- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין אַלטע צײַטונגען און אייניקע אַנדערע מאַטעריאַלן האָב איך זיך ניט איין מאָל אָנגעשטויסן אויף דערמאָנונגען פֿון דעם ייִדישן פּאָליטעכנישן אינסטיטוט, וואָס האָט עקזיסטירט אין יעקאַטערינאָסלאַוו אין די יאָרן אַרום דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע. אָבער אַלע מאָל איז דער אינסטיטוט געווען דערמאָנט על-רגל-אַחת, אָן פּרטים, און דאָס האָט ניט געקענט באַפֿרידיקן מײַן נײַגעריקייט, ס׳רובֿ פֿאָרשער פֿון אונדזער שפּראַך פֿאַרנעמן זיך בלויז מיט די אַלגעמיינע וועלטלעכע ווערק, און אינטערעסירן זיך נישט מיט דער מיזרח-אייראָפּעיִשער פֿרומער ליטעראַטור — אַחוץ איינצלנע אויסנאַמען, אַזעלכע ווי "שבֿחי בעש״ט" און רבי נחמנס "סיפּורי מעשׂיות". אין פֿאַרגלײַך מיט די אַלטע קלאַסישע ווערק, אַזעלכע ווי "צאנה-ראנה" און "מעשׂה-בוך", וועלכער זענען אַן אָפֿטער אָביעקט פֿון ליטעראַרישע, לינגוויסטישע און היסטאָרישע פֿאָרשונגען, בלײַבן די ביכער, לעצטנס האָט מען אינעם "אַלגעמיינער זשורנאַל" אָנגעמאַכט אַ רעש וועגן דעם, אַז גבֿריאל ווײַנרײַך, דער ייִנגערער זון פֿונעם באַרימטן מאַקס ווײַנרײַך (1894—1969), האָט זיך פֿאַרגונען אַרויסצוגעבן אַ בוך וועגן דעם ווי ער איז, לפֿי־ערך לעצטנס, אַריבער צום עפּיסקאָפּאַלישן גלויבן און דאָרטן געוואָרן אַ גלח, רחמנא־יצילינו. מיר איז קלאָר, אַז דער גאַנצער טאַראַראַם בײַ אייניקע ייִדן אַרום גבֿריאל ווײַנרײַכן איז נישט מער ווי אַ תּירוץ אַרײַנצוזאָגן דעם ייִדישיזם בפֿרט און דער ייִדישער וועלטלעכקייט בכלל. ס׳פֿרעגט זיך: וויפֿל קינדער פֿון פֿרומע ייִדישע היימען זענען אין משך פֿון די לעצטע דורות נישט נאָר אַוועק פֿון פֿרומקייט נאָר פֿון ייִדישקייט בכלל, טאָמאַס סאָקסבערגער איז געבוירן געוואָרן אין עסטרײַך אין 1965. ער האָט זיך געלערנט יודאַיִסטיק אין ווינער אוניווערסיטעט, שטודירט ייִדיש אויף אָקספֿאָרדער זומער־פּראָגראַמען און באַקומען אַ מאַגיסטער אין ייִדיש־לימודים אין לאָנדאָנער אוניווערסיטעט. זײַן עיקרדיקער פֿאָרשונג־געביט איז די ייִדישע קולטור־געשיכטע אין ווין. ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ריי וויסנשאַפֿטלעכע אַרטיקלען, ליטעראַרישע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף דײַטש, ווי אויך זײַנע אייגענע לידער און קורצע פּראָזע אויף ייִדיש אין עטלעכע ייִדישע זשורנאַלן און אַלמאַנאַכן. אַז אַ בחור "גייט אויס" נאָך אַ מיידל, ווי די אַמעריקאַנער ייִדן פֿלעגן זאָגן, דאַרף ער האָבן מוט און זײַן זיכער בײַ זיך. אויב ער שעמט זיך און מאַכט נישט דעם ערשטן טראָט, וועט זיך קיין ליבע צווישן זיי נישט צעפֿלאַקערן. אַזוי האָב איך געטראַכט איין פֿרײַטיק, ווען איך האָב געקוקט אַ נאַרישן ליבע־פֿילם אין אַ טונקעלן קינאָ־זאַל און געזעסן שטיל, נישט גערירט זיך פֿון אָרט, לעבן אַ שיין מיידל. אין עפּעס אַ דאָקומענטאַר־פֿילם האָב איך מיט יאָרן צוריק געזען, ווי וולאַדיסלאַוו גאָמולקאַ, דער פֿירער פֿון סאָציאַליסטישן פּוילן, איז אַרויסגעטראָטן מיט אַ הייסער רעדע פֿאַר אַ גרויסן עולם פֿון הויכגעשטעלטע פּאָליאַקן. דער קאָמוניסטישער מנהיג האָט דערציילט זיי וועגן די "פֿאַרברעכנס" פֿון די היגע "ציוניסטן". דער עולם האָט רעאַגירט ווי עס האָט געדאַרפֿט צו זײַן: מיט קללות אין דעם אַדרעס פֿון די ייִדן. ערשט די טעג איז אַוועק פֿון דער וועלט בינה ווײַנרײַך, די פֿרוי פֿונעם באַרימטן ייִדישן לינגוויסט — אוריאל ווײַנרײַך, די שנור פֿון ד"ר מאַקס און רעגינע ווײַנרײַך, און די שוועגערין פֿון גאַבי ווײַנרײַך. פֿאַר מיר ליגט אַ בילד פֿון פֿינף יונגע חבֿרה־לײַט. דאָס בילד באַשײַנט די שוואַרץ־חנעוודיקע ברונעטקע — בינה סילווערמאַן, ווען זי האָט נאָך געהייסן אויף איר מיידלשן נאָמען. וועגן בינהן ווייס איך ווייניק, בלויז דאָס וואָס זי אַליין האָט מיר דערציילט, און די עפּיזאָדן וואָס האָבן זיך אָפּגעשפּילט בעת אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט. נאָכן שליסן זיך פֿונעם וויכטיקסטן ליטעראַרישן זשורנאַל "די גאָלדענע קייט", מיט אַן ערך 10 יאָר צוריק, האָט די ייִדיש־וועלט איבערגעלעבט אַ שאָק. זי איז אָבער צו ביסלעך געקומען צוריק צו די כּוחות. עס זענען דערשינען נײַע אָדער איבערגעמאַכטע זשורנאַלן, מיט וויזועלע און תּוכיקע אינטערעסאַנטע בײַטן, צווישן זיי: "אויפֿן שוועל", "צוקונפֿט", און אויף העברעיִש, אָבער וועגן ייִדיש, "דווקא". די וואָך האָבן מיר באַקומען דעם ערשטן נומער (פֿרילינג, 2008) פֿון אַ נײַעם, ריין ליטעראַרישן זשורנאַל, "גילגולים: נײַע שאַפֿונגען" אונטער דער רעדאַקציע פֿון זשיל ראָזיע, פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק"; טעאָרעטיש איז עס אַזוי: אַ ייִד טאָר ניט געבן קיין אַנדערן ייִדן געלט אויף פּראָצענט. וועגן דעם שטייט געשריבן ניט איין מאָל אין די הייליקע ספֿרים. טאָ פֿון וואַנען האָט זיך גענומען דער "פּראָצענטניק" צי דער "וואָכערער"? אַ סך מיאוסע געשטאַלטן באַשעפֿטיקן זיך מיט אַזעלכע זאַכן אין ייִדישער ליטעראַטור. למשל, מרדכי ספּעקטאָר האָט אין יאַנואַר 1886 פֿאַרעפֿנטלעכט אין "יודישעס פֿאָלקס-בלאַט" אַ פֿעליעטאָן, וואָס הייסט "דער פּראָצענטניק", מיט אַזאַ עפּיגראַף: "וואָס וואַקסט אָן רעגן און גיך ווי קראָפּעווע? — פּראָצענט! (אַ ייִדיש ווערטל)". פֿון צוויי קליינע לענדער אין צפֿון־אייראָפּע, האָבן מיר גאָר לעצטנס און גאָר אומגעריכט באַקומען אַ שיינע און אַפֿילו אַן איבערראַשנדיקע ייִדיש־מתּנה. די מחברטע פֿונעם בוך וועגן וועלכן ס'רעדט זיך דאָ, פּראָפֿ' אַסטריד שטאַרק־אַדלער, איז אַן עלזאַסערין און דער פֿאַרלאַג אירער איז אַ שוועדישער. ביידע לענדער האָבן אַן אַלטן ייִחוס־עצמו לגבי ייִדיש. די עלזאַסער געגנט איז דאָס געבוירן־אָרט פֿון אַלט־ייִדיש מיט טויזנט און עטלעכע הונדערט יאָר צוריק, און האָט נאָך אַפֿילו ביז הײַנט אַ קליינעם אײַנגעבוירענעם ייִדישן ייִשובֿ. אין שוועדן געפֿינט זיך דער "מולטיעטנישער פֿאָרשצענטער" אינעם אַלטן און באַרימטן אופּסאַלאַ־אוניווערסיטעט. דער פֿאַרצײַטיקער לינעוס האָט נאָך דאָרטן געפֿאָרשט, אין זײַן פּרעכטיקן גאָרטן, און באַוויזן ווי עס גיבן זיך איבער בײַ פֿלאַנצן, געוויקסן און גרינסן די מענדעליאַנער גענעטישע ירושה־אייגנשאַפֿטן. אַרכיוון ציִען צו היסטאָריקער ווי אַ צוויט ציט צו בינען. יונגע דאָקטאָראַנטן און באַיאָרנטע געלערנטע זײַנען גרייט צו פֿאָרן זייער ווײַט און פֿאַרברענגען אַ לענגערע צײַט אין ווייניק באַקוועמע באַדינגונגען, אַבי צו האָבן אַ צוטריט צו קוואַלן פֿון היסטאָריש-וויכטיקער אינפֿאָרמאַציע. אָבער צו מאָל — זייער זעלטן — "שווימען אַרויס" אַרכיוון-מאַטעריאַלן גלײַך ווי אַליין פֿאַר זיך, ווען מע זוכט זיי אַפֿילו ניט. אַזוי איז עס געווען מיט די דאָקומענטן, וואָס אייניקע פֿון זיי וועלן ווײַטער געבראַכט ווערן. די רעדאַקטאָרן בני מר (מער) און זײַן געהילף חנה עמית (אַמיט) האָבן זיך שטאַרק געמיט, אַז דער לעצטנס דערשינענער נומער 4 פֿון "דווקא", זאָל ניט אָפּשטיין פֿון די פֿריִערדיקע דרײַ נומערן, סײַ אין זײַן אינהאַלט, און סײַ אין דעם אינערלעכן און אויסערלעכן רײַך־אילוסטרירטן פֿאָרמאַט. במשך פֿון קאַרגע צוויי יאָר פֿון זײַן עקזיסטענץ, האָט דער דאָזיקער זשורנאַל זיך דערוואָרבן פּרעסטיזש און אָנערקענונג אין די אויגן פֿון די העברעיִשע לייענער אומעטום. זיי האָבן זיך געהאַלטן בײַ דער אָנגענומענער ליניע, וואָס די רעדאַקציע־קאָלעגיע, בראָש מיט פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָווערשטערן, |