווען ס׳איז געשטאָרבן אַלעקסאַנדר פֿעקליסאָוו, דער סאָוועטישער אויסשפּירער, וואָס האָט געהאַט אַ דירעקטן שײַכות צום גנבֿענען מיליטערישע סודות. אַרום דער זעלבער צײַט, האָט די רוסישע רעגירונג באַשלאָסן צו באַלוינען מיטן העכסטן טיטל, "העלד פֿון רוסלאַנד", דעם ניט לאַנג צוריק פֿאַרשטאָרבענעם סאָוועטישן (אָבער אַמעריקאַנער-געבוירענעם) אויסשפּירער דזשאָרזש קאָוואַל. ס׳איז אָנגעקומען פֿונעם יונגן ישׂראלדיקן לינגוויסט און פּרעכטיקן ייִדיש־קענער צבֿי סדן, וואָס אַ מאָל, איידער ער איז געקומען פֿון יאַפּאַן קיין ישׂראל, האָבן מיר אים אַלע געקענט ווי טסוגייאַ (צוויקאַ סאַסאַקי). דער פֿאָרויסגעזעענער סדר־היום פֿון אַ קאָנפֿערענץ וועגן ישׂראלדיקער שפּראַך־פּלאַנירונג, וואָס וועט סוף זומער פֿאָרקומען אין בר־אילן־אוניווערסיטעט (אין די זעלבע טעג, ווען מען פֿײַערט אויף דער וועלט דעם 100סטן יובֿל פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ). פֿאָרשער, און סתּם פֿאַראינטערעסירטע מענטשן, וועלכע האָבן יאָרן לאַנג געניצט די "ענציקלאָפּעדיע יודאַיִקאַ" (ירושלים, 1971) ווי דער פּוסק־אַחרון צו באַקומען אינפֿאָרמאַציע וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון מיזרח־אייראָפּע, האָבן אָפֿט באַמערקט, אַז דאָס אײַנקוקבוך, וואָס האָט באַדאַרפֿט אַרויסווײַזן אָביעקטיווקייט, האָט געהאַט זײַנע בולטע פּרעפֿערענצן און פֿאָראורטלען. קודם, האָט מען געזען אַן אומיושר בײַם באַשליסן ווער ס׳פֿאַרדינט זײַן אייגענע פּאָזיציע אינעם ווערק; און צווייטנס, האָט מען נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס געוויסע טוער און שרײַבער האָבן פֿאַרדינט צוויי אָדער דרײַ מאָל אַזוי פֿיל אָרט אין זייער באַשרײַבונג ווי אַנדערע. אין יאָר 1918, האָט דער בערלינער זשורנאַל Neue jüdische Monatshefte פֿאַרעפֿנטלעכט אין די נומערן 13, 14 און 17 אַן אַרטיקל פֿונעם באַקאַנטן דײַטשישן עקאָנאָמיסט און היסטאָריקער אָטאָ פֿאָן צווידינעק (1871–1957). די אַרבעט האָט געטראָגן אַ קורצן נאָמען — "Die Litwaki". די ליטוואַקישע פֿראַגע האָט פֿאַראינטעריסט צווידינעקן, ווײַל אין פּוילן האָט מען דעמאָלט באַשולדיקט די ליטווישע ייִדן אין חרובֿ מאַכן דעם "שלום-בית", וואָס האָט כּלומרשט עקזיסטירט צווישן די פּאָליאַקן און די "אייגענע" ייִדן. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז דער עלטערער דור, וועלכער האָט זיך געכאָוועט אין די ייִדיש־וועלטלעכע שולן, ווילן פֿאַרזיכערן די וועלט אַז זיי קענען באמת רעדן ייִדיש. זיי קענען בעבטשען ייִדיש, אָבער רעדן ווי ס׳האָבן גערעדט זייערע עלטערן און די דורות פֿאַר זיי איז נישטאָ צו דעם קיין פֿאַרגלײַך. די נײַ־אויסגעלערנטע ייִדיש־קענערס רעדן אַ קלאַסצימער־ייִדיש, מסתּמא גענומען קלאַסן בײַ לערער וואָס האָבן אַליין געקענט אַ קלאַסצימער־ייִדיש. פֿאַראַן דאָ און דאָרט לערער, דווקא פֿון די יונגע, וואָס קענען יאָ דאָס מויל עפֿענען אויף ייִדיש און ס’גרילצט נישט אין אויער, נאָר פֿאַרקערט, ס’טוט הנאה. בײַם אָננהייב פֿון 20סטן יאָרהונדערט האָבן אין רוסלאַנד געלעבט און געשאַפֿן אַ צאָל ייִדן־קאָמפּאָזיטאָרן. די באַקאַנטסטע זײַנען געווען: יואל ענגעל, לאַזאַר סאַמינסקי, יוסף אַחרון, משה מילנער, ל. צייטלין א״אַ. אַ צאָל זײַנען געווען תּלמידים פֿונעם באַרימטן רוסישן קאָמפּאָזיטאָר נ.אַ. רימסקי־קאָרסאַקאָוו אין דער פּעטערבורגער מוזיק־קאָנסערוואַטאָריע. זיי האָבן אין 1902 געשאַפֿן אַ קרײַז “כּינור־ציון" מיטן ציל צו שאַפֿן און אויפֿצופֿירן ייִדישע מוזיק, אָבער אין זייערע קאָמפּאָזיציעס און אויף זייערע קאָנצערטן האָט מען נישט געקענט פֿילן קיין באַזונדערן ייִדישן נוסח. ווען איך בין געווען אַ קינד, האָב איך ניט געוווּסט, אַז דעם פֿענאָמען רופֿט מען "בעל-פּה-געשיכטע" (oral history). אָבער מיר איז שוין געווען קלאָר, אַז קיין פֿאַרלאָזלעכע זאַך איז עס ניט. צו מײַן זיידן פֿלעגט אָפֿט מאָל אַרײַנגיין אַ ייִד, וואָס האָט געהייסן קריטשעווסקי. אויף וויפֿל איך געדענק (בעל-פּה-געשיכטע!), איז קריטשעווסקי געווען דער איינציקער מענטש, וואָס האָט ניט געהערט צו אונדזער משפּחה, אָבער פֿלעגט זיך אַרײַנשטעלן צום זיידן סתּם אַזוי. די אַנדערע פֿלעגן קומען צו אים, ער זאָל פֿאַר זיי שעכטן אַ הון, אַ קאַטשקע צי אַ גאַנדז. אין פּאַריז איז ערשט אַרויס אַ קאָמפּאַקטל פֿון זשאַק גראָבער "ייִדישע לידער פֿון נעכטן און הײַנט". דער דיסק אַנטהאַלט זיבעצן לידער, געזונגען פֿון גראָבערן; ס'רובֿ פֿון זיי געשאַפֿן פֿון דעם זינגער. מיט עטלעכע לידער און מיט דעם זינגען פֿון זשאַק גראָבער האָט מען זיך געקענט באַקענען פֿריִער׃ אויף דער טאַשמע "אַנדערע ייִדישע לידער" (1993), ווי אויך אויף די פֿאָלגנדיקע קאָלעקטיווע רעקאָרדירונגען׃ די טאַשמע "די גאָלדענע פּאַווע" (1985), דאָס קאָמפּאַקטל "די שטימען פֿון געטאָ" (1993), אויף דעם אויפֿנאַם פֿונעם באַגעגעניש "סעווען — ייִדישלאַנד" (2000), און נאָך עטלעכע אַנדערע דיסקן. וועלכער ייִד האָט אַמאָל אין ווילנע, און ניט נאָר אין ווילנע, ניט געוווּסט דאָס לידל:
"אויפֿן פּריפּעטשיק ברענט אַ פֿײַערל
|