ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אויבן פֿון רעכטס: יאַנקעלע פֿוקס, בינה סילווערמאַן־ווײַנרײַך, אוריאל ווײַנרײַך; אונטן פֿון רעכטס: מענדל האָפֿמאַן, גאַבי ווײַנרײַך, 1948.
אויבן פֿון רעכטס: יאַנקעלע פֿוקס, בינה סילווערמאַן־ווײַנרײַך, אוריאל ווײַנרײַך; אונטן פֿון רעכטס: מענדל האָפֿמאַן, גאַבי ווײַנרײַך, 1948.

ערשט די טעג איז אַוועק פֿון דער וועלט בינה ווײַנרײַך, די פֿרוי פֿונעם באַרימטן ייִדישן לינגוויסט — אוריאל ווײַנרײַך, די שנור פֿון ד"ר מאַקס און רעגינע ווײַנרײַך, און די שוועגערין פֿון גאַבי ווײַנרײַך. פֿאַר מיר ליגט אַ בילד פֿון פֿינף יונגע חבֿרה־לײַט. דאָס בילד באַשײַנט די שוואַרץ־חנעוודיקע ברונעטקע — בינה סילווערמאַן, ווען זי האָט נאָך געהייסן אויף איר מיידלשן נאָמען. וועגן בינהן ווייס איך ווייניק, בלויז דאָס וואָס זי אַליין האָט מיר דערציילט, און די עפּיזאָדן וואָס האָבן זיך אָפּגעשפּילט בעת אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט. זי איז געווען הויך, שיין, גראַציעז, איידל און גערעדט פּאַמעלעך און אויסגערעכנט; קיין מאָל נישט אויפֿגערעגט, קיין מאָל נישט אויפֿגעהויבן איר שטימע, כאָטש דער באָדן אונטער אירע פֿיס האָט טייל מאָל געפֿלאַקערט מיט אַן אומרויִקן ווירוואַר.

איך וועל אָנהייבן מיטן בילד (אַ דאַנק דערפֿאַר קומט די ייִוואָ־אַרכיוון). דאָס בילד איז גענומען געוואָרן ערגעץ אין 1948. עס זיצן אויבן פֿון רעכטס: יאַנקעלע פֿוקס, דער אויסגעשפּראָכענער בונדיסט, וועלכער איז אַוועק אין די פֿופֿציקער יאָרן קיין לאַטיין־אַמעריקע און געוואָרן אַ גבֿיר. אין מיטן זיצט בינה סילווערמאַן מיט פֿאַרלייגטע הענט. זי שמייכלט סודותדיק, וויסנדיק גאַנץ גוט, אַז בקרובֿ וועט אוריאל ווײַנרײַך ווערן איר חתן. דער דריטער פֿון לינקס, מיט דער טאַביק־ליולקע אין מויל, איז אוריאל ווײַנרײַך. כאָטש איך האָב אים קיין מאָל נישט געזען רייכערן אַ ליולקע איז דאָס געווען אַזא פּאָזע. אונטן פֿון רעכטס זיצט מענדל האָפֿמאַן (מײַן מאַן ע"ה), ווי אַלע מאָל, מיט אַ סיגאַרעטל אין מויל און אַ מאַנדאָלינע אין די הענט. די מעשׂה איז אָבער אַזאַ: מענדל איז געווען אַזוי ווײַט פֿון מוזיק ווי האָצעפּלאָץ איז פֿון פּטשאַטש. כאָטש דעם אמת געזאָגט, האָט ער יאָ פֿאַרמאָגט אַ שיין שטימעלע צום זינגען. בינה האָט מיר דערציילט, אַז בײַם נעמען די פֿאָטאָגראַפֿיע האָט זי מענדלען דערלאַנגט די מאַנדאָלינע, ווײַל זי האָט געוואָלט פּאָזירן. בינה האָט זייער שיין געשפּילט אויף דער מאַנדאָלינע. דאָס בילד גופֿאַ, האָט מיר בינה לעצטנס דערציילט, האָבן זיי גענומען ווי אַ שפּאַס. יעדער איינער פֿון זיי האָט געוואָלט פּאָזירן ווי אין די אַמאָליקע צײַטן בײַ די פֿאָטאָגראַפֿן. דער לעצטער פֿון לינקס איז גאַבי ווײַנרײַך — אַ פֿיזיקער פֿון דער פּראָפֿעסיע, איז ער געשטרויכלט געוואָרן מיט שמד.

מענדל און גאַבי ווײַנרײַך זײַנען אין דער יוגנט געווען די בעסטע גוטע־פֿרײַנד. גאַבי האָט פֿאַרמאָגט אַן אויסערגעוויינטלעכן חוש פֿאַר הומאָר, גוטסקייט און חבֿרשאַפֿט. ווען מענדל איז, נאָכן חורבן, אָנגעקומען קיין אַמעריקע אין 1946, מיט דער צווייטער שיף פֿון יתומים, איז ער מיט גרויס וואַרעמקייט אויפֿגענומען געוואָרן פֿון דער ווײַנרײַך־משפּחה. אוריאל איז געווען פֿאַרנומען מיט זײַן קאַריערע ווי אַ לינגוויסט, שפּעטער — אַ וועלט־באַרימטער לינגוויסט. ווי אַנדערש? ד"ר מאַקס ווײַנרײַכס זון, איז ער געגאַנגען אין טאַטנס אַקאַדעמישע דרכים. גאַבי איז געווען נעענטער צו מענדלס עלטער. ער האָט אַפֿילו אַמאָל גענומען מענדלען קיין ראַטשעסטער, וווּ עס האָט זיך געפֿונען מענדלס ברודער מיט זײַן משפּחה, און אַזוי ווי ס'האָט די צוויי בחורים אויסגעפֿעלט געלט, האָבן זיי "געהיטשטהײַקט", דאָס הייסט, מ'האָט אָפּגעשטעלט אויטאָס אויפֿן וועג קיין ראַטשעסטער מיטן פֿינגער און זיך מיטגעכאַפּט מיט זיי.

דאָס אַלץ איז געווען גאָר פֿאַר מײַנע צײַטן. אין 1946, ווען מענדל איז שוין געווען אַ דערוואַקסענער און אין אַמעריקע, בין איך נאָך געווען אַ צען־יאָריק מיידעלע אין אַ די־פּי־לאַגער אין דײַטשלאַנד, און נישט געחלומט אַפֿילו פֿון דעם וואָס ס'שטייט מיר פֿאָר. די גאַנצע חבֿרה אויפֿן בילד זײַנען כּמעט געווען אין זעלבן עלטער, פֿון אַכצן ביז די צוואַנציקער. דאָס לעבן איז דעמאָלט געווען אַן אָפֿענע קאָרט. די יוגנט האָט געלעבט און געשטרעבט מיט ייִדיש, און מיט דער צײַט זיך פֿאַרקערעוועט אויף פֿאַרשיידענע וועגן און פּראָפֿעסיעס. בינה האָט מיט דער צײַט געבוירן דניאלען און שׂפֿרהלען, טײַערע קינדער, אויסגעוואַקסן וווילע און איידעלע מענטשן. געדענקט זיך מיר אַזאַ עפּיזאָד:

מיר זײַנען פֿון צײַט צו צײַט אַוועק אויף אַ פּיקניק אין די פּאַרקן פֿון די פֿאָרשטעט לעבן ניו־יאָרק. מיר זײַנען געווען יונגע משפּחות מיט קליינוואַרג. אַלע האָבן גערעדט ייִדיש, דער עיקר די יונגוואַרג. מיר האָבן אויסגעשפּרייט קאָלדרעס אויפֿן גראָז, אויסגעפּאַקט די בעבעכעס אויף די קאָלדרעס און גענומען אײַנאָטעמען די פֿרישע ריחות פֿון וואַלד, גראָז און בלומען. בינה האָט געשפּילט אויף דער מאַנדאָלינע. מיר האָבן מיטגעזונגען. די לופֿט איז געווען לאַגאָדנע און מיר זײַנען געווען יונג און הונגעריק, האָבן מיר אַרויסגענומען אונדזערע געריכטן און געטראַנקען, געגעסן און זיך דערציילט מעשׂיות. די קינדער זײַנען דערווײַל אַרומגעפֿלויגן איבערן וואַלד ווי פֿרײַע פֿייגל און הנאה געהאַט פֿון זייער קינדהייט. מײַן אַבֿרהמל איז געקראָכן אויף די ביימער אַז מ'האָט אים נישט געקענט אָפּשטעלן. מיט אַ מאָל באַווײַזט זיך דער פֿינף־ אָדער זעקס־יאָריקער דניאלע און ער זאָגט דעם טאַטן: "פּאַפּי, איך וויל דו זאָלסט זיך מיט מיר שפּילן".

אוריאל איז געווען אַ נאָכגיביקער און ליבלעכער טאַטע, האָט ער אים געפֿרעגט אויף זײַן ליטוויש לשון: "זאָג מיר דניאלע, וואָס פֿאַר אַ שפּיל געפֿעלט דיר אַמבעסטן".

האָט דניאלע זיך אַוועקגעשטעלט מעשׂה־גיבור און גענומען מסביר זײַן דעם טאַטן די חכמה פֿון דער קינדערשפּיל:

"דו פֿאַרשטייטס פּאַפּי, וועסט מיך אָננעמען בײַ די זײַטן אָט אַזוי, און מיך אַ שלײַדער טאָן אין דער לופֿטן, און ווען דו וועסט מיך כאַפּן און אַראָפּלאָזן אויף דער ערד, זאָלסטו אויסשרײַען: 'האָפּלאַ!'"

און אוריאל, דער קאַלטער ליטוואַק, האָט אָנגענומען דניאלען פֿאַר די זײַטן און זיי האָבן זיך אַזוי געשפּילט ביז דאָס קינד איז מיד געוואָרן.

רעגינע ווײַנרײַך, ווידער, איז געווען אַן אויסערגעוויינטלעכע באָבע צו אירע צוויי אייניקלעך, אוריאל און בינהס קינדער. דער עיקר, האָט זי גענייט קליידעלעך פֿאַר שפֿרהלען. זי האָט איר דאָקטאָראַט באַקומען אין ווילנע אויפֿן געביט פֿון באָטאַניק. אַ חוץ דעם האָט זי אויך געקענט נייען ווי אַ קוואַליפֿיצירטע צושנײַדערין. זי האָט זיך געשפּיגלט אין שפֿרהלען, און שפֿרהלע האָט מיר די טעג דערציילט, אַז זי האָט נאָך יענע קליידלעך. מיר האָבן אַ סך יאָרן פֿאַרבראַכט מיט די ווײַנרײַכס בײַ די צווייטע פּסח־סדרים. מאַקס האָט געפּראַוועט דעם סדר מיט אַלע פּיטשעווקעס. רעגינעס בורקע־באָרשט מיט קניידלעך, ליגן נאָך אַלץ אין טעם. בײַם טיש איז געזעסן מאַקס ווײַנרײַכס ברודער, וועלכער האָט נאָך אַלץ גערעדט דײַטש, אוריאל און בינה מיט די קינדער, די פֿישמאַנס, שיקל און געלע, און זייערע זינדלעך — מאָנעלע, דודל און אַבֿרהמעלע. אַלע קינדער האָבן זיך צוגעשטעלט צו מאַקסן, ווען ס'איז געקומען צום אַפֿיקומן. יעדעס קינד האָט זיך אויסדערוויילט זײַן מתּנה לויט זײַן השׂגה. די ווײַנרײַך־ און פֿישמאַן־קינדער זײַנען געווען זייער גוט דערצויגענע און סקראָמנע. יעדערער האָט זיך באַנוגנט מיט זײַן מתּנה. פֿאַרשטייט זיך ווען ס'איז געקומען צו מײַן אַבֿרהמען, האָט ער געפֿאָדערט אַ פֿערד.

גיי ווייס, אַז דאָס לעבן וועט אָפּשפּילן אַזעלכע קאָזשעלקעס און קאָשמאַרן. אוריאל איז זייער פֿרי ניפֿטר געוואָרן. בינה האָט מיר דערציילט, אַז ער האָט זי צוגעגרייט צו זײַן פּטירה ווי מען גרייט זיך צו אַן אָפּפֿלי אין אַ ווײַטער מדינה. ס'איז געווען מיט אָנווײַזונגען וואָס צו טאָן, און וווּ זיך צו ווענדן. ער האָט ממש אויסגעפּלאַנירט זײַן גאַנצע לוויה, אַזאַ שטאַרקן כאַראַקטער האָט ער פֿאַרמאָגט. בינה איז פֿאַרבליבן מיט צוויי יונגע יתומים, איר לעבן איז נישט געווען לײַכט. זי האָט יאָרן־לאַנג געאַרבעט אין ייִוואָ, זיך געגריבלט אין פֿאָלקלאָר, וואָס דאָס איז געווען איר געביט. זי האָט אַרויסגעגעבן אַ בוך מיט פֿאָלקס־מעשׂיות, מיט אַן ענגלישער איבערזעצונג פֿון לעאָנאַרד וווּלף; אוריאל ווײַנרײַכס "קאַלעדזש ייִדיש" און "ייִדיש־ענגליש, ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך", האָבן איר אויך אַרויסגעהאָלפֿן אַ ביסל ווען ס'איז געקומען צו אויסקומעניש.

מיט אַ יאָר צוריק האָב איך בינהן באַגעגנט אויפֿן קאַמפּוס פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט. זי האָט אויסגעזען מאַט און שוואַך, אָבער נאָך אַלץ געווען די שיינע און איידעלע פֿרוי. זי האָט געטראָגן אַ פֿלאַנץ אין האַנט. פֿרעג איך זי:

"בינה, וואָס איז די מעשׂה מיטן פֿלאַנץ?"

זאָגט זי מיר:

"איך האָב געטראַכט אַז מען מוז אַרײַנגעבן אַ ביסל לעבן אין קאָלומביע, האָב איך אַהערגעבראַכט דעם פֿלאַנץ".

מיר האָבן נאָך געשמועסט דורכן יאָר אויפֿן טעלעפֿאָן. זי האָט זיך ווייניק וואָס באַקלאָגט, כאָטש זי איז שוין געווען חרובֿ קראַנק. בינה איז אַלע מאָל געווען אַן אײַנגעהאַלטענע, און כאָטש זי האָט אַרום זיך געזען אַ סך עוולות, איז זי געבליבן סטאָיִש. פֿאַרשטייט זיך, אַז מיר ביידע זײַנען געווען ווי פֿײַער און וואַסער. איך — וואָס איך ברויז און פֿלאַם ווען עס קומט צו עוולות וואָס איך קען נישט פֿאַרטראָגן. זי — איז צו זיי געווען גלײַכגילטיק. איך — וואָס איך פֿאַרנעם נישט קיין אומרעכט, סײַ געזעלשאַפֿטלעך און סײַ ווען עס קומט צו מענטשלעכע באַציִונגען — זי האָט אַלע מאָל פֿאַרדעקט אירע אינערלעכע פֿאַרדראָסן, איבערלעבונגען און שטרויכלונגען, אַבי צו האַלטן פֿאַסאָן, שלום און שלווה.

יעדעס מאָל וואָס כ'האָב דערמאָנט אַ נאָמען פֿון איינעם אָדער איינער וואָס האָט אָפּגעטאָן שאָדן אין דער ייִדישער וועלט, אָדער רויִנירט די רענאָמע פֿון דער ייִדישער אַקאַדעמיע, אָדער געזעלשאַפֿטלעכער אינסטיטוציע, פֿלעגט בינה געבן אַ ביטערן שמייכל, זיך אָפּווישן די ליפּן און שווײַגן. דאָס איז געווען איר טבֿע. באַוויין איך איר אַוועקגיין. איך באַוויין דעם גורל פֿון דער לעגענדאַרער ווײַנרײַך־משפּחה. עס זײַנען אַוועק פֿון אונדז די אַקאַדעמישע קאַרפּן־קעפּ, און מיר זײַנען געבליבן אַ פֿאָלק פֿון קולטורעלע כּבֿד־פּהניקעס. זיי האָבן נאָך זיך איבערגעלאָזט אַ מידבר־הלשון, ווײַל אונדזערע אייניקלעך וועלן שוין זײַן די זין און טעכטער פֿון אינו־יודע־לשאולס פֿון דער "הגדה". באַוויין איך אונדזער גורל און בינהס פּטירה. כּבֿוד איר אָנדענק.

Der "baitrag" fun Uriel Weinreichn

Uriel Weinreich in zain Yiddish-English verterbuch, vos main foter hot bazetzt, hot dargeshtelt a falsh bild fun idish. Er hot aroisgevorfn gantz gute "daitchmerishe" verter un zei farbitn mit hebreizmen. Er iz geven a teilnemer in der shmutziger kampanie tzu "reinigen" idish fun "daitche" verter un machn dos a halb-hebreishe shprach. Zain verterbuch iz nutzloz. Nor Harkavy iz an echt idish verterbuch.