- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מויני שולמאַן שולמאַן פֿלעגט זיצן אײַנגעהויקערט. זײַן רוקנביין איז געווען אַרומגעזאַפֿט מיט אַ האַרטן לעדערנעם גאַרטל און אַלץ איינס האָט ער געליטן פֿון שטאַרקע ווייטיקן. פֿון זײַטיקע פֿלעגט ער עס אויסבאַהאַלטן. אַזוי, אײַנגעהויקערט, מיטן טעקסט דערנענטערט צו די אויגן, האָט ער געקענט פֿון פֿאַר טאָג ביז שפּעט אין דער נאַכט רעדאַקטירן אַ מאַנוסקריפּט פֿון אַ בוך, די קאָרעקטור־זײַטלעך, די וויאָרסטקע, ביז דער ספֿר פֿלעגט ניט אָנטרעפֿן אין אײַנבונד־צעך.
מיט פֿינף יאָר צוריק האָט אַ גרופּע גראַדואַנטן פֿון דער מעלבורנער ייִדישער טאָגשול "שלום־עליכם קאָלעדזש" געפֿאָדערט בײַ זייערע עלטערן און בײַ זייערע לערער, פֿירן צוזאַמען אַ קאַמף, אַז די ייִדישע שפּראַך זאָל אַנערקענט ווערן ווי אַ מאַטורע-לימוד אין דעם אויסטראַלישן שטאַט וויקטאָריע. פֿינף יאָר איז נישט אַזאַ לאַנגער צײַטאָפּשניט, נאָר איינע פֿון די דעמאָלט פֿופֿצן-יעריקע תּלמידות וועט אין צוויי יאָר אַרום גראַדויִרן מיט אַ דיפּלאָם ווי אַ ייִדיש-לערער בײַם אָרטיקן מאָנאַש אוניווערסיטעט; און צוועלף מיטלשול־תּלמידים פֿון דער "דוד המלך־שול" און פֿון דער "הר־הצפֿים קאָלעדזש" האָבן, סוף-כּל-סוף, אויסגעפֿונען זייערע רעזולטאַטן פֿון די ייִדישע מינדלעכע און געשריבענע עקזאַמענס, וועלכע זיי האָבן דורכגעמאַכט מיט פֿינף וואָכן צוריק, אין איינעם מיט אַלע אַנדערע תּלמידים אין וויקטאָריע, וואָס האָבן זיך געלערנט אַ שפּראַך ווי אַ מאַטורע-לימוד.
מויני שולמאַן ווער זשע איז געווען מויני שולמאַן, וואָס כּמעט אַלע אָנגעזעענע פּראָזאַיִקער האָבן זיך צו אים באַצויגן מיט אַזוי פֿיל אָפּשײַ און אַפֿילו ליבע? געוואַקסן איז ער אין אַ דורכויס ייִדישער שטוב און, ניט געקוקט אויף די פֿאַרוויסטונגען, וואָס האָבן זיך אָנגעהויבן נאָך אין די דרײַסיקער יאָרן, האָט ער שטענדיק געטענהט, אַז כּל־זמן ייִדן זײַנען פֿאַרשפּרייט איבער גאָר דער וועלט וועט אונדזער לשון ניט אונטערגיין.
אין אַ געוויסן זין ווערט די גאַנצע קולטור־וועלט אַ סך מער "דעמאָקראַטיש", די ייִדישע קולטורוועלט, בתוכם, אַ דאַנק דער נײַער אינטערנעץ־טעכנאָלאָגיע. ווער סע וויל קען אַרײַנשיקן אַ ווידעאָ אין דער באַליבטער וועבזײַט "יוטוב" (youtube.com) , אויף וועלכער מע קען קוקן קורצע ווידעאָ־פֿילמען. אויף דער וועבזײַט טרעפֿט מען אַ ברייטע גאַמע "שאַפֿונגען" — פֿון דער העכסטער קוואַליטעט ביז גאַנץ פּראָסטע, וואָס ס׳איז אַ שאָד די צײַט זיי צו זען.
בליומע קאָטיק (1908—1968)
וועגן דעם הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון "עמעס"־פֿאַרלאַג, א. פֿאַלקאָוויטש, האָט דוד בערגעלסאָן אין זײַן צײַט געשריבן: "דער מענטש וואָס האָט קיין מאָל אין ערגעץ ניט געאײַלט און קיין מאָל אין ערגעץ ניט פֿאַרשפּעטיקט".
די דרעזדענער "וואָך" פֿון ייִדישער מוזיק און טעאַטער (ווי אויך ליטעראַטור, פֿאָלקלאָר, מאָלערײַ אאַז״וו) איז פֿאַרטראַכט געוואָרן ווי אַ ניט־פּאָליטישער, ריין קינסטלערישער פֿעסטיוואַל. און אַזוי איז עס, קען מען זאָגן, געווען און געבליבן ביזן הײַנטיקן יאָר. דאָס מאָל האָט די פּאָליטיק אַרויסגעקוקט פֿון יעדן ווינקל אין זאַל און אויף דער בינע; און ניט אַזוי פֿון די פּיעסעס, לידער און לייענונגען, ווי אין קאָפּ און אין האַרצן בײַ די אַרטיסטן און דעם צושויער. צוויי פֿאַקטן, ווי צוויי וועגווײַזערס, האָבן באַשטימט די געדאַנקען און די עמאָציעס: דער ניט לאַנג צוריק פֿאַרענדיקטער (אָדער נאָך ניט פֿאַרענדיקטער?) צווייטער ישׂראל־לבֿנונישער קריג, און דער רעזולטאַט פֿון די וואַלן דעם 17טן סעפּטעמבער אין דעם "דײַטשן בערווינקל" מעקלענבורג־פּאָמעראַניע (Meklenburg-Pomeranie); שוין דאָס צווייטע לאַנד אין דער בונדעס־רעפּובליק, וווּ אין דעם פּאַרלאַמענט זײַנען אַרײַן דעפּוטאַטן פֿון דער עקסטרעם־רעכטער NDP־פּאַרטיי. אין זאַקסען, גענויער געזאָגט אין דרעזדען, זיצן די נעאָ־נאַציסטן אין דעם לאַנדטאַג שוין פֿולע צוויי יאָר. אלי פֿאַלקאָוויטש (1898—1979) וועגן דעם הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון "עמעס"־פֿאַרלאַג, א. פֿאַלקאָוויטש, האָט דוד בערגעלסאָן אין זײַן צײַט געשריבן: "דער מענטש וואָס האָט קיין מאָל אין ערגעץ ניט געאײַלט און קיין מאָל אין ערגעץ ניט פֿאַרשפּעטיקט".
|