- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די וואָך, לכּבֿוד דעם יאָרצײַט פֿון מײַן טאַטן, ד״ר מרדכי שעכטער ז״ל, האָב איך זיך דערמאָנט אין אַ מעשׂה, וואָס ער פֿלעג אונדז דערציילן וועגן זײַן זיידן פֿונעם טאַטנס צד, דעם שוחט, ר׳ איציע־מרדכי, וועלכער איז געווען אַ גרויסער תּלמיד־חכם און אויך געהאַט סמיכה אויף רבנות. בײַ די קצבֿים פֿונעם שטעטל איז ר׳ איציע־מרדכי נישט געווען באַזונדערס באַליבט, ווײַל יעדעס מאָל, וואָס ער פֿלעג פּסקענען אַ בהמה פֿאַר טריף, האָט מען זי געמעגט פֿאַרקויפֿן נאָר צו אַ גוי, און במילא ממשותדיק אַראָפּלאָזן דעם פּרײַז. ווער סע לייענט "די וועלט פֿון ייִדיש", ווייסט שוין, אַז דער אינטערעס צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין אייראָפּע וואַקסט פֿון יאָר צו יאָר; דער פֿענאָמען קומט פֿאָר נישט נאָר אין דײַטשלאַנד, וווּ צענדילקער קלעזמער־קאַפּעליעס האָבן זיך געשאַפֿן, נאָר אויך אין האָלאַנד, בעלגיע, פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד און אויף אַ קלענערן מאַשטאַב, אין די סקאַנדינאַווישע לענדער. די פֿירמע "Filmaker‘s Library" פֿאַרשפּרייט איצט דרײַ ווידעאָ־פֿילמען וועגן ייִדיש אין אייראָפּע: וועגן דער ייִדישער קולטור בכלל, און בפֿרט וועגן די מוזיקער וואָס שפּילן און זינגען ייִדיש. לעבעדיקע פֿאַרגאַנגענהייט, ווען געווען איז עס, דאַכט זיך, אַזוי ווײַט און דאָך אַזוי נאָענט. דאָס מאָל קלײַב איך זיך דערציילן וועגן אַלכּסנדר ליזענען (ליזענבערג) — אַ שרײַבער, וואָס זײַן פּראָזע איז שטענדיק געווען עכטע פּראָזע, און אַ ייִדישער כּלל־טוער, וואָס האָט פֿיל אויפֿגעטאָן. אויב זאָגן דעם אמת, איז ער בײַ זײַן לעבן ניט געווען פֿאַררעכנט צווישן די אָנגעזעענסטע און באַדײַטנדיקסטע, נאָר ווער, פֿרעגט זיך אַ פֿראַגע, זײַנען עס די ליטעראַרישע ריכטער, וועמענס אורטייל איז ניט צום רעווידירן? צו זײַן 140סטן יאָרצײַט מיט די פֿאָרמולעס "איך נעבעך, בידנע פּאַסטעך", "איך נעבעך, געמיינער חזן", "איך נעבעך, בעל־דרשן" / "איך נעבעך, בעלפֿער", "איך נעבעך, שינדל־שלעגער" הייבן זיך אָן אַ טייל לידער פֿון בערל בראָדער, דער ליטעראַרישער נאָמען פֿון בער מרגלית, געבוירן אין בראָד, גאַליציע, אין יאָר 1815, און געשטאָרבן אין יאַס, רומעניע, אין 1868. ער ווערט באַטראַכט ווי דער פֿאָטער פֿון די וואַנדערנדיקע ייִדישע פֿאָלקס־זינגער, וואָס זײַנען באַרימט געוואָרן אונטערן נאָמען "די בראָדער־זינגערס". די טעג זוך איך אַרום מײַן טאַשמע וואָס הייסט "מאַמע־לשון," אַרויסגעגעבן אין ירושלים, וווּ עס זינגט אַ פֿרומער קינדער־כאָר (אַלע ייִנגעלעך) אַ מחיהדיקן, פּויליש־גאַליציאַנער ייִדיש, פֿול מיט גראַמאַטישע גרײַזן, אָבער ס'איז מלא־חן און די מעלאָדיעס זײַנען האָפּסעדיק, לעבעדיק און לוסטיק. אַ חוץ דעם איז דערבײַ דאָ אַ שלל מיט לערן־מאַטעריאַל. און אַזוי ווי איך קען די טאַשמע בשום־אופֿן נישט געפֿינען, כאָטש איך האַלט אַלע מײַנע טאַשמעס צוזאַמען, בין איך חושד, אַז עמעצער האָט עס בײַ מיר געלקחנט (געלאַקכנט — געגנבֿעט). די אַמעריקאַנער ייִדישע ליטעראַטור איז אַן אייגנאַרטיקער טייל פֿון דער אַמעריקאַנער קולטור, וואָס בלײַבט עד–היום ניט דערשאַצט און ניט דערפֿאָרשט ווי עס פּאַסט צו זײַן. בלויז עטלעכע אַספּעקטן און זשאַנערס, אַזעלכע ווי מאָדערניסטישע פּאָעזיע פֿון פֿאַרשידענע שטרעמונגען, האָט באַקומען אַ געוויסע קריטישע אָפּשאַצונג מצד די מאָדערנע פֿאָרשער. די גאַנצע פּראָזע שטייט אין שאָטן פֿון יצחק באַשעוויסן, וועלכער האָט ניט געהאַלטן פֿון זײַנע אַמעריקאַנער קאָלעגעס. • רבֿקה באַסמאַן בן־חיים נײַע לידער *
אַ פֿרײַער טאָג.
צו גאַסט אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע איז די וואָך געקומען פֿון ישׂראל דער זינגער, אַקטיאָר און כּלל־טוער מענדי כּהנא. ווי דער גרינדער און אָנפֿירער פֿון דער ייִדישער קולטור־גרופּע "יונג־ייִדיש" אין ישׂראל פֿאַרנעמט ער הײַנט אַן אָנפֿירנדיקע פּאָזיציע אין דער ייִדישער קולטור־וועלט. יענע וואָך איז ער אויפֿגעטראָטן אינעם "קאַליפֿאָרניער ייִדיש־אינסטיטוט" — אַ יערלעכע ווינטער־פּראָגראַם אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון מרים קאָראַל. דאָס יאָר האָט די פּראָגראַם געהייסן "אַ קוש פֿון ייִדיש" און מענדי כּהנא, האָט צווישן אַנדערע, גערעדט וועגן בדחנות און ייִדישע חתונות. צו אונדזער מזל איז ער, נאָך דעם, געקומען קיין ניו־יאָרק אויף אַ בר־מיצווה אין ברוקלין און באַזוכט די "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע — אַ גאַסט אויף אַ ווײַל. צו זײַן 90סטן יאָרצײַט אין 1875 האָט מענדעלע מוכר־ספֿרים אַרויסגעגעבן זײַן פּאָעמע "יודל", אַן אַלעגאָריע וועגן דעם ייִדישן פֿאָלק, מיט דעם מאָטאָ: "אַך יודל מײַן קראַנקער, מײַן קראַנקער יודל / דײַן לעבן איז זיי׳ר, זיי׳ר אַ טרויעריק לידל". דאָס איז אַ מעשׂה אין גראַמען וואָס גיט איבער די לעבנס־געשיכטע פֿון יודל, פֿון זײַן געבורט ביז זײַן קראַנק ווערן בײַם סוף פֿון זײַן לעבן. פֿון דער לאַנגער פּאָעמע האָבן מיר אויסגעקליבן עטלעכע טיילן פֿאַר די הײַנטיקע "פּערל". פֿון דעם צווייטן קאַפּיטל ברענגען מיר אַן אויסצוג: צווישן די טעמעס, וואָס אינטערעסירן מיך איצט אין מײַן פֿאָרש-אַרבעט, פֿאַסצינירט מיך באַזונדערס די געשיכטע פֿון קאָאָפּעראַטיוון (למשל, קרעדיט-קאָאָפּעראַטיוון צי לײַ-און-שפּאָר-קאַסעס), וואָס ייִדן האָבן געשאַפֿן אין אַ סך ערטער פֿון דער רוסישער אימפּעריע, אין סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערטער. דאָס איז געווען איינע פֿון די פֿאָרמען פֿון אַ מין אַלטערנאַטיווער ייִדישער עקאָנאָמיע, אין וועלכער ייִדיש האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע — דערפֿאַר האָט עס מיך טאַקע פֿאַראינטערעסירט. צווישן די אומגעבראַכטע סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער איז קיינער ניט געווען אַזוי ברייט באַוווּסט אין דער מערבֿדיקער וועלט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי דוד בערגעלסאָן. באַזונדערס גוט האָט מען אים געקענט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, כאָטש ער האָט פֿאַרבראַכט אין אַמעריקע ווייניקער פֿון זעקס חדשים — אין סוף 1928 און אָנהייב 1929. אָבער אין די 1920ער יאָרן און שפּעטער איז זײַן נאָמען ניט אַראָפּ פֿון די אַמעריקאַנער צײַטונגען — לכתּחילה אין "פֿאָרווערטס" און, זינט 1926, אין דער קאָמוניסטישער "פֿרײַהייט". (דריטער אַרטיקל) כּן־ירבו, זאָלן זיי זיך מערן, די ייִדישע סטודענטן, וואָס וועלן מיטנעמען מיט זיך אַ פּאָר טראָפּן פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. זיכער וואָלט געווען ניחא און געזונט ווען זיי האָבן אַ ייִדישע וועלט ווי ס'האָט אַמאָל עקזיסטירט פֿאַרן חורבן, וווּ פֿרומע און פֿרײַע ייִדן האָבן געלעבט צווישן זיך בשלום און בשותּפֿות, און ממשיך געווען אַ וועלט פֿון אמונה און וויסן, מסורה און קולטור, מיט אַ ייִדישער פּרעסע און אַקאַדעמיע, טעאַטער און קונסט, אַן אייגענער פֿאַרזאָרגונגס־סיסטעם. |