ייִדיש־וועלט
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָראָטעאַ גרעווע (שטייט), האַמבורג, יוני 2006
דאָראָטעאַ גרעווע (שטייט), האַמבורג, יוני 2006

פֿון יחיאל שרײַבמאַנס אַ בריוו:
"דאָס וואָס כ'האָב בשעת מײַן וויזיט אין האַמבורג, דרעזדען און אין בערלין געזען מיט די אייגענע אויגן ווי ייִנגלעך און מיידלעך, אויך מיטל-יאָריקע און עלטערע דײַטשן האָבן ליב באַקומען אונדזער מאַמע־לשון, לערנען ייִדיש, רעדן צווישן זיך ייִדיש, איז נאָר צום באַוווּנדערן.
מײַן באַגעגעניש אין האַמבורג מיט די ייִדיש־ליבהאָבער איז פֿאָרגעקומען אין דער רעס­טאַוורירטער האַמבורגער ייִדישער מיטל­שול, וואָס די נאַציסטן האָבן אין 1941 יאָר חרובֿ געמאַכט און אַלע לערער און אַלע שילער אַרויס­געפֿירט אין לאַגערן אויף אומקום".

דאַראָטעאַ גרעווע...

"...און דאָך איז זי אַן איינציקע און זעל­טענע. איך האָב על־כּל־פּנים די לעצטע עטלעכע צענדליק יאָר נישט באַגעגנט בײַ אַ מענטשן אַזוי פֿיל געטרײַקייט, אַזאַ ברענ­שאַפֿט פֿאַר ייִדיש".
וועגן דאָראָטעאַ גרעווע האָבן אויך ניט איין מאָל געשריבן אַלכּסנדר ליזען פֿון לעמבערג און יוסף בורג פֿון טשערנאָוויץ. ווי אין קעשענעוו איז זי געווען בײַ זיי צו גאַסט און זיי האָבן זיך אין איר ממש פֿאַרליבט.
אַליין האָב איך זיך מיט דאָראָטעאַ גרעווע באַקאַנט ערשט מיט דרײַ יאָר צוריק. זי איז געווען מײַן גאַסט אין רחובֿות און צוועלף וואָכעדיקע טעג און איין שבת האָבן מיר אויג אויף אויג געהאַלטן אין איין שמועסן. צו מאָל זײַנען מיר זיך מיט איר פֿאַרזעסן ביז שפּעט אין דער נאַכט אַנטקעגן דעם טאָג. ס'איז געווען אַ גרויסער תּענוג זײַן מיט איר אין איין סבֿיבֿה. קודם־כּל, האָט זי, אַ פּאָליגלאָט, באַצויבערט מיט איר וויסן און באַזונדערס ווי זי, אַ דײַטשקע, האָט עס דערפֿילט דעם טעם און צויבער פֿון ייִדישן וואָרט, פֿון אונדזער אַמאָליקער און הײַנטיקער ליטעראַטור. ווען מיר זײַנען שוין געווען מער ווי גוטע פֿרײַנד, האָב איך בײַ איר געפֿרעגט:
— צי קענסטו מיר דערציילן וועגן דײַן טאַטן און וווּ איז ער געווען אין די מלחמה־יאָרן?
וועגן איר טאַטן האָט זי דערציילט ניט געאײַלט, מיט פֿיל איינצלהייטן, ווי דאָס טוט אַ געטרײַע און איבערגעגעבענע טאָכטער.
איך הער זי און לעב אין יענער צײַט און יענע געשעענישן וועגן וועלכע זי דערציילט.

אין יענער צײַט און יענע געשעענישן...

פֿיל מענטשן, און באַזונדערס ייִדן, וואָס זײַנען אין מײַן עלטער, קענען זיך ניט איבעראַנדערשן. עס לאָזט זיך ניט, און אויב דעם אמת געזאָגט, ווילט זיך ניט, כאָטש אוי, ווי די זכרונות, אַפֿילו פֿון דער ווײַטער ווײַט, טוען וויי. אָט די זכרונות, דאַרפֿן מיר ניט אַרויסנעמען פֿון פֿאַרגעסונג. שוין כאָטש דערפֿאַר, ווײַל אונדזער הײַנטיק און מאָרגנדיק לעבן איז אויך אָנגעזעטיקט מיט רעאַלקייט פֿון יענע שוידערלעכע יאָרן. איז ניט צום חידושן זיך, וואָס אין דער נאַכט האָב איך ניט געקענט אײַנשלאָפֿן. ס'איז געווען ניט צום פֿאַרטרײַבן די געדאַנקען וואָס לאָזן זיך ניט מעסטן און וועגן. איך בין ווידער געווען אין אַ וועלט פֿון רישעות און געפֿילט דעם טעם פֿון גיהנום־לעבן.
דאָראָטעאַס פֿאָטער, בערנהאַרד גרע­ווע, האָט וועגן גאָטישע שלעסער און פּאַלאַצן קיין מאָל ניט געטרוימט. געווען איז ער אַ פֿאַרמער. זײַן פּנים איז געווען נאָך ניט געקאַרבט, נאָר שטאַרק פֿאַרברענט פֿון זון און ווינט, און שטודירט האָט ער אַגראָנאָמיע. אויף זעקס יאָר איז ער געווען עלטער פֿאַר מיר. קיין שום אויסזיכטן, אַז אונדזערע וועגן זאָלן זיך ווען ניט איז צונויפֿגיין האָבן ניט געקענט זײַן. ער האָט געלעבט אין אַ דאָרף ניט ווײַט פֿון ברעמען (דײַטשלאַנד), און איך — אין מאָסקווע.
אַזוי איז געווען ביז דעם 22סטן יוני 1941, ווען די היטלער־חיילות האָבן אָנגע­הויבן אַ מלחמה קעגן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און מיר זײַנען געוואָרן דם־שׂונאים אויף טויט און אויף לעבן. שוין אין קנאַפּע פֿיר חדשים אַרום, אין גורלדיקן אָקטאָבער פֿון דעם זעלבן יאָר 1941 איז מיר, אין באַשטאַנד פֿון אַ קורסאַנטן־ראָטע, אויסגעקומען אָפּ­שצו­לאָגן די אַטאַקעס פֿון אַ היטלער־פּאָלק. די דײַטשן זײַנען געווען באַוואָפֿנט ביז איבער די ציין און מיט אַלע כּוחות האָבן זיי זיך געריסן צו מאָסקווע.
וואָס אַ פּשוטער בלינדער צופֿאַל קאָן אַמאָל אויפֿטאָן, אָדער ווי מען זאָגט נאָך, ווי אַ זאַך מאַכט זיך, איז מאָלט זיך אויס אַזאַ בילד: אָט דאַן, אויף יענער פֿאָדער־פּאָזיציע, האָבן מיר געקענט איינער אין דעם צווייטן אָנצילן אונדזער שיס־געווער. ער מיט זײַן נײַיִנקן אויטאָמאַט און איך מיט דער אַלטיטשקער רוסישער ביקס, וואָס אויף דער וועלט איז זי געקומען נאָך אין 19טן יאָרהונדערט. אָפּטרעטן איז אונדז ביידן געווען שטרענג פֿאַרבאָטן. יעדנפֿאַלס — אונדז. "די רויטע יונקער", ווי די דײַטשן האָבן אונדז גערופֿן, האָט געדראָט ניט מער און ניט ווייניקער, ווי טויטשטראָף.
מיט אַ מאָל איז געוואָרן אויס האָגל־פֿײַער. מיר, איינער קעגן פֿינף און אפֿשר מער, זײַנען אַוועק אין באַגנעטן־אַטאַק. דערויף האָבן די דײַטשן זיך ניט געריכט. דאָס איז שוין געווען אין פֿולן זין פֿון וואָרט ניט קיין שלאַכט־פֿעלד, נאָר אַ שחיטה־פֿעלד. אָן איינצלהייטן, נאָר אַ שחיטה־פֿעלד, וווּ מענטשן זײַנען שוין, דאַכט זיך, קיין מענטשן ניט. אַלץ האָט זיך איבערגעמישט. פֿון דער לופֿטן איז שוין געווען ניט צום אונטערשיידן וווּ זײַנען מיר, און וווּ די דײַטשן. די עראָפּלאַנען מיט די שוואַרצע האַקנקרייצן אויף די פֿליגלען האָבן אונדז מער ניט באָמבאַרדירט. דאָס מאָל האָט דער שׂונא, וואָס האָט אונדז כּמעט אויף זיכער באַזיגט, ניט אויסגעהאַלטן, ווײַל אַזוינס איז שרעקלעכער ווי זיך זען מיטן מלאך־המוות.

אין יענעם האַרבסט!..

דאַן האָט בערנהאַרד גרעווע געקעמפֿט ערגעץ אין יענע ערטער ווי איך און אויף דעם שחיטה־פֿעלד וואָלטן מיר מיט ווילדע געשרייען, ווי ניט מעשׂה־מענטשן, יעדער אויף זײַן מענה־לשון, געשטרעבט וואָס פֿלינקער איינער אין דעם צווייטן אַרײַנשטעקן אַ לאַנגן מעסער, אָדער כאָטש פּריטשמעליען אונטער די קלעפּ פֿון ביקסן־קאָלבעס. אָט צו וואָס מלחמה קען דערפֿירן און גאָרניט, מען פֿירט מלחמות און מען גרייט זיך צו נײַע.
אַ שווער־פֿאַרוווּנדעטער בין איך אַרײַנ­געפֿאַלן צו די דײַטשן אין די הענט; דאָראָ­טעאַס טאַטן האָט אָפּגעגליקט. פֿאַרוווּנדעט האָט מען אים אין 1942, ניט ווײַט פֿון סמאָלענסק. ווי אַ סאָלדאַט, האָט ער שוין מער ניט געטויגט. אים איז, ווי שטענדיק, ליב געווען זײַן ערד און ווידער האָט ער געאַקערט, געזייט און מיט טאַטישער פֿרייד געכאָוועט דרײַ טעכטער.
דאָס קען מען זאָגן, האָב איך געפֿירט אַ שמועס מיט זיך אַליין און דאָראָטעאַ האָט דאָס פֿולע רעכט צו פֿרעגן: "איר אַליין האָט דאָך אין אײַערע ‘ווען ניט די פֿרײַנט מײַנע...’ דערציילט וועגן אַ דײַטש, גיונטער פּורגעל, וואָס האָט אײַך צוויי מאָל געראַטעוועט פֿון זיכערן טויט, איז פֿאַר וואָס דערלאָזט איר ניט, אַז אויך מײַן טאַטע וואָלט זיך אַזוי אויפֿגעפֿירט, פֿאַר וואָס? און נאָך: אין דער אַרמיי איז ער דאָך אַוועק ניט פֿרײַוויליק און קיינער האָט בײַ אים ניט געפֿרעגט, צי וויל ער מלחמה האַלטן, צי ניט?"
מײַן ענטפֿער: דאָראָטעאַ, טײַערע, אַזאַ ווי דער לערער גיונטער פּורגעל, איז דאַן געווען איינער פֿון פֿיל טויזנטער. און ווי נאָך אויב דערמאָנען מיט וועלכן טויט מען האָט דערמאָרדעט מײַנע עלטערן, מײַן שוועס­טער, איר מאַן און זייערע דרײַ קינדער?
ווי אויב... נאָר וועגן דעם זאָל זײַן גע­נוג. אַנשטאָט דעם כ'זאָל גלײַך אָנהייבן דער­ציילן וועגן דיר און דײַן לעבנס־ראָמאַן מיט ייִדיש, האָט עס מיך פֿאַרטראָגן צום אַמאָל. קיין אַנטשולדיקונג בעט איך ניט, ווײַל ביז וואַנען כ'וועל נאָך קענען האַלטן די פּען וועט עס מיך נאָך ניט איין מאָל אַזוי פֿאַרטראָגן. דאָס הייסט ניט, אַז פֿאַר דעם וואָס אַ מאָל איז געווען דאַרף מען האָבן טענות צו הײַנטיקע קינדער און אייניקלעך. זאָל דיר דאָרט, אין דײַטשלאַנד, גוט זײַן און גוט זאָל זײַן מײַנע קינדער דאָ אין ישׂראל. זאָלן אונדזערע פֿעלדער און וועלדער אָטעמען מיט רויִקייט, מיט פֿרידן. הלוואַי זאָל אַזוי טאַקע זײַן.

הלוואַי!

דאָראָטעאַס פֿאַרליבטקייט אין ייִדיש, אין אירע גײַסטיקע און קולטורעלע ווערטן האָט זיך אָנגעהויבן מיט העכער דרײַ­סיק יאָר צוריק. ייִדיש איז אין איר אַרײַן אָר­גאַניש, ווי דאָס זאָל זײַן איר טאַטע־מאַמע־ און זיידע־באָבע־לשון. נאָך, מיין איך, איז וויכטיק אָפּצומערקן, אַז איר טאַטע, ווײַט ניט קיין גבֿיר, האָט קיין געלט ניט געזשאַלעוועט, אַבי זײַן טאָכטער זאָל קענען אונטערריכטן ניט נאָר דײַטש, ענגליש, נאָר אויך ייִדיש. זאָל עס געווען זײַן אויך דערפֿאַר, ווײַל קיין איין שפּראַך האָט מען אַזוי ניט פֿאַרפֿאָלגט? איך אַליין געדענק נאָך ווי ייִדישע ביכער האָט מען געוואָרפֿן אין שײַטערס אָדער אַזוי איבערגעמאָלט, אַז פֿון האַרטן, ווײַסן פּאַפּיר זאָל אַ פֿליסיקער געלער קוואַטש ווערן. די מעטאַלענע אותיות האָט מען איבערגעגאָסן אויף קיין מאָל ניט אויפֿצושטעלן.

אַ סטודענטקע מיט אַ טאָרט
אַ סטודענטקע מיט אַ טאָרט

צי האָט דאָראָטעאַס טאַטע וועגן דעם אַלעם געוווּסט, — אין דעם איז שווער צו גלייבן, נאָר אַזוי האָט געהאַנדלט אַ נעכטיקער סאָלדאַט פֿון דער היטלער־אַר­מיי. אין מײַנע אויגן איז בערנהאַרד גרע­ווע רעהאַביליטירט און ס'איז נאָר צום באַדויערן וואָס אַזוינע נעכטיקע דײַטשי­שע סאָלדאַטן זײַנען, ווי מען מעג מיינען, געווען גאָר ווייניק.
הײַנט, שרײַבט מען, האָט זיך די לאַגע געענדערט צום בעסערן. זײַנען אָבער צו­געקומען נײַע, יונגע, וואָס האָבן זיך פֿאַרבענקט נאָך אַ נײַעם היטלער. זיי, די ראַסיסטן, פֿעלט ער אויס און מיינט ניט, סימפּאַטיקער פֿאַרמאָגן זיי כּמעט אין גאָר דער וועלט. די שוואַרץ־מאהניקעס האָבן ווידער אויפֿגעלעבט, איז ניט צום חידושן זיך, וואָס בײַ אונדז רופֿט עס אַרויס אַ געפֿיל פֿון דערוועקטן ווייטיק.
מיט אַן אויסדרוק פֿון טיפֿן דרך־ארץ און דאַנקבאַרקייט דערציילט דאָראָטעאַ וועגן אירע ייִדיש־לערער. באַזונדערס טיילט זי אויס דעם שפּראַך־פֿאָרשער, דעם היטער פֿון אַ "לײַטיש מאַמע־לשון" מרדכי שעכטער, די פּראָפֿעסאָרן אַבֿרהם נאָווערשטערן און יצחק ניבאָרסקי. אַ פֿילזײַטיק באַגאַבטע, האָט זי דרײַ יאָר נאָך אַנאַנד מיט גרויס עקשנות, ווי אַ שוואָם, אײַנגעזאַפּט אין זיך זייער יעדעס וואָרט, וואָס האָט נאָך מער פֿאַרשטאַרקט איר געטרײַשאַפֿט צו אַלץ וואָס ייִדיש איז.
יאָ, דאָראָטעאַ גרעווע האָט די נאַטור באַשאָנקען מיט פֿעיִקייטן און גוטע מעלות. זי איז אַ גוטמוטיקע און צוגעלאָזטע צו מענטשן. זי אינסצעניזירט, רעזשיסירט און נעמט אַליין אָנטייל אין דעקלאַמאַציע־אָוונטן. זי פֿירט אויך אָן מיט אַ קלעזמער־אַנסאַמבל, פֿאַרפֿאַסט און זינגט גאַנץ פֿײַן ייִדישע לידער. און נאָך: אָט ליגן פֿאַר מיר אירע בריוו, פּאָסט־קאַרטלעך און כ'דאַרף אײַך זאָגן, אַז אַזאַ פּערלדיקן כּתבֿ, וווּ אַן אות צו אַן אות איז ממש קינסטלעריש געוועבט — אַזאַ האַנטשריפֿט, בײַ וועמען ניט איז, געדענק איך ניט.
מיר זאָל ווײַטער ניט אויסקומען איבער­דערציילן, וועל איך בעסער ציטירן דאָ­ראָ­טעאַ אַליין, וואָס האָט ליב צו שרײַבן און באַקומען בריוו. דאָס איז פֿון אירע ערשטע בריוו, ווען פּערזענלעך זײַנען מיר נאָך ניט געווען באַקאַנט. "איר ווילט וויסן וואָס בײַ אונדז הערט זיך? הײַנט לערנען זיך אַ פֿופֿציק מענטשן ייִדיש. סטודענטן און דערוואַקסענע. די מערהייט האָבן ליב באַקומען די שפּראַך, ליטעראַטור, מוזיק. ס'זײַנען דאָ אויך אַזוינע וואָס דאַרפֿן עס צוליב אַקאַדעמישע, אָדער פּראָפֿעסיאָנעלע צילן.
"אויב די מענטשן קענען ניט קומען צו אונדז, קום איך צו זיי. פֿאַר גרופּעס פֿון צען ביז צוואַנציק ליבהאָבער פֿון ייִדיש האָבן מיר אָרגאַניזירט צוויי נסיעות קיין ישׂראל. אײַך שיק איך אַ פֿאָטאָ, וווּ מיר זײַנען אויף אַן אויפֿנעם בײַם מייאָר פֿון ירושלים אהוד אָלמערט. (הײַנט פּרעמיער־מיניסטער)".
הײַיאָר האָט דער רחובֿותער קלוב פֿאַר ייִדיש־ליבהאָבער געהאַט צו גאַסט דאָראָ­טעאַ גרעווע. דאָס מאָל איז זי געקומען מיט איר מוזיקאַלישן אַנסאַמבל אויפֿפֿירן גרעסערע פֿראַגמענטן פֿון איר אַליין צו­נויפֿגעשטעלטן מאַנגער־מאָנטאַזש. פֿאַר אונדזערע ייִדיש־ליבהאָבער האָט מען דאָ­ראָ­טעאַן ניט באַדאַרפֿט פֿאָרשטעלן. אַ צו­גע­לאָזטע, ווערט זי זייער גיך היימיש מיט קליין און גרויס. קיין ישׂראל קומט זי אָפֿט און אירע אַרויסטרעטונגען הייבט זי שטענ­דיק אָן בײַ אונדז אין שטאָט.
ס'וועט ניט זײַן איבערגעטריבן, אויב כ'וועל זאָגן, אַז אין רחובֿות פֿילט זי זיך ווי בײַ זיך אין דער היים, אין האַמבורג, וואָס איז, ווי באַוווּסט, ווײַט ניט קיין פֿאַר­וואָרפֿן ווינקל. בײַ אונדז אין לאַנד, האַלט זי אין איין איבערחזרן, פֿילט זי זיך ווי עמעצער וואָלט מיט אַ כּישוף־שטעקעלע אַראָפּגענומען פֿון איר אַלע זאָרגן.
נאָך ווילט זיך מיר, איר זאָלט זיך כאָטש אַ ביסעלע פֿאָרשטעלן ווי דאָראָטעאַ זעט אויס. איז הערט: אַ דינע, ביז גאָר שלאַנקע פֿרוי, אָנגעטאָן מיט געשמאַק, נאָר מער ווי באַשיידן. (מן־הסתּם פֿאַרשטייט איר, אַז קוים פֿאַרנעמט זי זיך מיט ייִדיש־לשון, וועט זי פֿון אַזאַ פּראָפֿעסיע קיין גבֿירטע ניט ווערן). וואָס נאָך? פֿריִער פֿאַר אַלץ וואַרפֿן זיך אין די אויגן אירע ברייט־צע­וואָר­פֿענע לאַנגע, בלאָנדע האָר מיט זייער גאַנצער פּראַכט און גלאַנץ.
וועגן דאָראָטעאַ גרעווע איז נאָך דאָ וואָס צו דערציילן. אָט האָב איך ניט דערמאָנט, אַז אין תּל־אָבֿיבֿער פֿערטליאָר־שריפֿט פֿאַר ליטעראַטור, קונסט און געזעל­שאַפֿטלעכע פֿראַגעס "טאָפּלפּונקט" איז זי אַ מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע; ניט דערמאָנט וועגן אירע ייִדיש־סעמינאַרן, וואָס זי פֿירט דורך אין אַ ריי אייראָפּעיִשע לענדער וועגן ביכער פֿון הײַנטצײַטיקע ייִדישע פּראָזאַיִקער, וואָס זײַנען אין אירע איבערזעצונגען דערשינען אין דײַטש.
טאַקע ניט דערמאָנט, נאָר זיך אַליין זאָג איך: "האָדיע", וואָס אויף אונדזער מאַמע־שלון מיינט עס: זאָל זײַן גענוג.
"האָדיע", חזר איך איבער, ווײַל עמע­צער פֿון מײַנע לייענער קען אַ קלער טאָן: זע נאָר זע, ווי דער שרײַבער האָט זיך צע­שריבן און דערבײַ פֿאַרגעסן, אַז בײַ אַ מענטשן קענען ניט זײַן איינע מעלות, איינע גוטע מידות. אַלץ בײַ איינעם, איז ניטאָ בײַ קיינעם.
לייענער מײַנע, אויף געוויס זײַט איר גערעכט, נאָר אויב מיר, אַ נײַנציק־יאָריקן מאַן וועט נאָך ווען ניט איז אויסקומען מיט דער פּען דערציילן וועגן דער דײַטשישער פֿרוי, וואָס איז פֿאַרליבט אין ייִדיש, אין ייִדיש־לאַנד, וועל איך ווידער פֿאַרבײַגיין חסרונות.
די סטודענטן לייענען דעם "פֿאָרווערטס"
די סטודענטן לייענען דעם "פֿאָרווערטס"