צום נײַעם יאָר תּשס״ח שיקן מיר אַ באַגריסונג צו די לייענער מיט אַ וווּנטש זיי זאָלן זיך אויסבעטן אַ גוט־יאָר — אַ יאָר פֿון גליק, געזונט, מזל און שלום. זאָל דעם ייִדישן פֿאָלק באַשערט זײַן צו לעבן אין פֿרידלעכע צײַטן, זאָל דער קריג אין איראַק זיך ענדיקן מיט אַ פֿרידלעכן און רויִקן אויסלאָז און זאָל דער "פֿאָרווערטס" ממשיך זײַן, ווי ביז אַהער, זײַן ראָלע ווי אַ שײַנטורעם פֿון ליכט פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק. מיר ברענגען ווײַטער עטלעכע מוסטערן פֿון דער פּאָעזיע וואָס ייִדישע פּאָעטן האָבן געשאַפֿן לכּבֿוד ראָש־השנה אין פֿארשיידענע צײַטן.
• י. ל. פּרץ
לשנה טובֿה תּכּתבֿו
לשנה טובֿה תּכּתבֿו!
אַלע, אַלע, וווּ איר זײַט!
צי אײַך האָט דאָס האַרטע מזל
אויף אַ וויסטן סטעפּ פֿאַרשפּרייט!
צי איר קילט די הייסע שטערן
בײַ דער נאַסער מערבֿ־וואַנט,
צי איר שיפֿט אײַך איבער ימען
צו אַ נײַ פֿאַרשפּראָכן לאַנד!
צי איר טראָגט דעם יאָך דעם שווערן
מיט אַ שמייכל: אײַ, ווי גרינג!
און איר קויפֿט די לופֿט צו לעבן
און איר צאָלט פֿאַר יעדן שלינג!
אַלע אײַך צום יאָר צום נײַעם —
יעדער שפּראַך און יעדעס קלייד —
לשנה טובֿה תּכּתבֿו!
אַלע, אַלע, וווּ איר זײַט!
• ב. י. ביאַלאָסטאָצקי
ראָש־השנה
עס קלאַפּט אין טיר אַ נײַער יאָר:
— איך קום צו אײַך מיט פֿריידן נאָר.
דאָס הויז ווערט אָנגעפֿילט מיט שײַן.
— לשנה טובֿה, קום אַרײַן!
און ס׳רעדט דאָס נײַע יאָר און זאָגט:
"— גענוג געוויינט, גענוג געקלאָגט.
איר האָט געליטן לאַנג, צו לאַנג,
שוין צײַט צו זינגען אַ געזאַנג.
איך ברענג אײַך גוטס, נאָר איר אַליין
דאַרפֿט זײַן אין האַרץ אויך גוט און ריין.
אַ מענטש צו מענטש דאַרף ברודער זײַן,
און אויס מיט קריג, און אויס מיט פּײַן."
מיר הערן צו די רייד זיך צו,
דער שופֿר בלאָזט: טרו־טרו־טרו.
די באָבע בעט און מורמלט פֿרום:
לשנה טובֿה, קום שוין, קום.
• ישׂראל גובקין
לשנה טובֿה
צי איר רעדט העברעיִש,
ייִדיש, אַראַמיש;
צי איר רעדט כינעזיש,
צי גאָר פּאָרטוגעזיש.
צי איר וווינט אין כינע,
צי אין אַרגענטינע;
צי איר וווינט אין בעמען,
צי אין ווײַטן יעמען.
וואָס איר זאָלט נישט רעדן,
וווּ איר זאָלט נישט זײַן,
ייִדן־קינדער זײַט איר,
קינדער קליין און פֿײַן.
שיק איך אײַך פֿון ווײַטנס
ברכות אָן אַ צאָל.
ווינטש איך אײַך שוין ווידער,
זאָג איך נאָך אַ מאָל:
לשנה טובֿה תּכּתבֿו!
• אַבֿרהם זאַק
ראָש־השנה
ס׳קומט ווידער אונדזער ראָש־השנה,
אַ נײַער יאָר קומט ווידער —
מיט שאַל פֿון תּקיעות אין די שילן,
מיט אַלטע תּפֿילה־לידער.
עס שטייען ייִדן אין טליתים,
עס בעטן ייִדן פֿרומע,
און ס׳טראָגן זיך אַוועק די תּפֿילות
הויך צו די הימלען שטומע.
דער חזן זינגט — ס׳אַראַ מתיקות
נעמט דורך די גאַנצע עדה,
זינגט־מיט דער טאַטע אינעם טלית,
אין קיטל זינגט דער זיידע.
און אַלע זײַנען איצט מכוון:
אַ יאָר פֿון פֿרייד און פֿרידן —
פֿאַר אונדזער ייִדישער מדינה,
פֿאַר אַלע, אַלע ייִדן.
• שמעון פֿרוג
נײַ־יאָר
נײַ־יאָר — שפּיל, מײַן אַלטע פֿידל!
שפּיל אַ נײַ, פֿריילעך לידל,
זינג אַ נײַעם, זיסן שיר —
דײַנע סטרונעס זאָלן קלינגען,
אַלע הערצער זאָלן זינגען,
זינגען, פֿרייען זיך מיט דיר...
און די פֿידל ענטפֿערט:
— אויף אַ בוים בײַם טײַך פֿון בבֿל
בין געהאָנגען איך אַמאָל,
און נאָר קלאָגן ווי אַן אָבֿל
קאָן פֿון דעמאָלט אָן מײַן קול...
ניין. איך האָב קיין נײַע לידער,
אַלטע קען איך, ליבע ברידער
דאָרט, בײַם גרויסן אַלטן טײַך
האָב איך זיי געהערט פֿאַרצײַטן
און אויף אַלע נײַע צײַטן
איינס נאָר ווינטשן וועל איך אײַך:
מיט זײַן ליבע, מיט זײַן טרײַהייט
זאָל גאָט שענקען אײַך צוריק
אײַער אַלטע קראַפֿט און פֿרײַהייט,
אײַער אַלטע גליק...