- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די טעג זוך איך אַרום מײַן טאַשמע וואָס הייסט "מאַמע־לשון," אַרויסגעגעבן אין ירושלים, וווּ עס זינגט אַ פֿרומער קינדער־כאָר (אַלע ייִנגעלעך) אַ מחיהדיקן, פּויליש־גאַליציאַנער ייִדיש, פֿול מיט גראַמאַטישע גרײַזן, אָבער ס'איז מלא־חן און די מעלאָדיעס זײַנען האָפּסעדיק, לעבעדיק און לוסטיק. אַ חוץ דעם איז דערבײַ דאָ אַ שלל מיט לערן־מאַטעריאַל. און אַזוי ווי איך קען די טאַשמע בשום־אופֿן נישט געפֿינען, כאָטש איך האַלט אַלע מײַנע טאַשמעס צוזאַמען, בין איך חושד, אַז עמעצער האָט עס בײַ מיר געלקחנט (געלאַקכנט — געגנבֿעט). זאָל זיי ווויל באַקומען. אָבער איך דאַרף דאָך, סוף־כּל־סוף, האָבן די טאַשמע, ווײַל דאָרט רעכנט מען אויס די טעג פֿון דער וואָך און די ליבשאַפֿט צו מאַמע־לשון. צווישן אַ שלל מיט לידער פֿול מיט פּסוקים און טײַטשן, איז די טאַשמע באַגלייט געווען מיט אַ ביכעלע פֿון די לידער, געשריבן אויף ייִדיש, און אַלץ וואָס איז מיר פֿאַרבליבן איז דאָס שער־בלעטעלע פֿון דער טאַשמע. דאָרט טאַקע האָב איך באַמערקט אַ טעלעפֿאָן־נומער אין ירושלים. הייב איך אויף דאָס טרײַבל און קלינג. עס ענטפֿערט מיר אַ פֿרויען־שטימע. איך הער די קינדערלעך הינטער אירע פּלייצעס, זיי ווילן זי אָפּרײַסן פֿון אונדזער שמועס. זיי אַמפּערן זיך אויף ייִדיש. אַ מחיה צו הערן. די פֿרוי פֿרעגט מיך: "ווער קלינגט?" — גיב איך איר צו פֿאַרשטיין אַז איך קלינג פֿון ניו־יאָרק און אַז איך דאַרף האָבן די טאַשמע "מאַמע־לשון." "וועלכע מאַמע־לשון ווילט איר?" — פֿרעגט זי מיך — "ווײַל מיר האָבן 'מאַמע־לשון שבת', 'מאַמע־לשון חנוכּה', און 'מאַמע־לשון' פֿאַר קינדער". זאָג איך איר, אַז איך וויל די טאַשמע וווּ די ייִנגעלעך זינגען דאָס ליד "מאַמע־לשון", און צווישן אַנדערע אויך "בריאת־העולם", וווּ מ'רעכנט אויס די טעג פֿון דער וואָך און "שבת יום־מנוחה"... זי הערט זיך צו און איך הער אין איר קול עפּעס אַן אומצוטרוי: "וועיע זענט איע". "איך הייס מרים האָפֿמאַן" — פֿאַרזיכער איך איר — "און איך קלינג פֿון ניו־יאָרק". "וואָזשע טוט איע אין ניו־יאָרק?" — נעמט זי מיך אויף אַ פֿאַרהער. "איך לערן ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט". "וואָס איז דאָס?" — ווערט זי פֿאַרגאַפֿט. — "קיין מאָל נישט געהערט דערפֿון".— זאָג איך איר: "ס'איז אַ גרויסער און באַרימטער אוניווערסיטעט". "צו וועלכער ישיבֿה געהערט עס?" — וויל זי וויסן. דאָ ווער איך אַ ביסל צעטומלט. "איך לערן סטודענטן מאַמע־לשון" — באַרויִק איך זי. "נו, איז וואָס?" — ווערט זי נישט נתפּעל. — כאַפּ איך זיך אַרויס: "אַלע מײַנע סטודענטן זײַנען פֿרומע". "און איר האָט עפּעס משפּחה אין ישׂראל?" — פֿאָרשט זי ווײַטער. "אַוודאי האָב איך" — נעם איך זי פֿאַרזיכערן. — "אַ טייל פֿון זיי וווינען אין כּפֿר־חסידים, אַ טייל אין בני־ברק און אַ טייל אין הרצליה". איך האָב איר קיין ליגן נישט געזאָגט. דער אמת איז אַז אַ סך פֿון מײַן מענדלס משפּחה זײַנען פֿרום און האָבן צו צען קינדער. איך הער אין איר קול אַז זי גלייבט מיר. פֿרעג איך זי: "אפֿשר קען מען די טאַשמע באַקומען דאָ, אין ברוקלין?" "איר קענט זי באַקומען סײַ אין ברוקלין און סײַ אין מאָנסי". "איז גיט מיר, זײַט אַזוי גוט, אַן אַדרעס און אַ טעלעפֿאָן־נומער פֿון אַ געשעפֿט אין ברוקלין". זי קווענקלט זיך, און לאָזט מיך וואַרטן אַ ווײַל. מיט אַ רגע שפּעטער קומט זי צו זיך. "איר קענט באַקומען די 'טייפּ' אין וויליאַמסבורג. איך וועל אײַך געבן דעם טעלעפֿאָן־נומער פֿון כאַני (חנה)". דער אמת איז, אַז פֿרומע ייִדן האָבן אַלע זייערע נעמען גענומען פֿאַרענדיקן מיטן אות "י", ווי למשל: סורי (שׂרה), מוישי (משה), שלוימי (שלמה), ריווקי (רבֿקה), יאַנקי (יעקבֿ) אאַז"וו. ס'איז אַן אימיטאַציע פֿון ענגלישן: סוזי, רוטי, בעקי און קעטהי. כאַפּ איך אַראָפּ דעם טעלעפֿאָן־נומער פֿון כאַני און קלינג קיין וויליאַמסבורג. איך פֿאַרבינד זיך מיט דער כאַני דעם זעלבן אין דער פֿרי טאַקע, און דערצייל איר די גאַנצע מעשׂה. פֿרעגט זי מיך: "איר הייסט האָפֿמאַן?" — זאָג איך איר: "יאָ!" "איר זענט אפֿשר אַ משפּחה מיטן האָפֿמאַן וואָס האָט אַרויסגעגעבן דעם טייפּ?" — זאָג איך איר: "אפֿשר". גיי דערצייל איר, אַז מײַן שווער ע"ה האָט גאָר געהייסן אַבֿרהם־חיים איצקאָוויטש און נישט האָפֿמאַן. נאָר ווען די דײַטשן האָבן איבערגענומען אונגאַרן, האָבן די מאַדיאַרן געוואָלט פּטור ווערן פֿון די ייִדן, האָט מען זיי אַלע דערקלערט אומגעזעצלעכע בירגער. דאָס הייסט, אַז קיינער פֿון זיי האָט נישט חתונה געהאַט אין אַ קלויסטער, לויטן קריסטלעכן דין, זײַנען זיי אומלעגאַלע אײַנוווינער פֿון אונגאַרן. איז מײַן שווער, דער מלמד פֿון בערעקסאַס, אין די קאַרפּאַטן, וווּ עס האָבן געוווינט לויטער פֿרומע ייִדן, איבער נאַכט דערקלערט געוואָרן אַן אומגעזעצלעכער בירגער, מיט זײַנע זיבן קינדער — אַלע ממזרים, רחמנא־לצלן. האָבן אַ טייל פֿון די איצקאָוויטש־קינדער איבערגענומען דער מאַמעס מיידלשן נאָמען — האָפֿמאַן. בעת די מאַמע און די באָבע מיטן זיידן זײַנען דערקלערט געוואָרן אומגעזעצלעך, און זייער נאָמען איז שוין אַריבער אויף מאָשקאָוויטש, אויף טאַבאַק און אויף מילער ביז אַבסורדום. אַזוי האָט מען דיסקוואַליפֿיצירט דרײַ דורות ייִדן מיטן חשבון צו ווערן פֿון זיי פּטור. מײַן מאַן מענדל איז געבליבן מנחם־מענדל האָפֿמאַן. גיי דערצייל דער ייִדענע מײַן אָנגעהעריקייט צו דעם האָפֿמאַן פֿון "מאַמע־לשון". דערווײַל האָב איך זיך דערוווּסט, אַז די טאַשמע מיטן ביכעלע מיט דער מוזיק האָט צוגעגרייט אַ פֿרוי מיטן נאָמען שׂרה האָפֿמאַן. דער קינדער־כאָר איז נישט פֿון ירושלים, ווײַל דאָרט זינגען זיי מיט אַ ישׂראלדיקן ייִדיש. און אין אַמעריקע זינגען די קינדערלעך מיט אַן אַמעריקאַנעם ייִדיש, האָט מען רעקאָרדירט דעם קינדער־כאָר אין לאָנדאָן. דאָרט רעדט מען און מ'זינגט אַן אַשכּנזישן פּויליש־גאַליציאַנער ייִדיש. אַ מחיה צו הערן. און אַ חוצן זינגען רעדן די קינדער צווישן זיך, אויך אויף מאַמע־לשון, מ'הערט אַפֿילו אַ צוויי, אָדער אַ דרײַ־יאָריק יאַטל נאָכזאָגן אויף דער טאַשמע די אותיות אויפֿן דריידל. זאָגט מיר כאַני: "פֿרוי! איך קען אײַך נישט אַרויסשיקן די טאַשמעס, ווײַל איך גיי נישט אין 'פּאָסט־אָפֿיס,' אָבער איר קענט די טאַשמעס געפֿינען אין וויליאַמסבורג אויף לי־עוועניו 'קאָרנער'־ראָס". כאַפּ איך זיך שוין אַריבער אויף לי און ראָס און אין ווינקל גאַס געפֿינט זיך אַ געשעפֿט פֿון ייִדישע טאַשמעס און אַ שלל מיט ייִדישע ביכער פֿאַר יעדן עלטער. אַפֿילו פֿאַר קלייניטשקע קינדערלעך. שפּילערײַען אויף ייִדיש, וואָס איר ווילט הערן און געדענקען — אַלץ אויף ייִדיש. קליינע קינדערלעך דרייען זיך דאָ אַרום און בעטן זיך אײַן בײַ די יונגע מאַמעס: "קויף מיר די צאַצקע, מאַמע!" און דאָס יונגיטשקע מאַמעלע כאַפּט זיך, אַז זי האָט נישט גענוג קיין געלט, באַרויִקט זי דאָס קינדעלע: "זאָרג זיך נישט, פֿײַגי, מאָרגן וועל איך האָבן גענוג געלט, וועל איך עס דיר קויפֿן." דערווײַל שטעלן זיך אַרײַן אַ דרײַ קינדער צוזאַמען אין געשעפֿט — אַ ייִנגעלע פֿון אַ יאָר צען, אַ מיידעלע פֿון אַ יאָר זיבן און אַ קליין שוועסטערל, אַ בעבעלע, פֿון אַ יאָר דרײַ. זי קוויטשעט און קען זיך נישט באַרויִקן: "נײַן! נײַן! איך האָב מורא!" דאָס יונגע שוועסטערל באַרויִקט זי: "וויין נישט, שיינדעלע, האָב נישט קיין מורא. כ'האָב גענוג געלט. איך וועל דיר קויפֿן אַ צאַצקע". יונגע ייִדן מיט בערד און פּאות, מיט הויכע קאַפּעליושן, רעדן צווישן זיך מאַמע־לשון, געמישט מיט ענגליש. זיי האַנדלען זיך איבערן פּרײַז פֿון אַ ספֿר. איך קויף אײַן אַ גאַנצן פּאַק מיט טאַשמעס און ביכעלעך און לאָז זיך אַוועק אין אַ דערבײַיִק געשעפֿט, זוכן גליקן — הערן ווי מ'רעדט ייִדיש. ממש זאַלב פֿאַר מײַנע אויערן. צוויי מחותּנתטעס מיט אַ יונג כּלה־מיידל, פֿון אַ יאָר זעכצן אָדער זיבעצן, פּאָרען זיך אַרום געשיר. זיי קלײַבן אויס פֿאַר איר אויסשטײַער. די כּלה שטייט אין אַ זײַט ווי נישט זי מיינט מען. די מחותּנתטעס אַמפּערן זיך, שטימען נישט אײַן און אַלץ אויף ייִדיש. איך בין דאָ אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ גאָלד־גרוב, האָב איך זיך געטראַכט. אויב שוין יאָ אַזוי, גיי איך אַרויס פֿון געשעפֿט אין גאַס און זע ווי די יונגע טאַטעס שפּאַצירן מיט זייערע זינדעלעך און די מאַמעס מיט די מיידעלעך. ממש אַ סעגרעגאַציע. איך שטעל אָפּ אַ יונגע פֿרוי מיט אַ וווּזיק און פֿרעג: "וווּ געפֿינט זיך דאָ אַ קצבֿ?" יענע קוקט מיך אָן ווי איך וואָלט אַראָפּגעפֿאַלן פֿון דער לבֿנה, און הייבט נישט אָן צו וויסן וואָס איך וויל פֿון איר. כאַפּ איך זיך, אַז זי ווייסט נישט וואָס עס מיינט דאָס וואָרט "קצבֿ", זאָג איך איר: "איך וויל דאָ קויפֿן פֿלייש און זוך אַ יאַטקע". "אַה..." — כאַפּט זי זיך אָן בײַם קאָפּ — "איר זוכט אַ בוטשער". מילא! טראַכט איך. איז בײַ זיי אויך דאָס מאַמע־לשון אַ טראָפּעלע פּאַרפּעסטעט. איך קוק אַרײַן אין דער בראָשורקעלע פֿון "מאַמע־לשון", און אָט וואָס עס שטייט דאָרט געשריבן: "מאַמע־לשון" איז אַ "טעיפּ", געזונגען דורך אַן אינטערנאַציאָנאַלער קינדער קאַפּעליע און סאָליסטן, פֿון היימישע חרדישע שטיבער פֿון אַמעריקע, אייראָפּע און א"י, און האָט געשטעלט פֿאַר זיך דעם הויפּט־ציל, אײַנצוּוואָרצלען אין די קינדער, די אמתע ייִדישקייט און חינוך גרונט פּרינציפּן, אויף אַ לײַכטן און אומדירעקטן אופֿן, מיטן הילף פֿון די אידישע מעלאָדיעס און געזאַנגען, טאַקע אין "מאַמע־לשון", די היימישע, אייגנאַרטיקע, טײַערע און אַריסטאָקראַטישע שפּראַך". די בראָשורקע פֿאַרענדיקט זיך נישט אויף דעם, אָבער איך האָב זיך שטאַרק איבערגענומען מיט די לעצטע ווערטער: "טײַערע און אַריסטאָקראַטישע שפּראַך". איך האָב שוין אַזוי לאַנג נישט געהערט אַזאַ ליבשאַפֿט און אַזאַ איבערגעגעבנקייט צו אונדזער ייִדיש לשון. גיב איך זיי אָפּ אַן אויפֿריכטיקן יישר־כּוח, זיי האָבן מצליח געווען אײַנפֿלאַנצן אין זייערע קינדער דאָס וואָס אונדז איז אָנגעקומען מיט גרינע ווערעם, און בײַ אַ סך פֿון אונדז איז בכלל די אייגענע שפּראַך נישט געקומען אין באַטראַכט. בין איך די חרדישע ייִדן מוחל די גרײַזן מיט דער צעקאַליעטשעטער גראַמאַטיק. דער עיקר — עס לעבט זייער ייִדישע גאַס, אויף אונדז געזאָגט. Dos iz a guter baishpil tzu folgen!Submitted by leonlab on Sun, 2008-01-20 00:51.
Dos iz umgleiblech az es iz faran noch an ort in NY vu idn noch haint tzu tog redn di mameloshn. Farvus kenen nisht di asimilirte idn fun NY geen kein Williamsburg venigstens ein mol a voch un zich dortn fulkum "aintunken" in der idisher atmosfer? Di oitorin fun dem artikl hot zei alle a guten baishpil gegeben vos tzu folgen! Max Kohn איך ביןSubmitted by KOHN on Wed, 2008-01-23 14:14.
Max Kohn |