דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו און גענאַדי עסטרײַך
בית־עולם אין מאָלעוו (פֿאָטאָ פֿון אַנאַ קושקאָוואַ)
בית־עולם אין מאָלעוו (פֿאָטאָ פֿון אַנאַ קושקאָוואַ)

אונדזער מיטאַרבעטער, מיכאל קרוטיקאָוו, האָט לעצטנס געשריבן אין זײַנע צוויי אַרטיקלען וועגן דער עטנאָגראַפֿישער עקספּעדיציע, אָרגאַניזירט דורכן פֿאָרשונג־צענטער "פּעטער­בורגער יודאַיִקאַ". די אַרטיקלען האָבן אַרויסגערופֿן אַ גרויסן אינטערעס בײַ אונדזערע לייענער. דעריבער האָבן מיר זיך געוואָנדן צו עטלעכע מיטבאַטייליקטע אין דער עקספּעדיציע זיך צו טיילן מיט זייערע פּראָפֿעסיאָנעלע אײַנדרוקן און אַנטפּלעקונגען בשעת זייער פֿאַרכאַפּנדיקער נסיעה אויף די שפּורן פֿונעם הײַנטיקן ייִדישן לעבן אין פּאָדאָליע.

רעקאַקציע


וואַלערי דימשיץ איז פּראָפֿעסאָר פֿונעם פֿאָרשונג־צענטער "פּעטערבורגער יודאַיִקאַ" בײַם אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט אין סאַנקט־פּעטערבורג, רוסלאַנד. אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿופֿצן יאָר האָט ער אָרגאַניזירט און געפֿירט עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס אין פֿאַרשידענע געגנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע, וועלכע האָבן אָנגעזאַמלט אַ רײַכן מאַטעריאַל וועגן ייִדישן לעבן אַמאָל און הײַנט.


בית־עלמין׃ אַ הייליק אָרט, וווּ מען גייט ניט

יעדער איינער, וואָס איז כאָטש אַ ביסל באַהאַוונט אין די ייִדישע טראַדיציעס, האָט געהערט, אַז ייִדן טאָרן ניט גיין אויפֿן בית־עולם אום שבת, יום־טובֿים און בײַ נאַכט. פֿאַר וואָס? איך האָב געפֿרעגט בײַ אַ סך פֿרומע און וועלטלעכע ייִדן אין רוסלאַנד, ישׂראל און אַמעריקע, אָבער קיינער האָט מיר ניט געקאָנט דאָס דערקלערן. אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿופֿצן יאָר האָב איך באַזוכט הונדערטער אַלטע ייִדישע בית־עלמינס מיט עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס אין פֿאַרשידענע עקן פֿון מיזרח־אייראָפּע. געוויינטלעך, זײַנען די קבֿרים דאָרט שוין לאַנג באַוואַקסן געוואָרן מיט גראָז און ביימער, אַ סך מצבֿות זײַנען צעבראָכן אָדער ליגן אויף דער ערד. די סיבה דערפֿון איז, דאַכט זיך, קלאָר׃ דאָס רובֿ ייִדן זײַנען געשטאָרבן אָדער אַוועקגעפֿאָרן, און דער בית־עולם איז געבליבן אויף הפֿקר.

אָבער ווען מען לייענט שלום־עליכמס מעשׂיות וועגן כּתריאלעווקע, שטויסט מען זיך אָן אין ענלעכע בילדער פֿון פֿאַר­לאָזנקייט און הפֿקרות אויפֿן בית־עולם. אַ טיפֿערע פֿאָרשונג דערווײַזט, אַז די פֿאַר­וויסטונג פֿונעם בית־עולם האָט צו טאָן מיט די טראַדיציאָנעלע פֿאָרשטעלונגען וועגן די באַציִונגען צווישן דער וועלט פֿון די לעבעדיקע און דעם עולם־האמת. די הײַנטיקע ייִדישע תּושבֿים פֿון פּאָדאָליע ווייסן וועגן דעם גאַנץ גוט, כאָטש זיי האָבן ניט באַקומען קיין ייִדישע בילדונג אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. זיי ווייסן אויך פֿונעם מינהג צו גיין אויף "קעווערוס" (קבֿר־אָבֿות) מאָנטיק און דאָנערשטיק אין חודש אלול. אמת, אייניקע פֿון זיי האַלטן, אַז "קעווערוס" איז דער נאָמען פֿון אָט דעם חודש. דער דאָזיקער מינהג איז פּרטימדיק באַשריבן אין דער ייִדישער ליטעראַטור, בפֿרט אין שלום־עליכמס מעשׂיות. לעצטנס איז פֿאַרשפּרייט געוואָרן אַ מיינונג, אַז מען דאַרף באַזוכן דעם בית־עולם אויך בײַ אַ יאָרצײַט, אָבער צומאָל פֿילט מען זיך ניט אין גאַנצן באַקוועם מיט אָט דעם "חידוש". אינטערעסאַנט, וואָס אייניקע אינפֿאָרמאַנטן באַמערקן, אַז לעצטנס קומט מען אויפֿן בית־עולם אָפֿטער איידער אַמאָל. דאָס דערקלערט מען ווי אַ השפּעה פֿון דער קריסטלעכער קולטור. עס זײַנען דאָ אַנדערע סימנים פֿון אַזאַ השפּעה׃ למשל, מע ברענגט צומאָל בלומען, אַנשטאָט שטיינער אויף די קבֿרים.

בשעת אַן אינטערוויו אין מאָלעוו (פֿאָטאָ פֿון אַנאַ קושקאָוואַ)
בשעת אַן אינטערוויו אין מאָלעוו (פֿאָטאָ פֿון אַנאַ קושקאָוואַ)

אין דעם פּאָדאָליער שטעטל טולטשין האָט מען לעצטנס אָנגעהויבן אָרגאַניזירן אָנדענק־צערעמאָניעס נאָך די קרבנות פֿונעם רומענישן געטאָ אין פּעטשאָרע, וווּ עס זײַנען אומ­געקומען אַ סך ייִדן פֿון טולטשין און אַנדערע שטעטלעך פֿון טראַנס­ניסטריע. אָבער עס איז פֿאַראַן איין פּראָבלעם. פֿון איין זײַט, וויל מען אָפּהיטן דעם זכר פֿונעם חורבן, און דערפֿאַר ברענגט מען יונגע לײַט אויף דעם בית־עולם. פֿון דער אַנדערער זײַט, ווייסן די עלטערע ייִדן, אַז דאָס איז קעגן דעם ייִדישן מינהג׃ מען גלייבט, אַז אויּב מען האָט לעבעדיקע עלטערן, טאָר מען בכלל ניט גיין אויפֿן בית־עולם. מען דערקלערט, אַז דער עלטערער דור נעמט אויף זיך די דאָזיקע "נעוויירע" (געמיינט, "עבֿירה"), ווײַל מע מוז איבערגעבן די קענטענישן וועגן דעם חורבן דעם ייִנגערן דור.

הינטער אָט די אַלע מאָטיוון שטעקט דער גלויבן, אַז מען טאָר ניט מטריח זײַן די מתים אָן אַ וויכטיקער סיבה. עס איז דערפֿאַר ניט קיין חידוש, וואָס אַפֿילו מיט הונדערט יאָר צוריק זײַנען ייִדישע קבֿרים געשטאַנען באַוואַקסן מיט גראָז, אַזוי ווי איבערגעלאָזט אויף הפֿקר. אָבער דערבײַ איז דער בית־עולם אַ "הייליק אָרט" — עד־היום באַנוצט מען אַזאַ נאָמען אין פּאָדאָליע. די הייליקייט פֿונעם בית־עולם ווערט באַטאָנט דורך דעם, וואָס מען קומט אַהין מאָנטיק און דאָנערשטיק פֿאַרן עסן, אַזוי ווי מען דאַוונט שחרית און מע לייענט תּורה אין שיל. דאָס מטריח זײַן די מתים מיט כּלערליי בקשות איז אַן אַקט, וואָס מען דאַרף דערנאָך פֿאַרגיטיקן, און די בעסטע צײַט פֿאַר דעם איז דווקא מאָנטיק אָדער דאָנערשטיק אין אלול, ערבֿ ימים־נוראים.

הײַנט, ווען אַ ייִד אָדער אַ ייִדענע קומט אויף קבֿר־אָבֿות אין אַ פּאָדאָליער שטעטל, זאָגט מען אַזאַ מין בקשה אויף ייִדיש׃ "טאַטע, איך בעט דיך, לויף און בעט, און די קינדער [זאָלן] זײַן געזונט, לאָז זיי פֿירן אויף דער וועלט. לאָמיר האָבן פּרנסה, לאָמיר זײַן געזונט, לאָז זײַן שטיל אויף דער וועלט. איז געקומען דײַן זון, איז געקומען דײַן שנור, איז געקומען דײַן אייניקל, אוראיינייקל. איך בעט דיך שטאַרק, לויף, לאָמיר זײַן אַלע געזונט, לאָמיר זײַן אַלע געזונט. איך האָב נאָך אַ קינד אין אַמעריקע, לאָז ער אויכעט זײַן געזונט. איך בעט דיך שטאַרק, אַז אַלע קינדער, אַלע דײַנע קינדער און אַלע קינדס־קינדער [לאָזן] זײַן געזונט." אינטערעסאַנט, וואָס די דאָזיקע ווערטער זאָגט מען נאָר אויף דער שפּראַך, וואָס די מתים "פֿאַרשטייען", דאָס הייסט, אויף ייִדיש. איינער אַ ייִד האָט אונדז דערקלערט אַפֿילו, אַז היות ווי ער האָט פֿאַרגעסן ייִדיש, מוז ער נעבעך שטיין און שווײַגן פֿאַר זײַן מאַמעס קבֿר.

אַזוי אַרום קומט מען אויפֿן בית־עולם מיט אַ קלאָרן ציל צו בעטן די מתים אויפֿ­צוטאָן אַ טובֿה פֿאַר די לעבעדיקע. די לעבעדיקע קומען צו די טויטע און "לאָזן זיי אַרבעטן" צוליב זייערע נוצן. נאַטיר­לעך, טאָר מען ניט מטריח זײַן די מתים אום שבת אָדער יום־טובֿ, און בײַ נאַכט דאַרף מען זיי אויך לאָזן צו רו. די ייִדישע מינהגים און גלויבענישן, וועלכע האָבן צו טאָן מיט די מתים, שטאַמען פֿון די אַלטע מקורים, ווי למשל, פֿון גמרא תּענית. אָבער הײַנט לעבן זיי אין אַ פּראַקטישער פֿאָרעם, אָפּגעטיילט פֿון דעם ליטעראַרישן יסוד. די קאָמפּליצירטע סיסטעם פֿון באַציִונגען צווישן דער און יענער וועלט האָט אַן אייגע­נעם סדר, וואָס ווערט אָפּגעהיט עד־היום צווישן די ייִדישע תּושבֿים פֿון פּאָדאָ­ליער שטעטלעך, וועלכע קענען אַפֿילו ניט לייענען מיט ייִדישע אותיות.


אַנאַ קושקאָוואַ האָט פֿאַרענדיקט דעם פּעטערבורגער פּעדאַגאָגישן אוניווערסיטעט און דעם אוניווערסיטעט פֿון צפֿון־אײַאָווע. זי האָט פֿאַרטיידיקט איר דאָקטאָראַט אין עטנאָגראַפֿיע בײַם אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט אין סאַנקט־פּעטערבורג, וווּ זי איז איצט אַן אַקאַדעמישער מיטאַרבעטער פֿון דעם צענטער "פּעטערבורגער יודאַיִקאַ".

ייִחוס אינעם סאָוועטישן שטעטל

דער באַגריף פֿון "ייִחוס" האָט אַ לאַנגע געשיכטע אין דער ייִדישער קולטור. "ייִחוס" — איז אַ וויכטיקע קאַטעגאָריע, וואָס באַשטימט דעם סטאַטוס פֿון דעם יחיד און פֿון דער משפּחה אין דער טראַדיציאָנעלער געזעלשאַפֿט. אָבער אונדזער צוגאַנג צו דער דאָזיקער טעמע איז ניט קיין היסטאָרישער, נאָר אַן אַנטראָפּאָלאָגישער׃ וויכטיק איז ניט די דעפֿיניציע פֿונעם באַגריף, נאָר ווי אַזוי מען האָט אים פֿאַרטײַטשט אין דער ווירק­לעכקייט. וואָס פֿאַר אַ ראָלע האָט דער ייִחוס געשפּילט אינעם לעבן פֿון דעם סאָוועטישן שטעטל, און ווי וויכטיק איז דער דאָזיקער באַגריף הײַנט? וועגן דעם האָבן מיר אויסגעפֿרעגט די ייִדישע תּושבֿים פֿון די שטעטלעך פֿון דרום־פּאָדאָ­ליע. ווען מען פֿרעגט בײַ די הײַנטיקע שטעטלדיקע ייִדן, וואָס איז אַזוינס ייִחוס, ווערן זיי אָפֿט מאָל צעמישט, און מען הערט אַזאַ מין ענטפֿער׃ "איך קאָן עס אײַך ניט ‘דעשיפֿרירן’ אָט אַזוי אָט פּראָסט און פּשוט". אָבער ס‘רובֿ מענטשן קענען דאָס וואָרט און קאָנען באַשרײַבן דעם "ייִחוס" לויט זײַער אייגענעם פֿאַרשטאַנד.

די מערהייט ייִדן פֿונעם עלטערן דור זײַנען געבוירן געוואָרן אין די 1920ער–1930ער יאָרן און שטאַמען פֿון בעל־מלאָ­כישע משפּחות. זיי פֿאַרמאָגן ניט קיין "ייִחוס" אין דעם אייגענעם באַגריף פֿונעם וואָרט, דאָס הייסט, זיי שטאַמען ניט פֿון באַרימטע רביים, צדיקים און אַנדערע "שיינע ייִדן". אַ סך פֿון זיי האַלטן, אַז כּדי צו זײַן "פֿין אַ ייִחוס" מוז מען שטאַמען פֿונעם בעלעבאַטישן שטאַנד. זייערע קינדער, וועלכע זײַנען געבוירן געוואָרן אין די 1950ער־1960ער יאָרן, זײַנען אויפֿגעוואַקסן אין גאָר אַן אַנדער געזעלשאַפֿט. אַ הויכן פּרעסטיזש אין דער סאָוועטישער פּראָווינץ האָבן געהאַט די לערער, דאָקטוירים, אינ­זשענערן. אַרום די 1970ער יאָרן זײַנען פֿאָר­געקומען ווײַטערדיקע בײַטן אין דער געזעלשאַפֿטלעכער אַטמאָספֿער, וועלכע זײַנען אַרויסגערופֿן געוואָרן דורך דער ייִדישער עמיגראַציע קיין ישׂראל און אַמע­ריקע. די דאָזיקע ענדערונגען האָבן שטאַרק באַווירקט די היעראַרכישע סטרוקטור פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט. עס האָבן זיך פֿאָרמירט נײַע באַגריפֿן פֿון "אויבן" און "אונטן". מיט דער צײַט האָט דער באַגריף פֿונעם "ייִחוס" אָנגעוווירן זײַן קאָנקרעטן באַטײַט. ס‘רובֿ ייִדן, אַפֿילו פֿונעם עלטערן דור, געדענקען ייִדיש בלויז פּאַסיוו און קאָנען ניט דערקלערן דעם גענויעם מיין פֿון געוויסע וערטער.

אַ "דורכשניטלעכער" מענטש האָט גע­וויסע קענטענישן וועגן זײַן משפּחה־אבֿר, וואָס גייט צוריק ניט מער ווי אויף דרײַ־פֿיר דורות. אין די סאָוועטישע צײַטן איז דער דאָזיקער משפּחה־זכּרון געוואָרן נאָך קירצער. אַ סך עלטערע מענטשן האָבן ניט געוואָלט דערציילן זייערע קינדער און אייניקלעך וועגן זייערע עלטערן און צומאָל וועגן זייער אייגענער פֿאַרגאַנגענהייט, צוליב פּאָליטישע סיבות. אָבער עס זײַנען תּמיד געווען אויסנאַמען. אַ פֿרוי אין טולטשין האָט אונדז דערציילט, אַז זי שטאַמט פֿון די כּהנים. לויט איר מיינונג, האָט דער דאָזיקער ייִחוס באַשטימט דעם קער אין דער קאַריערע פֿון אירע צוויי זין. ניט לאַנג צוריק זײַנען זיי ביידע געגאַנגען זיך לערנען אין ישיבֿות. איינער איז שוין געוואָרן אַ רבֿ. דער פֿאַקטאָר פֿון ייִחוס, וואָס אין דער סאָוועטישער צײַט האָט געשפּילט אַ קנאַפּע ראָלע אין איר לעבן, איז ווידער געוואָרן וויכטיק און האָט געהאָלפֿן צו דערקלערן די ראַדיקאַלע בײַטן אין איר משפּחה. די דאָזיקע פֿרוי האַלט זיך בײַ אַ באַזונדערער מיינונג לגבי דער ייִדישער קהילה פֿון טולטשין און איר פֿירערשאַפֿט, וואָס איז לויט אירע ווערטער — "ניט־טויגעוודיק".

בראָש פֿון דער טולטשינער קהילה שטייט אויך אַ פֿרוי, אָבער זי קאָן זיך ניט שטאָלצירן מיט קיין גרויסן "ייִחוס". זי האָט באַקומען אירע ייִדישע קענטענישן ניט בירושה, נאָר פֿון ביכער און אויף פֿאַרשידענע סעמינאַרן. איצט פֿילט זי אַן אחריות פֿאַר דעם פֿאַרשפּרייטן די דאָזיקע קענטענישן צווישן אַנדערע ייִדן אינעם שטעטל און איבערצוגעבן זיי די קומעדיקע דורות טולטשינער ייִדן. זי ווייסט וואָס ייִחוס מיינט, אָבער אין אירע אויגן איז דאָס ווײַט ניט דאָס וויכטיקסטע, וואָס אַ מענטש פֿאַרמאָגט. די פֿראַגע "פֿין וואָנען ער קומט אַרויס" — האָט פֿאַר איר ניט קיין גרויס חשיבֿות. וויכטיקער פֿון אָפּשטאַם זײַנען די פּערזענלעכע מעלות און פֿאַרדינסטן פֿונעם מענטש. פֿון אַזאַ שטאַנדפּונקט, איז מען אַליין בכּוח צו פֿאַר­בעסערן זײַן ייִחוס, אויב מען האָט גרויסע פֿאַרדינסטן אָדער דערגרייכונגען. אַזאַ מין מיינונג באַזירט זיך אויף דער סאָווע­טישער אידעאָלאָגיע, וועלכע האָט באַטאָנט די גלײַכקייט פֿון אַלע מענטשן אומ­אָפּהענגיק פֿון זייער אָפּשטאַם. צומאָל דערציילט מען וועגן מענטשן, וועלכע האָבן אַליין געהעכערט זייער סאָציאַלן סטאַטוס און אויף אַזאַ אופֿן באַקומען אַ "שיינעם ייִחוס". געוויינטלעך, האָט זיי דערבײַ געהאָלפֿן די סאָוועטישע מאַכט, וועלכע האָט "געעפֿנט אַלע וועגן" פֿאַר די קינדער פֿון אָרעמע לײַט.

אָבער מערסטנס פֿאַרשטייט מען דעם ייִחוס ווי אַ באַגריף, וואָס האָט צו טאָן מיט דעם "ווערט" פֿונעם אָפּשטאַם און דער משפּחה. ביז הײַנט שפּילט דאָס אַ געוויסע ראָלע בײַם שידוך. אין דער לעצטער צײַט האָט זיך באַוויזן אַ נײַער פֿאַקטאָר, וואָס באַווירקט דעם שטאַנד פֿון אַ יונגער־מאַן אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט, און דאָס האָט צו טאָן מיטן אויפֿלעבן פֿון רעליגיע אין דעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. אייניקע יונגע לײַט באַזוכן פֿאַרשידענע סעמינאַרן און קורסן, באַקומען רעליגיעזע בילדונג אין ישיבֿות אין אוקראַיִנע אָדער ישׂראל. צומאָל קומט אַזאַ יונגער־מאַן צוריק ווי אַ "רבֿ", וואָס פֿאַרשטייט אין ייִדישקייט און קאָן רעדן עבֿרית. אָבער דעם העכסטן פּרעסטיזש פֿאַרמאָגט נאָך אַלץ די פּראַק­טישע וועלטלעכע בילדונג, און אַ סך מענטשן קוקן אויף די נײַ־געבאַקענע "רבנים" מיט אַ שטיקל ביטול. ייִחוס האָט זיך אַרויסגעוויזן ווי אַ בייגעוודיקער באַ­גריף, וואָס זײַן גענויע מיינונג בײַט זיך אין הסכּם מיט דער סיטואַציע.


מאַרינאַ האַקאַרײַנען האָט געענדיקט דעם פֿילאָלאָגישן פֿאַקולטעט פֿונעם מאָסקווער אוניווערסיטעט און האָט פֿאַרטיידיקט אַ קאַנדידאַט־דיסערטאַציע אין עטנאָגראַפֿיע אין דעם אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט אין סאַנקט־פּעטערבורג. זי איז אַן אַקאַדעמישע מיטאַרבעטאָרין פֿונעם פֿאָרשונג־צענטער "פּעטערבורגער יודאיִק" בײַ דעם דאָזיקן אוניווערסיטעט.

ייִדישע מלאָכות אינעם שטעטל׃ אַמאָל און הײַנט

ייִדישע גאַס אין באַלטע (פֿאָטאָ פֿון אַנאַ קושקאָוואַ)
ייִדישע גאַס אין באַלטע (פֿאָטאָ פֿון אַנאַ קושקאָוואַ)

עס איז גוט באַקאַנט, אַז דאָס רובֿ ייִדן אין דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע האָבן באַקומען זייער פּרנסה פֿון פֿאַר­שי­דענע מלאָכות. אָבער עס איז אויך באַקאַנט, אַז דער פּרעסטיזש פֿון אַ בעל־מלאָכה אין דער ייִדישער סבֿיבֿה איז ניט געווען הויך, בפֿרט אין פֿאַרגלײַך מיט די תּלמידי־חכמים און בעלי־בתּים. די ייִדישע היסטאָריקער האַלטן, אַז דווקא דער דרך־ארץ פֿאַר בילדונג איז געווען די סיבה פֿון דער אינטענסיווער סאָציאַלער מאָבילקייט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. אין משך פֿון איין דור, נאָך דעם ווי די צײַטווײַליקע רעגירונג האָט אָפּגעשאַפֿן דעם תּחום־המושבֿ אין 1917, זײַנען די ייִדן מאַסנווײַז מגולגל געוואָרן פֿון שטעטלדיקע לופֿט־מענטשן אין דער געבילדעטער גרויס­שטאָ­טישער סאָוועטישער אינטעליגענץ. דער בעל־מלאָכישער ייִחוס איז פּאַמעלעך אויסגעמעקט געוואָרן פֿון זייער זכּרון. זעלטן־ווען דערמאָנט מען זיך מיט שטאָלץ אין אַ זיידע אַ בעל־מלאָכה. גע­וויינט­לעך, דערציילט מען וועגן זיי אַ ביסל שע­מעוו­דיק, מעשׂה דאָס איז געווען אַ "נידעריקע" פּראָפֿעסיע, וואָס מען האָט געמוזט אָננעמען צוליב פּרנסה.

אַזאַ באַציִונג ווערט באַשטעטיקט דורך די עטנאָגראַפֿישע מאַטעריאַלן, וואָס זײַנען געזאַמלט געוואָרן צווישן די הײַנ­טיקע תּושבֿים פֿון ייִדישע שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע. מען דערציילט מיט שטאָלץ וועגן אַזעלכע בכּבֿודיקע פּראָפֿעסיעס ווי אַ לערער, אַן אינזשענער, אַ דאָקטאָר אָדער אַן אַדוואָקאַט. זיי האָבן געהערט צו דעם "העכערן שטאַנד", וואָס פֿאַרנעמט די אייבערשטע פּאָזיציעס אין פֿאָרמעלע און אומפֿאָרמעלע געזעלשאַפֿטלעכע סטרוק­טורן. ווען מען דערציילט וועגן אייגענעם אָפּשטאַם, שפּילן די זכרונות וועגן די קליינ­שטעטלדיקע בעל־מלאָכות די ראָלע פֿונעם אויסגאַנג־פּונקט. מען באַטאָנט מיט שטאָלץ, ווי שווער עס איז געווען פֿאַר זייערע עלטערן אָדער זיידע־באָבע זיך אַרויס­צורײַסן פֿון דלות און פֿינצטערניש פֿונעם שטעטל־לעבן. די עלטערן זײַנען אַוועק פֿונעם שטעטל זיך צו לערנען אין אינסטיטוטן, האָבן באַהערשט חשובֿע פּראָ­פֿעסיעס און פֿאַרנומען אַ בכּבֿודיק אָרט אין דער געזעלשאַפֿט. אָט איז למשל, אַ פֿראַגמענט פֿון אַ שמועס׃ "מיר האָבן גע­וווינט אין אָדעס. אין אָדעס האָט מײַן טאַטע געאַרבעט אויף אַ לעדער־פֿאַבריק. האָט ער זיך גוט אָנגעמוטשעט. ער איז גע­ווען אי אַ שוסטער, אי אַ גלעזער, אי וואָס איר ווילט. און ער האָט באַקומען אַ שטעלע אויף דער לעדער־פֿאַבריק. און פֿון דער לעדער־פֿאַבריק האָט מען אים גע­שיקט זיך צו לערנען אין אַן אינסטיטוט אין כאַרקאָוו. [...] און אין כאַרקאָוו האָט ער אויסגעלערנט זשורנאַליסטיק אויפֿן ייִדישן פֿאַקולטעט. [...] ער האָט פֿאַרענ­דיקט דעם אינסטיטוט, און ער האָט גע­וואָלט קומען אַהערצו, קיין טולטשין. דאָ איז ער געווען דער רעדאַקטאָר פֿון דער אָרטיקער אוקראַיִנישער צײַטונג. קיין ייִדישע צײַטונג איז דאָ ניט געווען."

אָבער גלײַכצײַטיק טרעפֿט מען אויך אַן אַנדער אָפּשאַצונג, ווען מען ראָמאַנטיזירט די "אַלטע ייִדישע פּרנסות", אַזעלכע ווי אַ שנײַדער, אַ שוסטער, אַ בעל־עגלה וכדומה. די משפּחה־דערציילונגען פֿון דעם דאָזיקן מין באַטאָנען דעם המשך צווישן די דורות, די פֿעסטקייט פֿון די מאָראַלישע יסודות אין דער משפּחה. צומאָל גייען אַזעלכע דערציילונגען אַריבער די גרענעצן פֿון דער אייגענע משפּחה־געשיכטע און ווערן אַרײַנגעפֿלאָכטן אין דעם קאָנטעקסט פֿון דער אַלגעמיינער געשיכטע פֿון דעם שטעטל אָדער ווערן דערהויבן צו דעם ניוואָ פֿונעם אַלמענטשלעכן "משל".

אין דער לעצטער צײַט האָבן די מעשׂיות וועגן די אַמאָליקע בעל־מלאָכות געקראָגן אַ נײַעם חשיבֿות נאָכן אויפֿשטעלן די נײַע ייִדישע קהילות אין אוקראַיִנע. אין 2006, בעת מײַן באַזוך אין דעם שטעטל טולטשין אין פּאָדאָליע, האָב איך געכאַפּט אַ שמועס מיט אַ פֿרוי אויף דער גאַס. דערציילנדיק וועגן דעם עקאָנאָמישן מצבֿ אינעם שטעטל, האָט זי זיך באַקלאָגט אויף דעם דוחק אין אַרבעט. זי האָט דאָס געהאַלטן פֿאַר אַ סיבה, פֿאַר וואָס אַ סך מענטשן האָבן געדאַרפֿט זיך פֿאַרנעמען מיטן קליין־האַנדל. ווען איך האָב זי געפֿרעגט׃ "צי איז דען האַנדלערײַ ניט קיין אַרבעט?" האָט זי זיך פֿאַרענטפֿערט מיט אַן אַנדערער פֿראַגע׃ "צי וואָלט איר געוואָלט, אַז אײַערע קינדער זאָלן האַנדלען?" אין אירע אויגן האָט "האַנדלערײַ" ניט אויסגעזען צו זײַן אַן "אַרבעט"; פֿון מײַן שטאַנדפּונקט, איז האַנדל געווען אויך אַ מין אַרבעט. אין דער סאָוועטישער תּקופֿה פֿון דוחק אין כּלערליי נויטווענדיקע זאַכן האָט מען אָפֿט מאָל באַטראַכט דעם "האַנלד", ווי אַ מין גנבֿה און שווינדל.

אין די אויגן פֿון דער באַפֿעלקערונג, וואָס האָט זיך פֿאַרנומען מיט פֿיזישער אַרבעט, איז האַנדל ניט געווען קיין "אמתדיקע" אַרבעט, ווײַל דערמיט האָט מען ניט אויסגעפֿאַרטיקט קיין ממשותדיקן "פּראָדוקט". אַזאַ מין באַציִונג איז אַריבערגעטראָגן געוואָרן אויף ייִדן, און די ייִדן אַליין האָבן זי אָנגענומען פֿאַרן אמת.

דער דאָזיקער קוק ווערט פֿאָרגעשטעלט אין פֿאַרשידענע היסטאָרישע מעשׂיות וועגן טולטשין. דער גורל פֿון אַ סוחר איז אין זיי כּסדר אַ ביטערער. אין די צײַטן פֿון "נעפּ" [נײַע עקאָנאָמישע פּאָליטיק] אין די 1920ער יאָרן, פֿלעגן אַ סך ייִדן האַנדלען מיט מעל און וואַסער. אָבער דערנאָך איז געקומען די סאָוועטישע מאַכט און האָט זיי אַרײַנגעזעצט אין די גריבער מיט וואַ­סער׃ "גיב אַהער דאָס גאָלד!" דאָס עשירות ברענגט ניט קיין מזל׃ ראָזענפֿעלד, דער שטאָטישער גבֿיר, האָט פֿאַרלוירן זײַן גאַנץ פֿאַרמעגן. די ערלעכקייט פֿון סוחרים ווערט כּסדר געשטעלט אונטער אַ פֿראַגע־צייכן, און זייער ביטערער סוף ווערט אויסגעטײַטשט ווי אַ פֿאַרדינטע שטראָף. "גוטע" הענדלער זײַנען בלויז די, וועלכע פּראָדוצירן אַליין זייער סחורה. להיפּוך צו די סוחרים, ווערן די אָרעמע בעל־מלאָכות אָפֿט מאָל פֿאָרגעשטעלט ווי גליקלעכע מענטשן. וועגן די אַלטע מלאָכות דער­ציילט מען אין אַן אַנדער טאָן, ווי וועגן דער פֿאַבריק־אַרבעט, וואָס האָט ניט גע­האַט קיין אייגענעם טעם. די צײַט, ווען מען האָט ראָמאַנטיזירט די סאָוועטישע אינדוסטריאַליזירונג, איז פֿאַרבײַ, און הײַנט דערמאָנט מען מיט אַ וואַרעמער נאָס­טאַלגיע די אַמאָליקע בעל־מלאָכות. די בעל־מלאָכות ווערן אויסגעמאָלט ווי היטער פֿון די אָרטיקע טראַדיציעס. זיי האָבן געדאַוונט אין אייגענע שילן און געהאַט אייגענע חבֿרות.

די ווירקונג פֿון די דאָזיקע משפּחה־מעשׂיות איז שטאַרק אָפּהענגיק פֿון דער געניטקייט פֿונעם דערציילער, פֿון זײַן פֿעיִקייט צו אימפּראָוויזירן און באַפֿאַרבן זײַן מעשׂה מיט קאָלירפֿולע פּרטים. שטי­מונגען און געפֿילן זײַנען דערבײַ וויכ­טיקער, איידער די טרוקענע פֿאַקטן. אַזאַ מין מעשׂיות האָבן ניט קיין דינאַמיק אין דער צײַט. זייער צוועק איז צו באַטאָנען די סטאַבילקייט פֿון דעם טראַדיציאָנעלן לעבנס־שטייגער. זיי באַטאָנען אַזעלכע ווערטן ווי התמדה, ערלעכקייט, פֿלײַסי-קייט. אַ גו­טער מײַסטער איז געווען תּמיד חשובֿ, און צומאָל האָט זײַן מלאָכה אים גע­ראַ­טע­וועט פֿון הונגער און טויט. פֿון די איינצלנע משפּחה־לעגענדעס ווערט געבויט די גע­שיכטע פֿון דער גאַנצער שטאָט, און די בעל־מלאָכות פֿאַרנעמען דערין אַ חשובֿ אָרט. אָרטיקע מעשׂיות און אַנעקדאָטן ווערן אַרײַנגעפֿלאָכטן אין דעם ברייטערן היסטאָרישן לײַוונט פֿון דער אַלגעמיינער געשיכטע. אַזוי אַרום באַקומט דאָס שטעטל אַ פּלאַץ אויף דער גרויסער היסטאָרישער מאַפּע פֿון אייראָפּע.


אַמעליאַ גלעזער האָט באַקומען איר דאָקטאָראַט אין פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור פֿון סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט און אַ מאַגיסטער־דיפּלאָם אין ייִדישע לימודים פֿון אָקספֿאָרד־אוניווערסיטעט. זי איז אַן אַסיסטענט־פּראָפֿעסאָר אינעם אוניווערסיטעט פֿון קאַליפֿאָרניע אין סאַן־דיעגאָ. זי אַרבעט איצט איבער אַ בוך וועגן דעם אימאַזש פֿון האַנדל און מאַרק אין דער רוסישער, אוקראַיִנישער, און ייִדישער ליטעראַטור.

אַ נײַער קוק אויף די מײַ־גזירות פֿון 1882

קאָנסטאַנטין פּאָבעדאָנאָסצעוו, דער אויבער־פּראָקוראָר פֿון דעם "הייליקן סי­נאָד" פֿון דער רוסישער אימפּעריע צווישן 1880 און 1905, איז געווען שטאַרק באַ­זאָרגט, אַז די קריסטלעכע באַפֿעלקערונג פֿון זײַן לאַנד האָט געהאַלטן אין איין פֿאַר­לירן איר טראַדיציאָנעלע פֿרומקייט. ער האָט געגלייבט, אַז דער מענטש איז בטבֿע זינדיק, און אויב די מאַכט וועט זיך ניט אַרײַנמישן, וועט רוסלאַנד ווערן אויס קריסטלעך לאַנד. נאָך אין זײַן יוגנט האָט ער געשריבן׃ "ווען גאָט האָט פֿאַרמישפּט דעם געפֿאַלענעם אָדם־הראשון צו האָרעווען אויף דער ערד, וואָס האָט געטראָגן די קללה פֿון זײַן חטא, און צו עסן זײַן ברויט אינעם שווייס פֿון זײַן פּנים, האָט ער געגעבן דעם מענטשן אַ מיצווה׃ ׳דער זיבעטער טאָג זאָל זײַן שבת פֿאַר דײַן גאָט."

פּאָבעדאָנאָסצעווס זאָרג וועגן דעם ווויל זײַן פֿון די קריסטן איז געגאַנגען האַנט בײַ האַנט מיט זײַן שׂינאה צו ייִדן. ער האָט זיך שוין לאַנג מיאש געווען צו קערן די רוסישע ייִדן אין דעם "ריכטיקן" גלויבן און האָט געזוכט מיטלען, צו באַגרענעצן די קאָנטאַקטן צווישן ייִדן און קריסטן. איין מיטל איז געווען דאָס פֿאַרבאָטן צו האַנדלען זונטיק, וואָס איז אַרײַנגענומען געוואָרן אין די "צײַטווײַליקע" כּללים, וואָס די רעגירונג האָט אַרויסגעלאָזט אין מײַ 1882, אין אַ יאָר נאָך דעם מאָרד פֿונעם צאַר אַלעקסאַנדר דעם צווייטן דורך רעוואָ­לוציאָנערע טעראָריסטן.

אין 1881־1882 איז דורך די שטעט און שטעטלעך פֿונעם ייִדישן תּחום המושבֿ דורכגעגאַנגען אַ כוואַליע פֿון גוואַלד־טאַטן קעגן ייִדן, וואָס האָט זיך פֿאַרענדיקט מיטן פּאָגראָם אין באַלטע סוף מערץ פֿון 1882. מען האָט באַשולדיקט די ייִדן ניט נאָר אין עקספּלואַטירן די רוסישע פּויערים, אָבער אויך אין פֿארשוועכן די קריסטלעכע רעליגיע. די פּאָגראָמען אין באַלטע און אַנדערע שטעט האָבן צעשטערט דעם שוואַכן גלײַכגעוויכט אין די באַציִונגען צווישן ייִדן און זייערע שכנים. כּדי "אויפֿצושטעלן די אָרדענונג", האָט די צאַרישע רעגירונג באַשלאָסן צו באַגרענעצן די עקאָנאָמישע אַקטיוויטעט פֿון ייִדן דאָרטן, וווּ זיי האָבן געהאַט קאָנטאַקטן מיט קריסטן.

אָפֿט מאָל, נאָך אַ שרעקלעכער שחיטה, טרעפֿט זיך אַ מאָדנע זאַך׃ מען באַשולדיקט דעם קרבן, אַנשטאָט דעם רוצח. הײַנט ווייסן מיר, אַז די רוסישע רעגירונג האָט ניט אָרגאַניזירט די פּאָגראָמען בכּיוון. אָבער די רוסישע אַדמיניסטראַציע האָט סײַ־ווי גענייטיקט זיך אין אַ שטענדיק כּפּרה־הינדל פֿאַר פּאָגראָמען; אַזאַ קרבון איז געוואָרן דער ייִד. מע האָט די ייִדן גע­האַלטן שולדיק פֿאַר אַלע חטאים פֿון דער וועלט. דערבײַ האָט מען ניט גע­נו­מען אין באַטראַכט די פֿילצאָליקע פֿאַקטן, וועלכע האָבן דערוויזן, אַז דווקא די קריסטן האָבן זיך די אַרויפֿגעוואָרפֿן צו ראַבעווען און צעשטערן די ייִדישע קראָ­מען און געשעפֿטן. כּדי צו פֿאַרשטיין די דאָזיקע לאָגיק, דאַרף מען האָבן אין זינען, אַז דער קאָנסערוואַטיווער טייל פֿון דער רוסישער געזעלשאַפֿט האָט שוין פֿון פֿריִער געהאַלטן די ייִדן פֿאַר שולדיק, און האָט אויסגעטײַטשט די אַנטי־ייִדישע גע­וואַלד־מעשׂים ווי אַ "יושרדיקע" נקמה מצד די באַראַבעוועטע קריסטן.

אויף אַזאַ מין מאָטיוון האָבן זיך אָנ­געשפּאַרט די צאַרישע גזירות. זייער ציל איז געווען צו "באַשיצן" די קריסטן פֿון דער ייִדישער עקספּלואַטאַציע — פֿון איין זײַט, און צו "פֿאַרטיידיקן" די ייִדן פֿונעם קריסט­לעכן כּעס — פֿון דער אַנדערער זײַט. דער דאָזיקער אוניווערסאַלער מעכאַניזם פֿון אַרויפֿ­לייגן די אייגענע שולד אויף דער פּליי­צע פֿון אַ "כּפּרה־הינדל" איז ניט קיין נײַער. דער פֿענאָמען, וואָס עקזיסטירט פֿון תּמיד אָן בײַ פֿאַרשידענע פֿעלקער, איז באַזונדערס קלאָר באַשריבן דורך דעם פֿראַנצויזישן ליטעראַטור־פֿאָרשער רענע זשיראַר.

אין רעאַלן לעבן, ווי עס איז דער מינהג אין רוסלאַנד, האָט מען געפֿונען פֿאַרשידענע אופֿנים, ווי אַזוי אויסצומײַדן די באַגרענעצונגען, וועלכע האָבן געשטערט סײַ די ייִדן, סײַ די קריסטן. אָבער די נײַע גזירות האָבן געגעבן דער אָרטיקער מאַכט אַ גוטע געלעגנהייט צו באַשטראָפֿן די ייִדן, ווען זי האָט עס געוואָלט. די ירידים זײַנען ווײַטער פֿאָרגעקומען זונטיק און אין די טעג פֿון קריסטלעכע חגאות, ניט געקוקט אויף די פּראָטעסטן מצד די ביסקופּן, ווײַל דאָס איז געווען אַ באַקוועמע צײַט, ווען די פּויערים זײַנען געקומען אין דער שטאָט. זיי פֿלעגן זיך, צוערשט, אַרײַנכאַפּן אין קלויסטער, און דערנאָך שוין געגאַנגען אויפֿן מאַרק. פּאָבעדאָנאָסצעוו האָט גע­האַלטן, אַז שולדיק פֿאַר דעם זײַנען ווידער געווען די ייִדן. אין אַ בריוו צו דעם צאַר אַלעקסאַנדר דעם דריטן שרײַבט ער אין 1889, אַז די ייִדן "לאָזן ניט די קריסטן צו גיין אין קלויסטער". די מײַ־גזירות פֿון 1882 האָט זיך פֿונדעסטוועגן ניט אײַנ­געגעבן צו דערשטיקן די ייִדישע עקאָ­נאָ­מישע טעטיקייט אין גאַנצן; זיי האָבן אָבער פֿאַרשטאַרקט דעם אימאַזש, אַז דווקא דער ייִד איז שולדיק אין צרות פֿונעם רוסישן פֿאָלק. דערפֿאַר, כּלומרשט, האָבן די דאָזיקע געזעצן ניט פֿאַרהיט די ייִדן פֿון נײַע פּאָגראָמען, וועלכע האָבן אויסגע­בראָכן ערבֿ דער רעוואָלוציע 1905.