- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
עס איז אַרויס אַ נײַער נומער פֿון "די צוקונפֿט", די עלטסטע אין דער וועלט צײַטשריפֿט אויף דער ייִדישער שפּראַך. איצט גייט "די צוקונפֿט" אַרויס אין אַ נײַעם פֿאָרמאַט. אין זייער אַרײַנפֿיר־וואָרט דערקלערן די נײַע רעדאַקטאָרן, באָריס סאַנדלער און גענאַדי עסטרײַך, זייער ציל׃ צו מאַכן אַ זשורנאַל פֿאַר דער ייִדישער אינטעליגענץ. זיי האָבן בדעה צו עפֿענען די זײַטן פֿונעם זשורנאַל פֿאַר קולטורעלע און עפֿנטלעכע וויכּוחים, פֿאַר נײַע פֿאָרשונגען, און אַוודאי און אַוודאי פֿאַר נײַע ווערק פֿון ליטעראַטור און קונסט. שוין פֿאַר דער זיצונג זענען געווען קלאַנגען, אַז די פֿאַרוואַלטונג פֿון "יוגנטרוף" וועט זיך בײַטן אין גאַנצן. סײַ די דירעקטאָרשע, מירע מניעווסקי, סײַ דער עקזעקוטיוו־פֿאָרזיצער, הערשל גלעזער, האָבן זיך געוואָלט צוריקציִען און איבערגעבן די אַרבעט אין ייִנגערע הענט. די אָרגאַניזאַציע הייסט טאַקע "יוגנטרוף", אָבער ס'זענען אַדורך אַ סך יאָר זינט די אמת יונגע מענטשן האָבן אָנגעפֿירט מיט איר. איצטער איז געקומען די צײַט, און אַזוי פֿיל מענטשן האָבן זיך באַטייליקט אין דער עקזעקוטיוו־זיצונג, דעם 30סטן סעפּטעמבער, אַז ס'האָט געפֿעלט פּלאַץ בײַם טיש. צו זײַן 55סטן יאָרצײַט אין די 1970ער יאָרן האָט דער סאָוועטישער זינגער־קאָמפּאָזיטאָר, עמיל גאָראָוועץ, געשאַפֿן מוזיק צום ליד פֿון לייב קוויטקאָ "אַן אַלטער ניגון". דאָס ליד פֿלעגט זײַן פֿרוי מאַרגאַריטאַ (מוסיע) פּאָלאַנסקאַיאַ אויך רעציטירן. עס איז געבויט אויף אַן אַלטער פֿאָלקס־מעשׂה, ווי אַ ייִד, אָנשטאָט צו קויפֿן זאַכן, קויפֿט ער אָפּ צוויי ניגונים, וואָס ער הערט אויפֿן וועג צום מאַרק. גאָראָוועצעס ליד איז רעקאָרדירט אויף דער פּלאַטע "איך בין אַ ייִד" צוזאַמען מיט אַנדערע לידער פֿון סאָוועטישע דיכטער. די ווערטער זײַנען: אין דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש תּמוז תשס"ז, (יולי 2007), איז דערשינען אין תּל־אָבֿיבֿ דער דריטער נומער פֿון דער צײַטשריפֿט "דווקא". אין געוויינלעכע, געמיטלעך־רויִקע און קילע טעג, וואָלט די דערשײַנונג פֿון דער דאָזיקער צײַטשריפֿט געדאַרפֿט אויפֿגענומען ווערן מיט גרויס סאַטיספֿאַקציע, ניט נאָר אין די ליטעראַרישע ישׂראל־קרײַזן, נאָר אויך אין דער ייִדיש־מחנה, וואָס זאָרגט זיך וועגן דער אַלגעמיינער מערכה פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור אין אונדזער מדינה. צו זײַן 100־יאָריקן יובֿל עס איז מסתּמא ווייניק באַקאַנט אונדזערע לייענער דער סאָוועטישער פּאָעט, פֿאָלקלאָריסט און איבערזעצער משה העלמאָנד (1907־1973). ער איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל וואָלאָדאַרסק־וואָלינסק (קוטוזאָוואָ), זשיטאָמירער געגנט, אוקראַיִנע. זײַן פֿאָטער, אַהרן העלמאָנד איז געווען אַ ייִדיש־העברעיִשער לערער. משה האָט פֿאַרענדיקט אַ פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט און איז אויך געוואָרן אַ לערער, דערונטער עטלעכע יאָר אינעם קינדער־שטעטל "קאָמאינטערן". לידער און דערציילונגען האָט ער געדרוקט צום ערשטן מאָל אין 1925 אין "יונגוואַלד" און "פּיאָנער". דאָס נײַע זאַמלבוך פֿון פֿופֿצן רעפֿעראַטן וועגן דוד בערגעלסאָן איז אַ וויכטיקער בײַטראָג אין דער ענגליש־שפּראַכיקער ביבליאָטעק פֿון קריטישע פֿאָרשונגען וועגן ייִדישער ליטעראַטור. צוליב אַ סיבה, וואָס איז שווער צו דערקלערן, איז דער ביאָגראַפֿישער זשאַנער ניט פּאָפּולער צווישן די הײַנטיקע ייִדישע ליטעראַטור־פֿאָרשער. ביז הײַנט פֿאַרמאָגן מיר ניט קיין געהעריקע קריטישע ביאָגראַפֿיעס פֿון אונדזערע דרײַ קלאַסיקער, שוין אָפּגערעדט פֿון זייערע ווייניקער־באַרימטע מיטצײַטלער און נאָכפֿאָלגער. סוף אויגוסט איז אין אָקספֿאָרד פֿאָרגעקומען די זיבעטע מענדל־פֿרידמאַן־קאָנפֿערענץ פֿון ייִדישע שטודיעס. די דאָזיקע קאָנפֿערענץ־סעריע איז געגרינדעט געוואָרן מיט אַכט יאָר צוריק דורך דעם אַמעריקאַנער פּאָרפֿאָלק דזשעק און נעמי פֿרידמאַן, אין אָנדענק פֿון דזשעקס פֿאָטער. יעדע צוויי יאָר קומען זיך צונויף פֿאָרשער פֿון ייִדישער קולטור פֿון דער גאַנצער וועלט אינעם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, כּדי אַרומצורעדן אַ באַשטימטע טעמע. צום נײַעם יאָר תּשס״ח שיקן מיר אַ באַגריסונג צו די לייענער מיט אַ וווּנטש זיי זאָלן זיך אויסבעטן אַ גוט־יאָר — אַ יאָר פֿון גליק, געזונט, מזל און שלום. זאָל דעם ייִדישן פֿאָלק באַשערט זײַן צו לעבן אין פֿרידלעכע צײַטן, זאָל דער קריג אין איראַק זיך ענדיקן מיט אַ פֿרידלעכן און רויִקן אויסלאָז און זאָל דער "פֿאָרווערטס" ממשיך זײַן, ווי ביז אַהער, זײַן ראָלע ווי אַ שײַנטורעם פֿון ליכט פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק. מיר ברענגען ווײַטער עטלעכע מוסטערן פֿון דער פּאָעזיע וואָס ייִדישע פּאָעטן האָבן געשאַפֿן לכּבֿוד ראָש־השנה אין פֿארשיידענע צײַטן. איינער פֿון די גרעסטע קלעזמער־ און ייִדישע קולטור־וואַרשטאַטן אויף דער וועלט איז דער יערלעכער פֿעסטיוואַל "קלעזקאַנאַדע", וועלכער קומט פֿאָר אין די בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל. דאָס יאָר איז פֿאָרגעקומען "קלעזקאַנאַדע" פֿונעם 20סטן ביזן 26סטן אויגוסט און האָט צוגעצויגן מער ווי פֿיר הונדערט אָנטיילנעמער. "קלעזקאַנאַדע" האָט אײַנגעפֿירט אַ קלוגע טראַדיציע, צוצוטיילן סטיפּענדיעס צו מער ווי 150 יונגטלעכע יעדן זומער, זיי זאָלן קענען קומען מיט אַ גרויסער הנחה. הײַנט זענען געוואָרן שוין עטלעכע פֿון די "יונגע־לײַט", ווי — דזשאַש דאָלגין, מײַקל ווינאָגראַד, און אַוויאַ מור — אָנפֿירנדיקע לערערס. אונדזער מיטאַרבעטער, מיכאל קרוטיקאָוו, האָט לעצטנס געשריבן אין זײַנע צוויי אַרטיקלען וועגן דער עטנאָגראַפֿישער עקספּעדיציע, אָרגאַניזירט דורכן פֿאָרשונג־צענטער "פּעטערבורגער יודאַיִקאַ". די אַרטיקלען האָבן אַרויסגערופֿן אַ גרויסן אינטערעס בײַ אונדזערע לייענער. דעריבער האָבן מיר זיך געוואָנדן צו עטלעכע מיטבאַטייליקטע אין דער עקספּעדיציע זיך צו טיילן מיט זייערע פּראָפֿעסיאָנעלע אײַנדרוקן און אַנטפּלעקונגען בשעת זייער פֿאַרכאַפּנדיקער נסיעה אויף די שפּורן פֿונעם הײַנטיקן ייִדישן לעבן אין פּאָדאָליע. פֿונעם 6טן ביזן 17טן אויגוסט איז אין שטראַסבורג פֿאָרגעקומען אַ זומער-קורס פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור — אַ טייל פֿון דער ראָטאַציע־פּראָגראַם, וואָס קומט פֿאָר יעדעס יאָר אין פּאַריז, שטראַסבורג אָדער בריסל. 44 תּלמידים פֿון פֿראַנקרײַך, אַמעריקע, ישׂראל, אַרגענטינע, קאַנאַדע, שפּאַניע, דײַטשלאַנד, און — אַ דאַנק אַ ספּעציעלער סטיפּענדיע פֿאַר מיזרח־אייראָפּעיִשע סטודענטן — אויך ניט ווייניק תּלמידים פֿון רוסלאַנד און פּוילן, איינע פֿון די גרעסטע מעלות פֿון דער אינטערנעץ איז די גרויסע צאָל "אָנלײַן"-ביבליאָטעקן, וווּ מע קען אָפּגעפֿינען אַ סך ביכער און אַרטיקלען, אַרײַנגערעכנט אַ סך באַקאַנטע, ווי אויך ווייניק-באַקאַנטע ליטעראַטור-ווערק, וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען און אַנדערע נייטיקע אינפֿאָרמאַציע־רעסורסן. אַ דאַנק דער אינטערנעץ, קענען די שרײַבער, היסטאָריקער, ליטעראַטור-פֿאָרשער און אַנדערע מענטשן, וואָס זייער פֿאַך פֿאָדערט אַ שטענדיקן צוטריט צו אַ סך טעקסטן, |