אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"דו ווייסט, זיי — פּוטינען און זײַן קאָמאַנדע — האָט זיך אײַנגעגעבן דאָס וואָס ברעזשניעוון האָט זיך אַפֿילו ניט געחלומט". אַזאַ רעפּליק האָט זיך אַרויסגעריסן בײַ מײַן ווײַב, ווען מיר האָבן געקוקט, אויף אַ רוסישן טעלעוויזיע-קאַנאַל, די רעאַקציע אויף דעם (דאַכט זיך) ווייניק אינטערעסאַנטן פֿאַקט פֿון אויסקלײַבן סאָטשי פֿאַרן אָרט, וווּ עס וועט אין זיבן יאָר אַרום דורכגיין די ווינטער-אָלימפּיאַדע.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אַלעקסאַנדר אָטסטרוך בײַ דער אַרבעט אין מינסק

מינסק, ווײַסרוסלאַנד. — אַלעקסאַנדר אָסט­רוך איז שולדיק אַ דאַנק לעאָניד ברעזשניעוון פֿאַר זײַן הילף בײַם צונויפֿשטעלן איינעם פֿון די קאָמפּליצירטסטע און אַרומנעמיקסטע ייִדישע ווערטערביכער; אַ ווערטערבוך אין ווײַסרוסיש, אַ שפּראַך וואָס אַפֿילו ס‘רובֿ ווײַסרוסן קענען זי נישט. די ייִדישע איבערזעצונגען פֿון די פֿיל־בענדיקע זכרונות פֿונעם אַמאָליקן סאָוועטישן פֿירער זענען זייער צוניץ געקומען אָסטרוכן, אַ מינסקער אינטעלעקטואַל, קונסט־רעסטאַוורירער און ייִדישיסט.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור, ביאָגראַפֿיעס
פֿון שׂמחה סימכאָוויטש (טאָראָנטאָ)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 27סטן יאַנואַר האָט זיך אָפּגעשיידט פֿון לעבן דער דיכטער אַלכּסנדר בעלאָוסאָוו, אַ יחיד־במינו אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדי­שער ליטעראַטור. ער איז געבוירן גע­וואָרן אין קויבישעוו (הײַנט סאַמאַרע) אין 1948 אין אַ רוסיש־פּראַוואָסלאַוונער משפּחה און זײַן וועג צו ייִדן און ייִדישער ליטעראַטור איז ממש אומגלויבלעך. ווי ער דערציילט, זײַנען זײַנע יוגנט־חבֿרים אין גאַס און אויפֿן קויבישעווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, וווּ ער האָט שטודירט, געווען ס׳רובֿ ייִדן און זײַנע ערשטע ייִדיש־לערער — ייִדישע פּליטים פֿון פּוילן און ליטע, וואָס האָבן אין די מלחמה־יאָרן געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין קויבישעוו.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

כאָטש דער העברעיִשער דיכטער יהודה־לייב גאָרדאָן האָט ניט געהאַלטן פֿון ייִדיש, האָט ער געשריבן אַ צאָל לידער אויף ייִדיש און האָט אַרויסגעגעבן אַ זאַמלונג ייִדישע לידער "שׂיחת חולין" אין 1886, וואָס איז איבערגעדרוקט געוואָרן פֿיר מאָל. עס איז פֿאַר מיר געווען אינטערעסאַנט צו פֿאַרצייכענען די ערטער, וווּ ער רעדט וועגן ייִדיש.

װעלט פֿון ייִדיש
ריטשאַרד קאָרב פֿירט אָן מיטן סעמינאַר

פֿונעם 18טן ביזן 22סטן יוני, בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, האָט "יוגנטרוף" דורכגעפֿירט איר ערשטן לערער־סעמינאַר. ברוכה קאַפּלאַן האָט געהאַט פּלאַנירט דעם סעמינאַר שוין מיט עטלעכע יאָר צוריק, נאָך דעם ווי "יוגנטרוף" האָט באַקומען פֿאַר אים געלט פֿון די פֿישמאַן־ און לעווינסאָן־פֿונדאַציעס; מיט דער הילף פֿון שבֿע צוקער און נעמי קאַדאַר, האָט זי דעם פּלאַן, סוף־כּל־סוף, טאַקע רעאַליזירט. באַטייליקט האָבן זיך אַרום צוואַנציק מענטשן, סײַ דערפֿאַרענע ייִדיש־לערער פֿון שולן און אוניווערסיטעטן, סײַ אַוואַנסירטע סטודענטן, וואָס האָבן נאָך נישט אָנגעהויבן זייערע קאַריערעס ווי לערערס.

דאָס פּינטעלע ייִדיש
פֿון שחר פּינסקער (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די גרופּע "יונג־ישׂראל" מיט זייער גײַסטיקן מורה־דרך אַבֿרהם סוצקעווער (זיצט דער דריטער פֿון רעכטס)

וואָס איז אַזוינס אַ ליטעראַרישער צענטער? און וואָס באַדײַט דער דאָזיקער באַגריף אינעם גערעם פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, בפֿרט אינעם דעליקאַטן קאָנטעקסט פֿון ייִדיש אין מדינת־ישׂראל? די דאָזיקע ברייטע פֿראַגעס האָבן אַ דירעקטע שײַכות צו דער ליטעראַרישער גרופּע "יונג־ישׂראל", וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1951 און געווען טעטיק ביז די אָנהייב 1960ער יאָרן.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿרעג אַ ייִדישן עמיגראַנט פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, וואָס וווינט הײַנט אין ישׂראל, אַמעריקע, דײַטשלאַנד וכד׳, צוליב וואָס זי צי ער האָט גענומען די טאָרבע און זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן. דער ענטפֿער וועט בדרך-כּלל זיך דרייען אַרום אַנטיסעמיטיזם. אין תּוך אַרײַן, חזרט עס איבער דעם מצבֿ, וואָס מע האָט געהאַט מיט אַ יאָרהונדערט צוריק. אין דער מיטאָלאָגיע פֿון ס'רובֿ משפּחות, וועמעס אבֿות האָבן פֿאַרלאָזט רוסלאַנד אין יענע צײַטן, פֿאַרנעמט אַנטיסעמיטיזם, בפֿרט אין דער פֿאָרעם פֿון פּאָגראָמען, דאָס צענטראַלע אָרט.

ייִדיש־וועלט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צווישן די אַמאָליקע צענטערס פֿון ייִדישער קולטור פֿאַרנעמט ווין אַ באַשיידן אָרט. אין משך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה איז די הויפּטשטאָט פֿון דער אַמאָליקער עסטרײַכיש־אונגערישער אימפּעריע געוואָרן אַ מקום־מיקלט פֿאַר צענדליקער טויזנטער גאַליציאַנער ייִדן — פּליטים פֿון די מיזרחדיקע שטחים, וועלכע זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון דער פֿראָנט־זאָנע. זיי האָבן מיטגעבראַכט קיין ווין חסידישע מינהגים און די ייִדישע שפּראַך. אַ סך פֿון זיי האָבן נאָך דער מפּלה פֿון דער אימפּעריע ניט געקאָנט באַקומען די עסטרײַכישע בירגערשאַפֿט און זיך אומגעקערט צוריק קיין גאַליציע, וואָס איז צו יענער צײַט אַרײַן אין דער נײַער פּוילישער מלוכה.

‫ייִדיש־נײַעס, ליטעראַטור
יענטע מאַש "מיט דער לעצטער הקפֿה: דערציילונגען, אָפּהאַנדלונגען",
זז׳ 233, ה. לייוויק־פֿאַרלאַג,
תּל־אָבֿיבֿ, תּשס״ז — 2007

מיט איר שפּראַך, סענסיטיווקייט, אײַזער­נעם זכּרון און כּוח־הדמיון פֿאַרנעמט הײַנט יענטע מאַש אַן אָנגעזעען אָרט אין אונדזער ליטעראַטור. כאָטש זי האָט אָנ­געהויבן איר שרײַבערישן וועג אין די מיטעלע יאָרן נאָך דעם, ווי די ייִדן אין איר שטעטל זענען אומגעבראַכט געוואָרן און נאָך דעם, ווי זי איז עולה געווען, האָט זי אַנטוויקלט איר אייגן קול און אייגע­נעם וועג. אין אַלגעמיין האָט די בע­סעראַבער "דעלעגאַציע" פֿון ייִדישע שרײַבער — יחיאל שרײַבמאַן, יענטע מאַש און באָריס סאַנדלער — אַ סך צוגעגעבן צו אונדזער הײַנטיקער ליטעראַטור און האָט פֿון אַ זײַטיקער פּאָזיציע זיך צוגערוקט צום צענטער פֿון איר שאַפֿונג.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סאָוועטישער אַפֿיש (1927), וואָס באַצייכנט דעם אָנדענק פֿון די געשעענישן פֿונעם יאָר 1905

איך קען נאָך אַלץ ניט צוגעוווינט ווערן צום היגן אופֿן פֿון לערנען געשיכטע אין שול. מע טוט עס שטיקלעכווײַז. מײַן איידעם, למשל, געדענקט זייער אַ סך פּרטים וועגן דער ערשטער וועלט-מלחמה און וועגן דעם רוסישן קייסער פּעטער דעם ערשטן. אָבער ער איז זיך מודה אַליין, אַז די געשיכטע פֿון זײַן אייגן לאַנד, גרויס-בריטאַניע, ווייסט ער זייער שלעכט — אים איז פּשוט ניט באַשערט געווען עס צו לערנען. אין די סאָוועטישע שולן האָט מען די געשיכטע געלערנט כראָנאָלאָגיש, וואָס האָט — ניט געקוקט אויף די אידעאָלאָגישע משוגעתן — איבערגעלאָזט אין מוח אַן אַלגעמיין בילד פֿון געשעענישן.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

אין דעם לעצטן נומער פֿון "אויפֿן שוועל" שרײַבט שׂמחה סימכאָוויטש וועגן אײַדאַ מאַזע, וועמען מיר טיילן צו אַן עליה די וואָך אין די "פּערל", אַז זי איז געווען "באַקאַנט ווי אַ פֿײַנע לירישע דיכטערין און שרײַבערין פֿאַר קינדער. אויסער דעם איז אײַדאַ מאַזע געווען באַוווּסט ווי אַ וווילטע­טיקע פֿרוי; זי האָט זיך פֿאַרנומען מיט העלפֿן אײַנאָרדענען די נײַ־געקומענע, באַזונ­דערס די אַריבערגעקומענע שרײַבער פֿון נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. בײַ מיר אין דער דירה פֿלעגן מיר זיך אָפֿט טרעפֿן און פֿאַרברענגען,

ייִדיש־וועלט, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אירינאַ סערגעיעוואַ. אַרכיוואַלע ירושה פֿון ש. אַנ־סקי אין די זאַמלונגען פֿון דער אוקראַיִִנישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אויף וו. אי. ווערנאַדסקיס נאָמען. קיִעוו׃ "דוך אי ליטעראַ", 2006 (אוקראַיִניש).

ש. אַנ־סקי (שלמה זאַנוול ראַפּאָפּאָרט, 1863־1920) האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכע אַרכיוואַלע ירושה, וואָס נעמט אַרײַן טויזנטער בריוו, טאָגביכער, כּתבֿ־ידן און אַנדערע דאָקומענטן, וועלכע זײַנען צעזייט און צעשפּרייט איבער אַלע זיבן ימען. אַנ־סקיס מאַטעריאַלן געפֿינען זיך אין אַרכיוואַלע זאַמלונגען אין מאָסקווע און פּעטערברוג, ירושלים און ניו־יאָרק. אָבער די גרעסטע און ביז איצט ווייניק־באַקאַנטע קאָלעקציע פֿון זײַנע מאַטעריאַלן פֿאַרהיט זיך אין דער אוקראַיִִנישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אויף ווערנאַדסקיס נאָמען אין קיִעוו. די דאָזיקע זאַמלונג איז כּולל כּמעט 1,500 אַרכיוו־איינסן, וועלכע זײַנען אַראָפּגעבראַכט געוואָרן קיין קיִעוו פֿון לענינגראַד נאָך דעם, ווי די סאָוועטישע מאַכט האָט ליקווידירט די ייִדישע היס­טאָריש־עטנאָגראַפֿישע געזעלשאַפֿט אין 1930.