פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק (ניו־יאָרק)

(צייכענונג: מיכאל מילבערגער) דוד ספֿאַרד
(צייכענונג: מיכאל מילבערגער) דוד ספֿאַרד
אויף דעם אַוועקגיין אין דער אייביקייט פֿון דיכטער דוד ספֿאַרד, האָט דער באַרימטער שרײַבער עלי שעכטמאַן געשריבן:

"ניטאָ דער אוהבֿ ישׂראל, דער גוטהאַרציקער, דער איידעלער דוד ספֿאַרד, וואָס האָט זײַן גאַנץ לעבן זיך קעגנגעשטעלט, מיט אַלע זײַנע כּוחות, מיט זײַן טיף ליריש־פֿאָלקישן ליד, מיט זײַן מחשבֿות־אייגנאַרטיקער עסיי, מיט זײַן הייס־פּובליציסטישן וואָרט; אומעטום זיך געראַנגלט מיט דעם רשעות אין דער וועלט, געוואָלט איבערקנעטן חלומות אין וואָר". שעכטמאַן האָט ציטירט ספֿאַרדס ליד:



וווּ און ווען איך זאָל נישט שטאַרבן,
וועל איך שטאַרבן יונג —
אין סאַמע מיט פֿון שטרעבן —
אַ פֿולער מיט חלומות,
אַ דאָרשטיקער נאָך לעבן.



ספֿאַרד איז געבליבן יונג אין גײַסט נאָכן איבערקומען דעם חורבן, נאָך דעם גרויל פֿונעם מאָרד פֿון די סאָוועטישע שרײַבער. ער באַשרײַבט טיילן פֿון די השפּעות אויף זײַן לעבן אין זײַן ליד "ייִדיש":



עס האָט אין דער קינדהייט מײַן ייִדיש
געגראַמט זיך מיט חסידיש,
מיט גאָט פֿון אַבֿרהם,
מיט אַלץ, וואָס איז גוט און איז פֿרום
און פֿול מיט פֿאַרגיין
און מיט צידוק־הדין.

דערנאָך —
מיט טעסליערעס פּראָסטע וואָלינער,
מיט בענקשאַפֿט פֿון נעכט אוקראַיִנער,
מיט ערשטיקער ליבע געהיימער
אין שאָטן פֿון שטעטלשע ביימער
אין לבֿנהקע אָוונטן בלאַסע.

און שפּעטער —
מיט "בערזעס" אויף וואַרשעווער גאַסן —
אויף דזשיקע, אויף גענשע און פֿרעטאַ,
מיט לידער פֿון צער און פֿון צאָרן,
מיט שטאָלצע און ליכטיקע שטרײַטן,
פֿאַר אַלע דערנידערטע יאָרן,
פֿאַר אַלע דערשלאָגענע צײַטן.

און ווײַטער —
מיט בלוטיקע דײַטשישע שײַטערס,
מיט שרעקן, רציחות און גרוילן
אין שטעט און אין שטעטלעך פֿון פּוילן,
מיט שוועסטער, מיט טאַטעס און מאַמעס,
מיט אַלץ, וואָס איז נאָענט און טײַער
עס טוט זיך מײַן ייִדיש איצט גראַמען,
צעלויכטן אין בראַנד און אין פֿײַער.



דוד ספֿאַרד איז געבוירן געוואָרן אין 1905 אין טריסק, וואָלין, אין אַ רבנישער משפּחה, און איז יונגערהייט אַריבער מיט די עלטערן קיין אָזעריאַן, וווּ זײַן פֿאָטער איז געווען אַ רבֿ. ביז 14 יאָר האָט ער געלערנט בײַם פֿאָטער און בײַ מלמדים; דערנאָך, ביז 1923 — אין אַ העברעיִש־פּוילישער גימנאַזיע אין קאָוועל און לוצק. אין 1924 איז ער געקומען קיין וואַרשע און ביז 1928 האָט ער שטודירט אויפֿן פֿילאָסאָפֿישן פֿאַקולטעט פֿון וואַרשעווער אוניווערסיטעט. דערנאָך איז ער אַוועק קיין פֿראַנקרײַך, און ביז סוף 1931 האָט ער שטודירט אין אוניווערסיטעט פֿון נאַנסי, וווּ ער האָט באַקומען דעם טיטל ד״ר פֿילאָסאָפֿיע.

אָנהייב 1932 איז ער צוריקגעקומען קיין פּוילן און ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ער געלעבט אין וואַרשע, וווּ ער איז געוואָרן אַן אַקטיווער טוער אין דער ייִדישער לינקער באַוועגונג. בעת די נאַציס האָבן פֿאַרכאַפּט פּוילן, איז ער אַוועק קיין ביאַליסטאָק, וווּ ער איז געווען וויצע־פֿאָרזיצער פֿון דער ביאַליסטאָקער אָפּטיילונג פֿון סאָוועטישן שרײַבער־פֿאַרבאַנד. פֿון סוף 1941 ביז אָנהייב 1946 האָט ער געלעבט אין רוסלאַנד; אַ צײַט געווען אין אַ קאָלכאָז אין נאָוואָוּזענסק, דערנאָך — אין אַלמאַ־אַטאַ און מאָסקווע. אין 1955 האָט ער באַקומען פֿון דער פּוילישער רעגירונג דעם מעדאַל "10 יאָר פֿאָלקס־פּוילן".

זינט 1969 האָט ער געלעבט אין ישׂראל. ער האָט געדרוקט לידער און עסייען אין אַ גרויסער צאָל צײַטשריפֿטן, און ביכער. ער איז געשטאָרבן אין ירושלים אין 1981.

ביזן סוף פֿון זײַן לעבן איז ספֿאַרד געווען שעפֿעריש. ער האָט ווידער באַטאָנט זײַן יונגקייט אין איינעם פֿון זײַנע לעצטע לידער:



איך בין קיין אַלטער קיין מאָל ניט געווען,
און כ׳בין עס ניט אַצינד...
כ׳בין קראַנק, אויף סאַמע, סאַמע ראַנד.
אַ רײַזע דורך דער וועלט איז מיר אַיעדער גאַנג,
נאָר ווי אַ פֿויגל פֿליט פֿון לאַנד צו לאַנד
מײַן ליכטיקער געדאַנק
און וויל אַרומנעמען דאָרט יעדן מענטש
און זאָגן אים אין לעצטן "זיי געזונט":
— זאָל דאָס לעבן זײַן געבענטשט,
זאָל עס בלײַבן שטענדיק יונג.



עלי שעכטמאַן פֿאַרענדיקט זײַנע ווערטער וועגן ספֿאַרדן אַזוי: "דער דיכטער דוד ספֿאַרד, דער לעצטער מאָהיקאַנער פֿון אונדזער שטורמיש־בלוטיקער צײַט, פֿון דער שוידערלעכסטער תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק, ער וועט פֿאַרבלײַבן אַ לעבעדיקער אין דער אייביק־לעבעדיקער ייִדישער ליטעראַטור — אין דער ליטעראַטור, וואָס וועט מיט דער צײַט ווערן די כּתבֿי־קודש פֿון דעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק".

וועגן דעם שטום־ווערן פֿון די ייִדיש־זינגערס, שרײַבט ספֿאַרד:



ייִדל מיטן פֿידל,
בערל מיטן באַס —
ס׳איז געווען אַ מאָל אַ ייִדיש לידל,
וואָס מען האָט געזונגען אומעטום
אויפֿן מיטן גאַס.
איצטער זענען אַלע גאַסן שטום
און די זינגער זענען מער נישטאָ —
פֿאַרצוקט האָט זיי אַ חיה־רעה,
אַ פֿינצטערער תּהום
האָט זיי פֿאַרשלונגען.

בלויז קלאַנגען איינצלנע אַצינד
נאָך בלאָנדזשען אום אין ווינט
און דערמאָנען קוים,
אַז ס׳איז געווען אַ מאָל אַ ייִדיש לידל,
וואָס אַלע האָבן עס געזונגען
אויפֿן מיטן גאַס —
ייִדל מיטן פֿידל,
בערל מיטן באַס.



צו די דערמאָנטע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד שרײַבט ער אַ ליד "באַנאַנד":



אין אײַער ליד
פֿון די שטורעמדיקע טעג
כ׳האָב געהערט די טריט
פֿון אונדזער אַלעמענס גאַנג
אויף דעם וועג,
וואָס גייט אַדורך אַ יעדער ייִד —
וווּ ער זאָל נישט זײַן.

און דערקענט
די זעלבע אומעטיקע שײַן
פֿון אונדזער אַלעמענס געזאַנג.
די שײַן פֿון אונטערגאַנג
און פֿאַרלענד,
נאָר אויך פֿון אייביקייט.

זיי האָבן אײַער וואָרט דערפֿאַר
אין פֿײַערן געברענט
און אײַך אַליין אין פּײַן און צער
פֿון טויטן אַלערליי געפּרוּווט,
געטריבן איבער וועגן שיכּורע פֿון בלוט,
נאָר נישט געבראָכן אײַער מוט.
זיי האָבן בלויז דערמאָרדעט אײַער גוף.
די נשמות אײַערע געבליבן זענען פֿרײַ
און דעם פֿאָלק אויף אַלע אייביקייטן טרײַ.

גייען מיר מיט אײַער אָנדענק איצט באַנאַנד
אין דעם אייגנלאַנד,
ווי קינדער פֿון דעם זעלבן שטאַם,
מיט דעם זעלבן לויכטנדיקן פֿלאַם,
וואָס אין אונדזער האַרצן אייביק ברענט
און ווערט קיין מאָל נישט פֿאַרברענט.



אין זײַן ליד צו די קינדערלעך־קדושים פֿון קרית־שמונה און מעלות "קול ברמה נשמע" איראָניזירט ער וואָס די זון האָט געשײַנט בעת די פֿײַנט האָבן געשאָכטן די קינדער:



פֿון דעם וועג, וואָס פֿירט קיין בית־לחם,
האָט דער ווינט מיר געבראַכט
יעדע נאַכט
דאָס געוויין פֿון דער מאַמע רחל
אויף אירע קינדער, וואָס זענען געוואָרן פֿאַרטריבן
אויף קיינעמס באַראָט
אין ווײַטע און פֿײַנטלעכע לענדער
און צו ענדע
בלויז איינער פֿון אַ שטאָט
און צוויי פֿון אַ משפּחה פֿאַרבליבן.

נאָר אין פֿריִען פֿאַרטאָג
פֿון סיון תּיו שין למד דלת
האָט איר קלאָג
זיך געטראָגן פֿון אַלע עקן לאַנד
און אין ווייטיק געקניט

פֿאַר דער הייליקער וואַנט — — —

עס האָבן די פֿײַנט
מיט קינדעריש בלוט
געפֿאַרבט אַלע וועגן אויף רויט —
און די זון האָט געשײַנט,
און די ערד האָט גערוט
און עס האָבן די הימלען געבלויט!



צום סוף ברענגען מיר אַ ליד, אין וועלכן ער רופֿט אויס צו אַ לאַנד, וווּ אַלע פֿעלקער וועלן קענען לעבן צוזאַמען, וווּ דאָס לאַנד וועט זײַן אַ היים פֿאַר אַלע קאָלירן.



"אַלע מענטשן זענען ברידער"
און אַלע ברידער —
ווײַס און שוואַרץ און רויט,
זענען הילפֿלאָז אויף דער וועלט —
עלנטע אַפֿילו אין צוזאַמען,
איינזאַמע בײַם לעבן און בײַם טויט.

וואָס־זשע האָט עס פֿאַר אַ זינען
נאָך צו טיילן זיך אויף שטאַמען
און ווי באַנומען
זײַן איינער צו דעם אַנדערן דערווידער,
זיך קעגנזײַטיק נישט פֿאַרגינען
דאָס אָרעמסטע געצעלט?

מיר זענען אַלע דאָך בלויז געסט דאָ
אויף אַ ווײַלע,
אין צער געקומען,
אין צער צעשיידט —
צו וואָס די קורצע גאַסט־שעה
נאָך אַליין צואײַלן,
מיט מאָרדן קעגנזײַטיקע באַגלייט?

צי פֿון שׂנאה שײַנט די זון דען בעסער,
אָטעמען די מענטשן פֿרײַער,
וואַקסן קינדער גרעסער,
שפּראָצן בלומען נײַע?

אַזאַ איז געווען זייער חלום
ביז לעצטער מינוט פֿון צעשיידן —
מיט ברידער צוזאַמען אין שלום
אַ היימלאַנד צו בויען פֿאַר יעדן.

די טאַטעס, די מאַמעס, די ברידער —
זיי זענען ווי קדושים געפֿאַלן,
מיר רופֿן צום לעבן זיי ווידער,
מיר בויען אַ היים איצט פֿאַר אַלע.