פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צו זײַן 70סטן יאָרצײַט

אין 1937 איז איזי כאַריק געפּײַניקט גע­וואָרן ביז טויט פֿאַר פּאָליטישע און נאַציאָ­נאַלע סיבות — מכּלומרשט פֿאַר "דורכלאָזן טראָצקיסטישע דורכפֿאַלן" אינעם מינסקער "שטערן", כאָטש אין דער אמתן איז ער אַרויס­געטראָטן קעגן טראָצקיזם אין אַ ליד געדרוקט אין 1936. אויך, לויט זכרונות, האָט ער גע­האַט געבעטן בײַם אָפּטייל פֿאַרן נאָענטן מיזרח אין "קאָ­מינטערן" אַ "שעפֿערי­שע שליחות" קיין ארץ־ישׂראל, כּדי צו זאַמלען אײַנ­דרוקן און פֿאַקטן פֿאַר אַ קאַפּיטל וועגן ציוניזם אין אַ גרויס ווערק וואָס ער האָט זיך געקליבן צו שרײַבן.

ייִדיש־וועלט, ‫אינטערװיוען

שלמה קרישטאָל

שלמה קרישטאָל איז אַ וועטעראַן אין דער ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה אין ניו־יאָרק. לאַנגע יאָרן איז ער געווען אַקטיוו אין "בונד" און אין "קעמפּ המשך". הײַנט אַרבעט ער ווײַטער אין ייִוו״אָ און אינעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס". ווי מיר האָבן פֿריִער געשריבן אין "וועלט פֿון ייִדיש", האָט ער באַקומען אַ חשובֿע אויסצייכענונג פֿונעם ייִוו״אָ דעם פֿרילינג פֿאַר זײַן אַרבעט.

ייִדיש־וועלט
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָראָטעאַ גרעווע (שטייט), האַמבורג, יוני 2006

פֿון יחיאל שרײַבמאַנס אַ בריוו:
"דאָס וואָס כ'האָב בשעת מײַן וויזיט אין האַמבורג, דרעזדען און אין בערלין געזען מיט די אייגענע אויגן ווי ייִנגלעך און מיידלעך, אויך מיטל-יאָריקע און עלטערע דײַטשן האָבן ליב באַקומען אונדזער מאַמע־לשון, לערנען ייִדיש, רעדן צווישן זיך ייִדיש, איז נאָר צום באַוווּנדערן.
מײַן באַגעגעניש אין האַמבורג מיט די ייִדיש־ליבהאָבער איז פֿאָרגעקומען אין דער רעס­טאַוורירטער האַמבורגער ייִדישער מיטל­שול, וואָס די נאַציסטן האָבן אין 1941 יאָר חרובֿ געמאַכט און אַלע לערער און אַלע שילער אַרויס­געפֿירט אין לאַגערן אויף אומקום".

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דוד לוואָוויטש

ס׳איז גאַנץ ברייט פֿאַרשפּרייט די מיינונג, אַז טאָמער אַ גאַס, אַ שול וכ׳ ווערט אָנגערופֿן לזכּרון עפּעס אַ מענטשן, מיינט עס, אַז דער נאָמען פֿון אָט דעם מענטשן איז פֿאַראייביקט געוואָרן. אין תּוך אַרײַן איז עס, אַ פּנים, ריכטיק. אָבער פּרוּווט פֿרעגן דעם עולם, וואָס קומט אין שטענדיקן באַריר מיטן פֿאַראייביקטן נאָמען, און זײַט ניט צו שטאַרק שאָקירט, ווען דער עולם וועט קיין אַנונג ניט האָבן וועגן דעם נאָמען, וואָס שטייט אָנגעוויזן אויפֿן ראָג פֿון דער גאַס צי אויף דעם בנין פֿון דער שול.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

מיט יאָרן צוריק, געדענק איך, האָט מען געזונגען קלמן ליסעס ליד "איז געפֿאַלן אַ דעמב" אויף דער לוויה פֿון אַ בונדישן פֿירער, וואָס האָט געמאַכט אַ רושם. דאָס ליד האָט ליס געשריבן נאָכן טויט פֿון בונ­דישן פֿירער בייניש מיכאַלעוויטש, וואָס איז גשטאָרבן אין וואַרשע, אין 1928. די ווערטער זײַנען:

איז געפֿאַלן אַ דעמב, אַ צעוואַקסענער דעמב,
מיט אַ קאָפּ פֿון אַרומיקע דעכער,
ס׳האָט אַ הודזשע געטאָן אויף אַרומעט דער קראַך,
ס׳האָט צעספּאַזמעט דער וואַלד, צעוויינט און צעלאַכט

ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיר האָבן אַ נטיה צו פֿאַרגלײַכן אַ מענטש צו עפּעס, אָדער עמעצן. אָט, למשל, האָט מיך מײַן מאַמע אַלע מאָל פֿאַרגליכן צו אַ ייִדישן יום־טובֿ, ווען זי האָט מיך גערופֿן "גרינער שבֿועות". אין אָנהייב האָב איך נישט פֿאַרשטאַנען וואָס זי מיינט דערמיט. שפּעטער, אָבער, האָט עס מיר געגעבן אַ טיאָכקע אונטערן לעפֿעלע. זי האָט געמיינט דערמיט צו זאָגן, אַז איך בין פֿאַרגרינט, אויסגעדאַרט און זע אויס — אַ שענערן באַגראָבט מען.

ייִדיש־וועלט, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די ייִדישע ליטעראַטור אין ראַטן־פֿאַר­באַנד האָט געהאַט דרײַ צענטערס׃ קיִעוו, מינסק און מאָסקווע. זייער היסטאָרישער גורל איז געווען אַ פֿאַרשידנאַרטיקער. מינסק האָט זיך געשניטן אויף צו ווערן דער דעה־זאָגער אין דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור, אָבער ער איז אונטערגעגאַנגען נאָך פֿאַר דער מלחמה. די מינסקער מבֿינים אויף דער פּראָלעטאַרישער קולטור זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן אין איינעם מיט דער ווײַסרוסישער פּאָליטישער און קולטורעלער עליט בעת די "רייניקונגען" פֿון 1935—1937.

ייִדיש־וועלט
ד

די רובריק "אַ גאַסט אויף אַ ווײַלע" איז גוט באַקאַנט די צוהערער פֿון אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם די "פֿאָרווערטס־שעה". צום באַדויערן, קאָנען נישט אַלע לייענער די פּראָגראַם הערן, קודם־כּל, צוליב די באַגרע­נעצטע טעכנישע מעגלעכקייטן. דעריבער, לויט אײַערע בקשות, ברענגען מיר די דאָזיקע רובריק אַרײַן אויך אין אונדזער צײַטונג.


אונדזער הײַנטיקער גאַסט איז געקומען פֿון בוענאָס־אײַרעס, די שטאָט פֿון קאַרנאַ­וואַלן און ברענענדיקע טאַנגאָס. זײַן נאָמען איז אַבֿרהם ליכטענבוים. אַ גוטן אָוונט, אַבֿרהם.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור, געשיכטע, װיסנשאַפֿט
פֿון שלום בערגער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון אָנהייב דאַרף איך מודה-ומתוודה זײַן, אַז קיין עקספּערט אין דער ייִדישער ליטע­ראַטור בין איך אַוודאי ניט, און וועגן דער אַלטער ליטעראַטור (קל-וחומר די גאָר אַלטע טעקסטן, וואָס ווערן פֿאָרגעשטעלט אין דעם באַנד) בין איך אַ גאָלער עם-הארץ. וועל איך שרײַבן וועגן דעם אימפּאָזאַנטן בוך ניט ווי אַ קריטיקער אָדער אַ פּוסק, מיט שטרענגע קריטעריעס און צוגעשליפֿענעם חלף, נאָר ווי אַ בחור, וואָס האָט זיך פֿאַר­ליבט אין אַ פֿרוי, וועלכע ער האָט ביז אַהער קיין מאָל ניט געזען מיט איר גאַנצער פּראַכט: די ייִדישער ליטעראַטור.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יצחק-אײַזיק הורוויטש, 1912

דעם נאָמען יצחק-אײַזיק הורוויטש (Isaac Hourwich, 1924—1860) האָט, בלי-ספֿק, באַגעגנט יעדער איינער, וואָס האָט זיך אינטערעסירט מיט אַזעלכע טעמעס ווי דער עקאָנאָמישער מצבֿ פֿון ייִדן סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, ווי אויך מיט דער געשיכטע פֿון דער אַרבעטער-באַ­וועגונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אמת, די דאָזיקע צוויי טעמעס באַגרענעצן ניט הור­וויטשס לעבן. דער מענטש האָט איבער­געלאָזט שפּורן אין כּלערליי גע­ביטן.

ייִדיש־וועלט, רעליגיע

"בײַם לעצטן עטאַפּ פֿונעם סעאַנס, האָט זיך מיר אַנטפּלעקט אַ וויזיע פֿון אַ גרויסער, העל-באַלויכטענער סצענע, וואָס האָט זיך געפֿונען, דאַכט זיך, מחוץ דער צײַט און רוים. דאָרטן איז געהאַנגען אַ וווּנדער-שיינער פֿאָרהאַנג, וואָס אין זײַן געוועב האָט זיך אַזוי ווי אַנטהאַלטן די גאַנצע געשיכטע פֿון דער וועלט. כ׳האָב אינטויִטיוו פֿאַר­שטאַנען, אַז איך געפֿין זיך אינעם טעאַטער פֿון דער קאָסמישער דראַמע, וווּ די הויפּט-ראָלעס האָבן געשפּילט די כּוחות, וואָס פֿורעמען אויס די מענטשלעכע היסטאָריע.

דאָס פּינטעלע ייִדיש, געשיכטע
חשבון־ביכער און פּראָטאָקאָלן פֿון זיצונגען בײַ דער

די גרויסע אַמעריקאַנער צײַטונגען באַ­רימען זיך זייער אָפֿט מיט זייער גרויסקייט, איבערהויפּט מיט די גרויסע סומען געלטער, וועלכע זיי נעמען אַרײַן און גיבן אַרויס אין צוזאַמענהאַנג מיט די פֿאַרשיידענע אָפּטיילונגען פֿון זייער צײַטונג. דער "פֿאָרווערטס" קען זיך ניט פֿאַרגלײַכן מיט די גרויסע אַמעריקאַנער צײַטונגען ווען עס קומט צו געלט. זייער פֿעלד איז אַ ברייטערער און דעריבער, נאַטירלעך, קע­נען זיי האָבן אַ גרעסערע סירקוליישן [טי­ראַזש] און אַ גרעסערע אײַנקונפֿט פֿון אַד­ווערטײַזמענט [רעקלאַמע].