נאָך אונדז וועלן אייביק פֿאַרבלײַבן אין פּוילן,
זכרונות ווי וואָרצלען פֿון ביימער וואָס פֿוילן.
בינעם העלער (1946)
אין פּוילן מאַכט מען עס אַנדערש
|
יונג-ווילנע — די ייִדישע קינסטלערישע גרופּע |
|
אַז מע קוקט זיך צו צום מצבֿ פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט אין דעם געוועזענעם סאָוועטישן בלאָק, וואַרפֿט זיך אין די אויגן די אַנטוויקלונג פֿון די אַקאַדעמישע לימודים אין פּוילן.
אין דער רוסישער ייִדישער וויסנשאַפֿט, למשל, דאָמינירט נאָך אַלץ דער געלערנטער, וואָס האָט זיך פֿריִער באַשעפֿטיקט מיט ניט-ייִדישע טעמעס און שפּעטער, בדרך-כּלל אין די 1990ער יאָרן, אַריבער צו ייִדישע ענינים. אַ סך פֿון זיי זײַנען ייִדן און גרויסע קענער פֿון געשיכטע, ליטעראַטור וכ׳.
די צרה איז, אָבער, אַז אַזעלכע געלערנטע בלײַבן אָפֿט מאָל צופֿעליקע געסט אין די ייִדישע לימודים, זיי לערנען זיך ניט אויס קיין ייִדישע שפּראַכן, און ניט זעלטן, קענען זיי ניט אַפֿילו קיין ענגליש, וואָס איז הײַנט אַ מוז-שפּראַך פֿאַר דער אַקאַדעמישער טעטיקייט. הקיצור, ס׳איז אַפֿילו ניט כּדאַי צו קריטיקירן אַזעלכע אַקאַדעמיקער אין אַ ייִדישער צײַטונג, ווײַל זיי וועלן אַזאַ קריטיק סײַ-ווי-סײַ ניט קענען איבערלייענען.
אַנדערש איז דער מצבֿ אין פּוילן, כאָטש דאָרטן איז אויך פֿאַראַן אַ מין "אייגנאַרטיקייט", וועלכע פֿילט זיך, דער עיקר, בײַם פֿאָרשן דעם חורבן. די דאָזיקע אייגנאַרטיקייט זעט מען גאַנץ בולט אין די ביכער-געשעפֿטן. אין אַ סך מערבֿדיקע לענדער, בתוכם אין דײַטשלאַנד, פֿאַרנעמען די חורבן-טעמעס אַ ממשותדיק אָרט אויף די פּאָליצעס, וואָס זײַנען אויסגעטיילט פֿאַר ביכער וועגן דער צווייטער וועלט-מלחמה. אין פּוילן איז עס אַנדערש, דהײַנו: די מלחמה — באַזונדער, דער חורבן — באַזונדער. און נאָך איין זאַך: מע פּרוּווט זיך פֿונאַנדערצוקלײַבן, פֿאַר וואָס זײַנען טויזנטער פּאָליאַקן געוואָרן ווילד בייז אויף ייִדן, און זיך, אַזוי אָדער אַנדערש, באַטייליקט אין די שחיטות.
אַ דערקלערונג איז תּמיד אונטער דער האַנט: צו פֿיל ייִדן זײַנען געווען איבערגעגעבן דעם קאָמוניזם, בפֿרט אויף די טעריטאָריעס, וואָס די סאָוועטן האָבן אָקופּירט לויטן מאָלאָטאָוו-ריבענטראָפּ-פּאַקט. גלײַך ווי די פּויליש-ייִדישע באַציִונגען זײַנען געווען אַ סך בעסער אין די פֿאַר-קאָמוניסטישע צײַטן. דער ייִדישער היסטאָריקער יוסף טשערניכאָוו האָט געשריבן אין זײַן אַרטיקל, פֿאַרעפֿנטלעכט דעם 26סטן יולי 1935 אין דער צײַטונג "דאָס פֿרײַע וואָרט", אַז ער ווייסט ניט "וועמעס ווייטיק איז פֿון עטישן שטאַנדפּונקט גרעסער — פֿון די דײַטשישע ייִדן, וואָס לעבן אונטערן פֿויסט פֿון דער רויער, בעסטיאַלישער מאַכט, אָדער פֿון די פּוילישע ייִדן, וואָס זינקען אַלץ מער אַרײַן אין אַ וועלט פֿון העסלעכן, נידעריקן שקר".
אָבער אין אַלגעמיין האָט מען אין איצטיקן פּוילן פֿאַרלייגט אַ פֿעסטן יסוד פֿאַר ייִדישע לימודים. אַ שטאַרקער צענטער געפֿינט זיך אין קראָקע, בײַם יאַגיעלאָנער אוניווערסיטעט. געשאַפֿן האָט מען דעם אָפּטייל פֿאַר ייִדישע לימודים אין נאָוועבמער 2000. אמת, דער דאָזיקער אָפּטייל האָט זיך באַוויזן ניט אויף קיין ליידיק אָרט, ווײַל נאָך מיט צען יאָר פֿריִער, אין אָקטאָבער 1986, איז בײַם אוניווערסיטעט געשאַפֿן געוואָרן אַ צענטער, וואָס האָט געפֿאָרשט די ייִדישע געשיכטע און קולטור אין פּוילן.
דעמאָלט, אין האַרבסט 1986, האָט דער רעקטאָר פֿונעם אוניווערסיטעט, יאָזעף אַנדרזשיי גיעראָווסקי, זיך אַליין געשטעלט בראָש דעם נײַעם ייִדישן צענטער. בכלל, אין דער אָרגאַניזיר-אַרבעט האָט זיך באַטייליקט אַ גאַנצע גרופּע אינטעלעקטואַלן. צום באַדויערן, האָט פּראָפֿעסאָר גיעראָווסקי ניט דערלעבט צו פֿײַערן דעם צענטן יוביליי פֿון ייִדישע לימודים אין קראָקע — ער איז געשטאָרבן אין פֿעברואַר 2006. אַרויסטרעטנדיק אין 1986, האָט ער געזאָגט, אַז "אַ סך פֿאָראורטיילן און מיספֿאַרשטייענישן האָבן זיך אָנגעזאַמלט אין דער געשיכטע פֿון ייִדן אין פּוילן. פֿאַרבונדן איז עס אויך מיט דעם, וואָס מע האָט ווייניק געפֿאָרשט אין דעם דאָזיקן געביט. דערפֿאַר איז איצט די ריכטיקע צײַט פֿאַר קוואַליפֿיצירטע און אויפֿריכטיקע פֿאָרשונגען מכּוח דעם עבֿר פֿון דער ייִדישער קהילה..."
פֿון סאַמע אָנהייב אָן האָט ייִדיש געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער אַרבעט פֿונעם קראָקער צענטער. אײַנצוּוואָרצלען ייִדיש אין דער איצטיקער פּוילישער אַקאַדעמישער וועלט האָט געהאָלפֿן דער גרעסטער ישׂראלדיקער ליטעראַטור-היסטאָריקער, חנא שמערוק (1921—1997), וואָס האָט אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט אין פּוילן, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן און געלעבט ביזן אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. זײַן פּויליש בוך "געשיכטע פֿון ייִדישער ליטעראַטור" (1992) ווערט ברייט גענוצט דורך לעקטאָרן און סטודענטן.
ביכער
|
דער קראָקער ייִדיש-טעאַטער: צווישן שונד און קונסט |
|
צווישן די נײַע ביכער, וואָס זײַנען לעצטנס אַרויס אויף פּויליש, איז כּדאַי צו דערמאָנען צוויי מאָנאָגראַפֿיעס: Jung Wilne — żydowska grupa artystyczna (יונג-ווילנע — די ייִדישע קינסטלערישע גרופּע) פֿון יאָאַנאַ ליסעק און Krakowski teatr żydowski: między szundem a sztuką (דער קראָקער ייִדיש-טעאַטער: צווישן שונד און קונסט) פֿון מיראָסלאַוואַ בולאַט.
יאָאַנאַ ליסעק האָט זייער ערנסט געפֿאָרשט די לעגענדאַרע גרופּע, וואָס האָט אין די צווישן-מלחמהדיקע יאָרן פֿאַראייניקט יונגע ווילנער ייִדישע שרײַבער און קינסטלער. ס׳איז גענוג צו זאָגן, אַז אָט די גרופּע האָט געגעבן דער ייִדישער ליטעראַטור אַזעלכע טאַלאַנטירטע מײַסטער ווי אַברהם סוצקעווער און חיים גראַדע. אַגבֿ, די וואָס קענען ניט קיין פּויליש, אָבער האָבן ניט קיין צרות מיט ענגליש, האָבן אַ מעגלעכקייט אַרײַנצוקוקן אין ליסעקס "לאַבאָראַטאָריע" דורך איר אַרטיקל וועגן חיים גראַדעס פֿריִערע ווערק. דער דאָזיקער אַרטיקל איז אַרויס אין ווילנע, אין דעם באַנד Central and East European Jews at the Crossroads of Tradition and Modernity (צענטראַל- און מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן אויפֿן שיידוועג צווישן טראַדיציע און מאָדערנקייט).
דאָס געראָטענע בוך וועגן "יונג-ווילנע" איז שיין אַרויסגעגעבן געוואָרן, מיט אַ סך אינטערעסאַנטע אילוסטראַציעס. דאָך קען עס ניט קאָנקורירן אין דער טיפֿקייט מיט דער פּאָליגראַפֿיש מער באַשיידענער אויסגאַבע פֿון מיראָסלאַוואַ בולאַטס פֿאָרשונג. אַ חוץ דעם טעאַטראַלן לעבן, באַקומט דער לייענער פֿון איר בוך אויך אַ קלאָרע פֿאָרשטעלונג וועגן דעם ייִדישן לעבן אין דער שטאָט, וווּ ערבֿ דעם חורבן איז יעדער פֿערטער תּושבֿ געווען אַ ייִד. בולאַטס פֿאָרשונג איז אין אַ היפּשער מאָס באַזירט אויף צײַטשריפֿטן און אַרכיוון-מאַטעריאַלן, וואָס זי האָט געפֿונען אין פּוילן, ישׂראל און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דאָ בעט זיך ווידער אַ פֿאַרגלײַך מיט רוסיש-געמאַכטע ביכער וועגן ייִדישע געשעענישן אין אַ האָצעפּלאָץ ערגעץ אין סיביר צי אַפֿילו אין דעם געוועזענעם תּחום-המושבֿ.
עס שאַפֿט זיך אַ פּאַראַדאָקסאַלער אײַנדרוק, אַז דער פּוילישער ייִדישער וויסנשאַפֿט העלפֿט דער ניט-ייִדישער באַשטאַנד פֿון אירע געלערנטע. דעם פֿענאָמען קען מען פֿאַרגלײַכן מיט דעם, וואָס מע זעט גאַנץ אָפֿט אין ישׂראל: אַ ייִד קומט מיט אַ ניט-ייִדישער פֿרוי. עס גייט די צײַט, און ער לערנט כּמעט ניט קיין העברעיִש, ווײַל ... ער איז דאָך סײַ-ווי אַ ייִד, בעת זײַן ווײַב האָט ניט די דאָזיקע גאווה און הייבט אָן רעדן העברעיִש ווי אַ וואַסער. קיין חוצפּה פֿון "איך בין דאָך סײַ-ווי אַ ייִד" זעט מען אויך ניט אין דער פּוילישער וויסנשאַפֿט. אמת, דאָס זעלבע באַמערקט מען אויך צווישן די יונגע געלערנטע אין רוסלאַנד און אַנדערע מיזרח-אייראָפּעיִשע לענדער.