עקיבֿא פֿישבין |
שוין יאָרן לאַנג ווי זיי דרוקן זיך אין "פֿאָרווערטס" ווי אויך אין פֿאַרשיידענע ייִדישע פּובליקאַציעס אין דער גאָרער ייִדיש־וועלט.
ער ברענגט אַרויס פֿאַר די לייענער און פֿאַר די צוהערער אין זײַנע אָפֿטע לעקציעס, אויף זײַן אייגנאַרטיקן, פֿאָלקסטימלעכן שטייגער, די פֿאַרשיידענע אַספּעקטן, קאָלירן און שטריכן אין דער קונסט, און די ייִדישע ניואַנסן און קלאַנגען אין דער מוזיק. ער דערציילט וועגן דער השפּעה און בײַטראָג פֿון אַחינו־בני־ישׂראל צו דער אַלגעמיינער מוזיק און קונסט אין לויף פֿון דורות.
זײַנע אינטערפּרעטאַציעס און אַנאַליזן צייכענען זיך אויס מיט גרויס ערודיציע און באַהאַוונטקייט, און דערפֿאַר זענען זיי טאַקע פֿאַרשטענדלעך און פּאָפּולער בײַ זײַנע לייענער און צוהערער.
די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" האָבן זיכער לעצטנס געלייענט פֿישבינס אָפּהאַנדלונגען וועגן דעם "גירוש פֿון מאָן־פּאַרנאַס" — די אײַנדרוקספֿולע און רירנדיקע אויסשטעלונג אין "יד־ושם" אין ירושלים, פֿון די מאָלערײַען פֿון די ייִדישע קינסטלער אין פּאַריז, וועלכע זענען אומגעבראַכט געוואָרן פֿון די נאַציס בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, מיט דער מיטהילף פֿון די פֿראַנצויזישע קאָלאַבאָראַטאָרן.
אויך געדענקען זיי זיכער די אינטערעסאַנטע אָפּהאַנדלונגען וועגן דער באַוווּסטער ירושלימער מאָלערין אַננאַ טיכאַ און די אַנדערע ייִדישע מאָלער און מוזיקער.
מיר האָבן זיכער מיט גרויס אינטערעס געלייענט אין דעם לעצטן נומער פֿון "פֿאָרווערטס" זײַן אָפּהאַנדלונג אד"ט: "ייִדן (בתוכם משומדים) און... מאָצאַרט".
עקיבֿא פֿישבין קען פֿאַררעכנט ווערן ווי איינער פֿון די ווייניקע ליטעראַטור־ און קונסט־קריטיקער הײַנט־צו־טאָג, וועלכע פֿאַראייביקן פּערזענלעכקייטן, געשעענישן און וויכטיקע עפּיזאָדן אין דער וועלט פֿון מוזיק און קונסט אין דער ייִדישער שפּראַך.
ער האָט אַ לאַנגע באַקאַנטשאַפֿט מיט דער ייִדישער מוזיק און קונסט. שוין אין זײַנע קינדער־ און יוגנט־יאָרן האָט ער אַרויסגעוויזן גרויס אינטערעס און נייגונג צו די דאָזיקע געביטן.
ער איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע, דעם 20סטן דעצעמבער 1916, וואָס מיינט איצט פֿאַר אונדז, אַז אין אַ חודש אַרום וועט ער דערגרייכן דעם עלטער פֿון 90 יאָר, עד־מאה־ועשׂרים!
די ירושלימער ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט איז שטאָלץ צו האָבן אים פֿאַר איינעם פֿון אירע איבערגעגעבענע און חשובֿע חבֿרים. ער טרעט אָפֿט אַרויס אין דער געזעלשאַפֿט מיט זײַנע העכסט אינטערעסאַנטע לעקציעס פֿון וועלכע די צוהערער "לעקן ממש די פֿינגער".
מיר האָבן דעריבער אַ גוטע "סיבה למסיבה", און מיר גרייטן זיך טאַקע צו פֿײַערן אין דעם קומענדיקן חודש, דעם וויכטיקן מײַלשטיין אין לעבן פֿון אונדזער ליבן חבֿר עקיבֿא פֿישבין, אין די ראַמען פֿון אונדזערע וועכנטלעכע פּראָגראַמען.
אין צוזאַמענהאַנג דערמיט, האָב איך געהאַט דעם פֿאַרגעניגן צו האָבן מיט אים אַ לענגערן, פֿרײַנדלעכן שמועס, אין זײַן היים אין דער שכונה "הגבֿעה הצרפֿתית", איינע פֿון די פֿאָרשטעט פֿון ירושלים.
איך בין צופֿרידן צו טיילן זיך מיט אונדזערע לייענער מיט מײַנע אײַנדרוקן און געפֿילן פֿון אונדזער באַגעגעניש.
עקיבֿא פֿישבין האָט אין זײַנע קינדער־יאָרן געלערנט אין אַ חדר און שפּעטער ממשיך געווען אין דער ייִדישער גימנאַזיע "לאור", וואָס האָט זיך געפֿונען אויף דער באַוווּסטער נאַלעווקע־גאַס אין וואַרשע.
זײַן פֿאָטער איז ניט געווען קיין רעליגיעזער ייִד, ער פֿלעגט גיין אין שיל נאָר אין די ימים־טובֿים.
אָבער זײַן פֿעטער, וועלכער איז געווען "קוואַטער" בײַ זײַן ברית, האָט זייער שטאַרק געוואָלט ווערן אַ חזן, פֿלעגט ער יעדן שבת יאָ גיין אין שיל אַרײַן צו הערן חזנים, פֿלעגט ער שטענדיק מיטנעמען מיט זיך דעם קליינעם עקיבֿאן, וואָס האָט מיט דער צײַט ליב באַקומען חזנות. די דאָזיקע ליבע האָט אים שפּעטער געפֿירט צו ווערן אַ גרויסער ליבהאָבער אויך פֿון אָפּערע־מוזיק, פּלאַסטישער קונסט, מאָלערײַ און סקולפּטור.
אין זײַנע יונגע יאָרן האָט עקיבֿא זוכה געווען צו הערן אין די וואַרשעווער שילן די באַרימטסטע חזנים פֿון יענער צײַט, ווי משה קוסעוויצקי, גרשון סיראָטאַ, הערשמאַן, קוואַרטין און אַ סך אַנדערע.
נאָכן ענדיקן די גימנאַזיע פֿאָרט עקיבֿא קיין פֿראַנקרײַך שטודירן כעמיע אין דעם אוניווערסיטעט פֿון בעזאַנסאָן.
"וואָס עפּעס כעמיע?" — פֿרעג איך עקיבֿאן מיט נײַגעריקייט.
זײַן ענטפֿער איז געווען: "דער טאַטע האָט מיר געזאָגט, אַז 'פֿון קלעזמערײַ קען מען ניט מאַכן קיין פּרנסה, עס איז ניט קיין פֿאַך; ווער כאָטש אַן אינזשעניר פֿון כעמיע, וועסטו האָבן פּרנסה'".
מיט צוויי יאָר שפּעטער איז אויסגעבראָכן די וועלט־מלחמה. עקיבֿא האָט איבערגעריסן זײַן שטודיום און קיין אינזשעניר פֿון כעמיע איז ער ניט געוואָרן...
אין די צײַטן פֿון דער מלחמה ווערט עקיבֿא פֿאַרשיקט קיין סיביר, אין טיף רוסלאַנד, אין פֿאַרשיידענע אַרבעטס־לאַגערן.
ווען די באַקאַנטע פּוילישע שרײַבערין וואַנדאַ וואַסילעווסקאַ אָרגאַניזירט אין רוסלאַנד די פּוילישע אַרמיי, וואָלונטירט ער צו ווערן אַ פּוילישער זעלנער און באַטייליקט זיך אין די קאַמפֿן צו באַפֿרײַען פּוילן פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע.
נאָך דעם קריג קומט ער אָן אין דער געוועזענער דײַטשישער שטאָט וואַלבזשיך, וווּ עס געפֿינען זיך דאַן אַ סך פֿון די באַפֿרײַטע ייִדישע פּליטים.
ער שליסט זיך אָן אין דער לינקער פּועלי־ציון־באַוועגונג און ווערט אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פֿון דער פּאַרטיי־צײַטונג, וואָס דערשײַנט אין דײַטשלאַנד אונטער דער רעדאַקציע פֿון אפֿרים שרײַער.
אין 1948 קומט ער אָן קיין פּאַריז און ווערט אַקטיוו אין די דאָרטיקע "ייִדיש־קרײַזן" און אַרבעט מיט אין דער ייִדישער פּרעסע מיט זײַנע אַרטיקלען. אַ דאַנק אים איז געשאַפֿן געוואָרן די וויכטיקע פּרעמיע פֿון דער בוכמאַן־פֿונדאַציע, צו פֿאַראייביקן דעם זכּרון פֿון ייִדישן חורבן אין מיזרח־אייראָפּע.
אין פּאַריז האָבן זיך פֿאַר עקיבֿאן אַנטפּלעקט ברייטע האָריזאָנטן פֿון מוזיק און קונסט. ער איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון אַלע מעגלעכקייטן און געלעגנהייטן זיך צו באַקענען און נאָענט זיך צו באַפֿרײַנדן מיט די קאָמפּאָזיטאָרן און מאָלער, און באַזוכן אָפֿט די צאָלרײַכע מוזייען און אויסשטעלונגען. ער האָט גענאָסן פֿון אַלץ וואָס פּאַריז האָט געגעבן פֿרײַ און אָפֿן, איינעם וואָס איז געווען נײַגעריק, טשיקאַווע און וויסנגיריק, נאָך אַזוי פֿיל יאָרן פֿון לײַד, וואָגלעניש און נע־ונד.
מיט דער צײַט, איז עקיבֿא פֿישבין געוואָרן דער מכניס־אורח און וועגווײַזער פֿאַר ייִדישע שרײַבער, פּאָעטן און ייִדישע קולטור־טוער, וועלכע פֿלעגן קומען באַזוכן פּאַריז. זײַן אַדרעס איז געווען ברייט באַקאַנט פֿאַר אַלעמען.
אין יאָר 1984 דערשײַנט אין פּאַריז זײַן ערשט בוך "אַ ייִדישער בליק אויף בעטהאָווען", וואָס איז אויפֿגענומען געוואָרן מיט גרויס וואַרעמקייט. עס האָט באַקומען אַ גרויסע צאָל פּאָזיטיווע אָפּרופֿן און קריטיק אין אַלע קרײַזן אין דער ייִדישער קולטור־וועלט.
אין דעם זשורנאַל "די צוקונפֿט" פֿון מײַ־יוני 1984 שרײַבט אונדזער חנה גאָרדאָן־מלאָטעק אין איר פֿאַרנעמלעכער אָפּהאַנדלונג וועגן בוך, צוו"אַנד:
..."מיר דערמאָנען דאָס אַלץ אין שײַכות מיט אַ נײַ בוך אין ייִדיש פֿון עקיבֿא פֿישבין 'אַ ייִדישער בליק אויף בעטהאָווען', וואָס איז איצט אַרויס אין פּאַריז. ייִדישע מוזיקאָלאָגן האָבן שוין אַ סך פֿריִער געפּרוּווט זוכן באַווײַזן פֿון בעטהאָווענס באַציִונג צו ייִדן און צו ייִדישער מוזיק.
"עקיבֿא פֿישבין האָט אונדז אָבער איצט געגעבן אַן אַרומנעמענדיק בילד פֿון דער עפּאָכע און דער סבֿיבֿה אין וועלכער בעטהאָווען האָט געלעבט, און ער פֿרעגט: 'איז מעגלעך, אַז די הומאַניסטישע אויספֿאָרמונג פֿון יונגן בעטהאָווען זאָל האָבן אַדורך אָן ייִדישע השפּעות?'
"...'עפּעס לייגט זיך דאָס גאָר ניט אויפֿן שׂכל'. דאָס בוך, זאָגט ער אין זײַן 'וואָרט פֿאָרויס', איז אַ באַשיידענע קולטור־היסטאָרישע אַרבעט, אַ פּרוּוו צו פֿאַרטראַכטן זיך מכּוח די אויבן אַרויסגעזאָגטע פֿראַגעס".
און זי פֿאַרענדיקט איר זייער אינטערעסאַנטע אָפּהאַנדלונג מיט אַ לויב און אָנערקענונג צו דעם מחבר עקיבֿא פֿישבין "פֿאַר וואַרפֿן אַ ליכט אויף אַ זייער וויכטיקער, און ביז איצט ווייניק־באַקאַנטער זײַט פֿון דעם גרויסן מוזיקערס לעבן און שאַפֿן. ער האָט געמאַכט אַ וויכטיקן בײַטראָג צו דער גרויסער ליטעראַטור, וואָס עס איז ביז איצט שוין געשאַפֿן געוואָרן וועגן דעם מוזיקאַלישן גאון".
אין דעם זעלבן גײַסט האָבן זיך אויך אָפּגערופֿן די אַנדערע קריטיקער, בשײַכות מיטן דערשײַנען פֿון זײַן צווייטן בוך, שוין אין ירושלים, אין יאָר 1992 "אין די טריט פֿון קינסטלער, מוזיקער און פּלאַסטיקער".
אין דער "ישׂראל־שטימע" פֿון דעם 1טן נאָוועמבער 1995 שרײַבט ל. חיים צוו"אַנד:
"...עקיבֿא פֿישבין, אַ געניטער מוזיקאָלאָג, דערציילט אונדז אויך וועגן דעם 'געקרייציקטן זינגער' — מאָצאַרט, וועגן די אימפּראָוויזאַציעס פֿון יונגן בעטהאָווען און וועגן קינסטלער מאָשעלעס, דעם פֿאַרפֿלאַמטן ייִדישן חסיד... פֿישבינס ביאָגראַפֿיעס פֿון מוזיקער און מאָלער זענען ניט קיין קאַלטע, אָביעקטיווע איינצלהייטן. פֿישבין שרײַבט מיט האַרץ און מיט געפֿיל. ער פֿאַרייִדישט זיי אין אַ ייִדישער פֿאָלקס־שפּראַך, מיט ספּעציפֿיש ייִדישע אידיאָמען, פֿאָלקסווערטלעך און אַפֿאָריזמען באַווירצט ער זײַן שרײַבן.
"אויב אַזוי וועגן מוזיקער פֿון פֿאַרגאַנגענע, ווײַטע יאָרן, איז על־אַחת־כּמה־וכּמה ווען ער דערציילט וועגן הײַנטיקע ייִדישע קינסטלער, וועלכע ער קען פּערזענלעך, טרעפֿט זיך מיט זיי און מיט זייערע שאַפֿונגען פּנים־אל־פּנים.
"...פֿישבין זוכט ניט בלויז ייִחוס־אָבֿות, נאָר אויך ייִחוס־קונסט. מיט זײַן בקיאות אַנאַליזירט ער די פֿאַרשיידענע קונסט־זשאַנערס פֿון זייער יצירה: די פֿרעסקאָס פֿון משהקע באַהעלפֿער, דאָס 'שטיל לעבן' פֿון מאַרקעל, די מיניאַטורן פֿון דוד טושינסקי, אַרדאָנס טעפּעכער, בענס תּנ"ך־שאַפֿונגען, די סקולפּטורן פֿון זעלינגער און מילבערגער".
הכּלל רבותי (אַ וואָרט מיט וועלכן פֿישבין באַנוצט זיך זייער אָפֿט — מ"ד), צו זײַן דערגרייכן דעם געבענטשטן עלטער פֿון 90 יאָר, ווילן מיר טאַקע ווינטשן אונדזער ליבן פֿרײַנד עקיבֿא פֿישבין, נאָך אַ סך געזונטע, שעפֿערישע און צופֿרידענע יאָרן.
מיר זאָלן געניסן פֿון זײַנע באַלערנדיקע, אינטערעסאַנטע אָפּהאַנדלונגען און לעקציעס "וועגן מוזיקער און פּלאַסטיקער", ווי ער האָט עס געטאָן פֿאַר אונדזערט וועגן ביז הײַנט, במשך פֿון מער ווי אַ האַלבן יאָרהונדערט!