ייִדיש־וועלט, געשיכטע
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מען קען פֿרעגן: די גרויסקייט פֿון דעם ליטעראַרישן לעבן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אין די 30-20ער יאָרן איז נאָך ווײַט, ווײַט ניט אויסגעפֿאָרשט; וואָס זשע האָב איך, אַן אַלטער ייִדישער שרײַבער, מיט אַזאַ התפּעלות זיך אַ כאַפּ געטאָן דערציילן וועגן פֿינף רעדאַקטאָרן מיט אַ מאָל?

וועגן פֿינף מיט אַ מאָל, ווײַל לויט מײַן מיינונג זײַנען זיי געווען פֿון די בעסטע, מיט וועמען מיר איז אויסגעקומען מיטצואַרבעטן. וואָלט געגאַנגען אַ רייד ניט נאָר וועגן קינסטלערישער ליטעראַטור, וואָלט איך אָנגערופֿן נאָך און נאָך. זייער זאָרג פֿאַרן קיום פֿון ייִדיש, און דאָס האָט אין אַ היפּשער מאָס אײַנגעהאַלטן די אַסימילאַציע, איז ניט איבערצוגעבן.

ייִדיש־וועלט, קולטור
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עקיבֿא פֿישבין
דער נאָמען עקיבֿא פֿישבין איז גוט באַקאַנט אין דער ייִדישער קולטור־וועלט, מיט זײַנע באַלערנדיקע, אינטערעסאַנטע אָפּהאַנדלונגען און עסייען וועגן מוזיק און קונסט בכלל און באַזונדערס וועגן דער געשיכטע פֿון אונדזער ייִדישער מוזיק און קונסט, אירע קאָמפּאָזיטאָרן, מאָלער און קינסטלער בפֿרט.

שוין יאָרן לאַנג ווי זיי דרוקן זיך אין "פֿאָרווערטס" ווי אויך אין פֿאַרשיידענע ייִדישע פּובליקאַציעס אין דער גאָרער ייִדיש־וועלט.

דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו און גענאַדי עסטרײַך


נאָך אונדז וועלן אייביק פֿאַרבלײַבן אין פּוילן,
זכרונות ווי וואָרצלען פֿון ביימער וואָס פֿוילן.

בינעם העלער (1946)



אין פּוילן מאַכט מען עס אַנדערש

יונג-ווילנע — די ייִדישע קינסטלערישע גרופּע
אַז מע קוקט זיך צו צום מצבֿ פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט אין דעם געוועזענעם סאָוועטישן בלאָק, וואַרפֿט זיך אין די אויגן די אַנטוויקלונג פֿון די אַקאַדעמישע לימודים אין פּוילן. אין דער רוסישער ייִדישער וויסנשאַפֿט, למשל, דאָמינירט נאָך אַלץ דער געלערנטער, וואָס האָט זיך פֿריִער באַשעפֿטיקט מיט ניט-ייִדישע טעמעס און שפּעטער, בדרך-כּלל אין די 1990ער יאָרן, אַריבער צו ייִדישע ענינים. אַ סך פֿון זיי זײַנען ייִדן און גרויסע קענער פֿון געשיכטע, ליטעראַטור וכ׳.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק (ניו־יאָרק)

(צייכענונג: מיכאל מילבערגער) דוד ספֿאַרד
אויף דעם אַוועקגיין אין דער אייביקייט פֿון דיכטער דוד ספֿאַרד, האָט דער באַרימטער שרײַבער עלי שעכטמאַן געשריבן:

"ניטאָ דער אוהבֿ ישׂראל, דער גוטהאַרציקער, דער איידעלער דוד ספֿאַרד, וואָס האָט זײַן גאַנץ לעבן זיך קעגנגעשטעלט, מיט אַלע זײַנע כּוחות, מיט זײַן טיף ליריש־פֿאָלקישן ליד, מיט זײַן מחשבֿות־אייגנאַרטיקער עסיי, מיט זײַן הייס־פּובליציסטישן וואָרט; אומעטום זיך געראַנגלט מיט דעם רשעות אין דער וועלט, געוואָלט איבערקנעטן חלומות אין וואָר".

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור

מאָנטיק, דעם 13טן נאָוועמבער האָט מען אין דער ירושלימער "ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט" פּרעזענטירט דאָס ערשט־דערשינענע זאַמלבוך פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם ייִדישן פּאָעט אַלכּסנדר בעלאָוסאָוו — "די ווינטערדיקע מנורה". די אונטערנעמונג האָט געעפֿנט דער פֿאָרזיצער פֿון דער "קולטור־געזעלשאַפֿט", מרדכי דוניץ און עס האָבן זיך באַטייליקט מיכאל בן־אַברהם, אַנקאַ שמיר, חיה ליפֿשיץ, אַבֿרהם פֿירסטענבערג, עלי ביידער און די אלמנה, שושנה בעלאָוסאָוו.

‫ייִדיש־נײַעס
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט די ייִדיש־קורסן פֿאַר דערוואַקסענע האָט זיך אָנגעהויבן דעם 22סטן אָקטאָבער אין בית שלום־עליכם אין תּל־אָבֿיבֿ דער נײַער אַקאַדעמישער לערניאָר תשס״ז. די קורסן וועלן אָנגיין ביז סוף יוני 2007.

די סעריע לעקציעס אויף דער טעמע "הראשונים כבני־אָדם, דמוית מופֿת ביהדות מיזרח־אירופּה" — אונדזערע ראשונים: מוסטערהאַפֿטע געשטאַלטן אין מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום — האָט זיך אָנגעהויבן דאָנערשטיק, דעם 26סטן אָקטאָבער און וועט דויערן ביזן 17טן מײַ 2007, בסך־הכּל קרובֿ צו 25 לעקציעס יעדן דאָנערשטיק.

ייִדיש־וועלט, טעאַטער

פֿון רעכטס: דאַני מאַרקוס, יעקבֿ פֿעלדמאַן, סטיוו סטערנער
די טראַדיצע פֿון שאַפֿן ייִדישע פּאַראָדיעס אויף פֿרעמד־שפּראַכיקע ווערק איז אַן אַלטע; מע קען אַפֿילו זאָגן אַ חשובֿע. דער עפֿעקט פֿון אַזאַ שאַפֿונג איז געוויינטלעך אַ קאָמישער, צוליב דער אַנדערשקייט צווישן דער ייִדישער "היימישער" קולטור און דער גוייִשער וועלט.

מיט אַזאַ פּאַראָדיע פֿון אַן ענגלישער גילבערט און סאָליוואַן־אָפּערעטע האָט דער "נאַציאָנאַלער ייִדיש־טעאַטער — פֿאָלקסבינע" באַשלאָסן צו עפֿענען דעם טעאַטער־סעזאָן.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק (ניו־יאָרק)

יעקבֿ גראָפּער
שלמה ביקל האָט געהאַלטן, אַז "אָן גראָפּערן וואָלט קיין איציק מאַנגער ניט מעגלעך געווען". גראָפּער איז געווען איינער פֿון די עלטערע ייִדישע פּאָעטן, וואָס האָבן זייער חותם געשטעלט אויף ייִדישער פּאָעזיע אין רומעניע, וועלכע האָט געכאָוועט אונדזער מײַסטער־פּאָעט מאַנגער. ווי זײַן נאָכגייער, האָט גראָפּער געשריבן אין פֿאָלקסטימלעכן סטיל, מיט שפּורן פֿון דעם אַלטן פֿאָלקסליד אין זײַן דיכטונג, ווי מיר זעען אין דעם ווײַטערדיקן ליד־פֿראַגמענט:

װעלט פֿון ייִדיש

חיים וואָלף
דער זינגער און אַקטיאָר, חיים וואָלף, האָט אין גאַנצן פֿאַרכּישופֿט דעם עולם בײַם ייִדישן קהילה־צענטער פֿון וואַשינגטאָן אין ראָקוויל, מערילאַנד, סוף סעפּטעמבער מיט אַ קאָנצערט וואָס די גרופּע "ייִדיש פֿון גרויס־וואַשינגטאָן" האָט פֿאָרגעשטעלט.

וואָלף — וואָס זײַן פֿאַרשיידנאַרטיקע קאַריערע באַשטייט סײַ פֿון ענגליש־שפּראַכיקע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, סײַ פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע פּיעסעס ווי "יאַנקל דער שמיד" בײַם "פֿאָלקסבינע־טעאַטער" אין ניו־יאָרק — איז אויפֿגעטראָטן מיט אַן אָוונט פֿון געזאַנג און סקיצעס, וואָס יעדער האָט פֿון זיי הנאה געהאַט. אין זײַן קאָנצערט האָט ער אַרויסגעבראַכט אַ ברייטע גאַמע געפֿילן, פֿון טרויעריק ביז הומאָריסטיש, מיט אַ בולטער אַרטיסטישער פֿעיִקייט ווי אַן אַקטיאָר. ער האָט אפֿילו געשפּילט ביידע ראָלן אין אַ סצענע פֿון "יאַנקל דער שמיד", אין וועלכער דער תּמעוואַטער שמיד פּרובירט צו דערקלערן זײַן ליבע דעם דאָרפֿסמיידל.

‫ייִדיש־נײַעס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די נײַע סטודענטן, וואָס שטודירן ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט דאָס יאָר 2006
פּונקט װי יעדעס יאָר בין איך באַגליקט מיט די בעסטע סטודענטן װאָס אַ לערערין קען זיך װינטשן. זײ זײַנען מאָטיװירט, פֿול מיט אינטערעס און נײַגער. ערשטנס, זײַנען זײ ייִדישע קינדער דורך און דורך. און צװײטנס, זײַנען ס׳רובֿ פֿון זײ מאָדערנע אָרטאָדאָקסן. זײ קומען אַרײַן קענענדיק לשון־קודש, ייִדישע יום־טובֿים, טראַדיציעס, מינהגים און ריטואַלן. דאָס אַלץ איז פֿאַר זײ נישט פֿרעמד. זײ זײַנען משפּחה־מענטשן, צוגעבונדן צו טאַטע־מאַמע, באָבעס און זײדעס.

‫ייִדיש־נײַעס
פֿון שלום בערגער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דורך דער געשיכטע פּרוּווט יעדער פֿאָלק, וואָס פֿאַרמאָגט אַ ליטעראַטור, אַרײַננעמען אין איין בוך, אַדער ביכער, דאָס גאַנצע וויסן. די געשיכטע פֿון וויסן איז אויך די געשיכטע פֿון קאַטעגאָריזירן וואָס מע ווייסט.

לויט די כּללים פֿון 21סטן יאָרהונדערט, דאַרפֿן זיך באַטייליקן אין אַן ענציקלאָפּעדיע אַקאַדעמיקערס פֿון אַ צאָל פֿאַרשיידענע פֿעלדער. געוויינטלעך, באַשליסן די רעדאַקטאָרן פֿון די ענציקלאָפּעדיעס, ווער עס וועט אָנשרײַבן אַ געוויסן אַרטיקל — און יענער באַשלוס קען זײַן אַ ביז גאָר גורלדיקער פֿאַרן פֿאַרשטאַנד פֿון די קומעדיקע דורות, וואָס פֿאַרשטייען דעם דאָזיקן לימוד דורך יענעמס ברילן. ווער געדענקט ניט, ווי אַ השערה, וואָס מע האָט זיך אַרומגעטראָגן דערמיט זינט די שול־יאָרן, איז אין אַ רגע חרובֿ געוואָרן דורך פֿאַקטן, וואָס זײַנען פֿריִער ניט פֿאָרגעשטעלט געוואָרן?

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק (ניו־יאָרק)

אַבֿרהם גאָנטאַר
אַבֿרהם גאָנטאַר איז געווען נאָך אַ טאַלענטירטער סאָוועטישער דיכטער, וואָס מיר ווילן דערמאָנען. זײַנע לידער זײַנען געווען פֿאָלקסטימלעך און בילדעריש, אויך חנעוודיק און רירנדיק. די פּשוטע ריטמען און גראַמען, די שיינע אימאַזשן אין זײַנע געזאַנגען האָבן זיכער צוגעשטײַערט צו זײַן פּאָפּולערקייט און אָנערקענונג. בײַ אים איז געווען דער עיקר די טרייסט, וואָס זײַנע ניגונים האָבן געגעבן די לייענערס:


אויב ייִדיש קלינגט אַבֿרהם — מײַן נאָמען,
אין רוסיש קלינגט — גאָנטאַר.
טאָ זאָל אײַך גוט און ווויל באַקומען
מײַן הייסע ליד דערפֿאַר.