צו זײַן 70סטן יאָרצײַט
אין 1937 איז איזי כאַריק געפּײַניקט געוואָרן ביז טויט פֿאַר פּאָליטישע און נאַציאָנאַלע סיבות — מכּלומרשט פֿאַר "דורכלאָזן טראָצקיסטישע דורכפֿאַלן" אינעם מינסקער "שטערן", כאָטש אין דער אמתן איז ער אַרויסגעטראָטן קעגן טראָצקיזם אין אַ ליד געדרוקט אין 1936.
אויך, לויט זכרונות, האָט ער געהאַט געבעטן בײַם אָפּטייל פֿאַרן נאָענטן מיזרח אין "קאָמינטערן" אַ "שעפֿערישע שליחות" קיין ארץ־ישׂראל, כּדי צו זאַמלען אײַנדרוקן און פֿאַקטן פֿאַר אַ קאַפּיטל וועגן ציוניזם אין אַ גרויס ווערק וואָס ער האָט זיך געקליבן צו שרײַבן. זײַן טויט איז געווען דער בלוטיקער אָנהייב פֿון דעם אויסראָטונג־פּראָצעס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
אין די 1920ער יאָרן האָט איזי כאַריק געשריבן אַ ליד וועגן דער אָרעמקייט אין רוסלאַנד, וואָס איז געווען ברייט געזונגען מיט דער מעלאָדיע פֿון לייב יאַמפּאָלסקי, אי צווישן, אי מחוץ די גרענעצן פֿון לאַנד.
ס׳איז קיין ברויט אין שטוב ניטאָ נאָך,
שלאָף, מײַן קינד, מײַן שטײַפֿס,
כ׳קען נאָך איצטער דיר ניט זינגען
פֿון אַ פֿעלד וואָס רײַפֿס.
ליו, ליו, שלאָף...
דו וועסט וואַקסן, דו מוזסט וואַקסן,
מיטן וווּקס פֿון בוים;
שווערע מי וועט זײַן דײַן חבֿר,
פֿעטע ערד דײַן היים.
ליו, ליו, שלאָף...
ווען ס׳וועט ווערן ווי מען זאָגט אונדז
גרינג אויף גאָרער ערד,
זאָלסטו וויסן אַז דײַן מאַמען
איז געוועזן שווער.
ליו, ליו...
אין דער ווילנער געטאָ האָט מען מיט דער זעלבער מעלאָדיע פֿון יאַמפּאָלסקיס ליד געזונגען דאָס פּאָפּולערע וויגליד "דרעמלען פֿייגל אויף די צווײַגן" פֿון לאה רודניצקי.
איזי כאַריק איז געבוירן געוואָרן אין 1898 אין זעמבין, ווײַסרוסלאַנד. זײַן פֿאָטער איז געווען אַ שוסטער, זײַן זיידע פֿון דער מוטערס צד — אַ זעמבינער בדחן. ביז אין עלטער פֿון צוועלף יאָר האָט ער באַקומען אַ טראַדיציאָנעלע ייִדישע דערציִונג אין חדר און גלײַכצײַטיק זיך געלערנט אין אַ רוסישער פֿאָלקסשול. שפּעטער האָט ער געלעבט אין מינסק, באָריסאָוו, האָמעל און וויטעבסק. ער האָט געאַרבעט בײַ פֿאַרשיידענע פֿאַכן: אין אַ בעקערײַ, אַן אַפּטייק, ווי אַ קלוב־פֿאַרוואַלטער, אַ פּראָפֿעסיאָנעלער טוער, אַ לערער און אַ ביבליאָטעקאַר. אין 1919 איז ער אַרײַנגעטראָטן אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, האָט זיך מאָביליזירט אין דער "רויטער אַרמיי" און אָנטייל גענומען אין די שלאַכטן קעגן די ווײַס־גוואַרדייער. צו יענער צײַט האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן און דרוקן לידער.
זײַן ערשטע לידער־זאַמלונג "ציטער" איז דערשינען אין 1922. ער איז געשיקט געוואָרן דורכן פֿאָלקאָמבילד פֿון ווײַסרוסלאַנד קיין מאָסקווע, כּדי צו פֿאַרקולקאָמען זײַן בילדונג אין אינסטיטוט פֿאַר ליטעראַטור און קונסט. זײַנע לידער "שטעטל" און די פּאָעמע "מינסקער בלאָטעס" האָבן זוכה געווען צו זייער וואַרעמע אָפּרופֿן מצד דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראַטור־קריטיק, ווי "אַ גרויסע דערגרייכונג פֿון אונדזער אָקטיאַבער־ליטעראַטור". אין 1926 האָט ער זיך צוריקגעקערט אויף אַרבעט אין ווײַסרוסלאַנד. אין 1928 האָט ער זיך באַזעצט אין מינסק, זיך אָנגעשלאָסן אין דער ווײַסרוסישער אַסאָציאַציע פֿון פּראָלעטאַרישע שרײַבער, פֿאַרנומען דעם אַמט פֿון סעקרעטאַר פֿון מינסקער זשורנאַל "שטערן", אין וועלכן ער איז געווען אויך אַ מיטגליד פֿון דער רעדקאָלעגיע, און אַ צײַט אויך פֿאַראַנטוואָרטלעכער רעדאַקטאָר. ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע לידער אין פֿאַרשיידענע צײַטשריפֿטן אין לאַנד און אין אויסלאַנד. די סאָוועטיש־ייִדישע ליטעראַטור־קריטיק האָט אים געהאַלטן פֿאַר דעם סאַמע חשובֿסטן פֿאָרשטייער פֿון דער ייִדישער פּראָלעטאַרישער פּאָעזיע אין ווײַסרוסלאַנד.
זײַנע לידער זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן. ער האָט פֿאַרנומען וויכטיקע פּאָזיציעס אין דער ווײַסרוסישער סאָוועטישער רעפּובליק, ווי אַ מיטגליד פֿון ווײַסרוסישן צענטראַלן אויספֿיר־קאָמיטעט און קאָרעספּאָנדענט־מיטגליד פֿון דער ווײַסרוסישער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע. אין 1932 איז אַ קאָלווירטשול אָנגערופֿן געוואָרן אויף כאַריקס נאָמען. אין מערץ 1937 איז כאַריק, אויף אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון די סאָוועטישע שרײַבער אין ווײַסרוסלאַנד, באַשולדיקט געוואָרן אין דורכלאָזן, ווי שוין פֿריִער דערמאָנט, "טראָצקיסטישע דורכפֿאַלן", וואָס האָט סיגנאַליזירט זײַן סוף. ער איז אומגעקומען אין אָקטאָבער 1937.
איזי כאַריק איז רעהאַביליטירט געוואָרן אין 1956.
איינע פֿון די הויפּט־טעמעס אין כאַריקס שאַפֿן איז געווען דאָס שטעטל. ער האָט עס אַרונטערגעריסן, איז שטאַרק געווען קעגן דעם שטעטלשן לעבן, די מענטשן, טיפּן, אַרבעט; דאָס גאַנצע פֿירעכץ אינעם שטעטל. אין זײַן פּאָעמע "שטעטל" דריקט ער אויס זײַן צאָרן צום שטעטל:
אַ לעצטער רויך האָט צוגעדעקט מײַן שטעטל,
און לעצטן רויך האָט אָנגעשיקט דער ווינט.
אוי, ביז וואַן, און אוי, ביז וואַנען בעטן זיך,
— שטעטעלע, פֿאַרשווינד.
אין מיטן וועג, צווישן בלויע טראַקטן
ליגסטו אַלץ און קענסט נאָך ניט אַוועק.
אַ בראָך צו אַלע גרייזע טאַטעס,
וואָס האָבן ניט פֿאַרלאָשן דײַנע טעג —
און דיך געלאָזט אויף שווײַגן און אויף וואַרטן! —
שווערערהייט זאָל דורכפֿאָרן אַ ראָד
און דיך צעטרייסלען ביז דײַן קראַנקן האַרצן.
טראָט — נאָך — טראָט...
איך ווייס: די טעג זײַנען געציילטע,
און יעדער טאָג דײַנער איז אויסגעווייטאָגט רויט,
אוי, ווען כ׳גלייב, און קען דיר אויסהאַקן אַ צלם:
אַ לעצטן שומר אויף דײַן טויט.
און אין אַן אַנדער טייל פֿון ליד דערמאָנט ער זײַנע געפֿילן ווען ער איז אַוועק פֿון שטעטל:
אין טיפֿן הויף פֿאַרגייט זיך אַ האַרמאָניק
און לעשט זיך אויס צווישן קילע ווענט, —
פֿאַרווילט זיך דאַן און כ׳קען זיך ניט דערמאָנען,
וואָס איז אַ מאָל געווען.
שטעטל, שטעטל, שטילעס און פֿאַרטרויערטס,
ביז לעצטן דאַך פֿאַרלאָזן און אַליין...
טרעפֿט נאָך ווען, אויף העכסטן פֿון די מויערן
דערגייט צו מיר דײַן טרוקענער געוויין.
ווען כ׳בין דאָס ערשטע מאָל אַוועק פֿון דײַנע געסלעך,
מײַן יוגנט האָט נאָך שטילערהייט געברענט,
געמיינט האָב איך — מע טאָר דיך ניט פֿאַרגעסן
און שטענדיק מוזסטו נאָכגיין אין דער פֿרעמד...
בין איך אַוועק געבויגן נאָכן וואָגן,
דאָס גאַנצע לעבן צוגעדריקט צום לײַב...
אַרויפֿגעפֿירט האָט שטאָט אויף העכסטן פֿון די שטאָקן,
צוגעפֿירט צום פֿענצטער: בלײַב!
איז גוט אַצינד בײַם פֿענצטער זיך דערמאָנען
און גרינגערהייט אַ מאַך טאָן מיט די הענט...
הערן שטיל, ווי ס׳ציט נאָך דער האַרמאָניק
און לעשט זיך אויס, ווי קיין מאָל ניט געווען...
און ער פֿאַרענדיקט די פּאָעמע וועגן די צעשטערטע שטעטלעך:
מאַמע, מאַמע, ס׳איז דײַן זון משוגע
און פֿליט אַרום אַ בלויער אויפֿן ווינט...
איך קוק זיך אײַן דורך דאָרשט פֿון מײַנע אויגן
און לענגער־לענגער צי איך אויס מײַן האַלדז:
געוועזן זײַנען שטעטלעך פֿאַרלייגט דאָ
אין שטילער רו מיט שטילן ברויט און זאַלץ.
האָב איך אַליין געהאָלפֿן זיי צעשטערן
און אָפּגעשיקט זיי אַלעמען אין רויך...
איצטער הער איך שוין, ווי ס׳ציטערן די שטערן,
ווי ס׳ציט אַוועק און ס׳טראָגט מיך אין דער הויך.
זײַן סאַמע באַוווּסט ליד אויף דער טעמע, וואָס ווערט אָפֿט ציטירט פֿון קריטיקער איז זײַן ליד וווּ ער פֿאָדערט, אַז די זיידעס זאָלן פֿאַרגיין:
פֿאַרגייט, פֿאַרגייט, איר אומעטיקע זיידעס,
מיט בערד צעשראָקענע, פֿאַרלאָפֿענע מיט שניי!..
אין לעצטן בראָך, אין לעצטן וויי
זײַט איר פֿאַרבליבן לעצטע עדות, —
פֿאַרגייט, פֿאַרגייט, איר אומעטיקע זיידעס!
אַז ווינד, אַז וויי צו אײַער גאַנצן שטעטל
צעטראָטענעם אין ווייטיק און אין נויט...
האָט איר פֿון לאַנג געשמייכלט און געגעסלט, —
אַז ווינד, אַז וויי צו אײַער גאַנצן שטעטל.
אין אַ פּרעכטיק ליד "אַווגוסט" דריקט ער אָבער אויס דעם גענוס פֿון זײַן צוריק אין שטעטעלע, וווּ אין אָוונט "רייכערט זיך אַ שמייכלענדיקער אומעט":
אַווגוסט. איך בין אין שטעטעלע געקומען,
איז אַווגוסט קיל, און דורכזיכטיק, און בלוי,
צו אָוונט רייכערט זיך אַ שמייכלענדיקער אומעט
און פֿאַר טאָג גייט אויף דאָס שטעטעלע אין טוי.
ס׳איז לופֿטיק־גרינג אין זומערדיקן נעפּל,
פֿון הייכן ווײַט מיט וואַרעמקייט און ליכט,
סע שמעקט די לופֿט מיט ווייניק־קלאָרע עפּל
און אין האַרצן ווערט אויך ווייניק און געדיכט...
איך האָב ניט לאַנג געשאָלטן און געפֿלוכט דיך,
ליגסטו איצטער, שטעטעלע, פֿאַרשטילט...
גיי איך אַרום אין רויך פֿון צוויט און פֿרוכטן,
און אַווגוסט ליגט דאָ דורכזיכטיק און קיל.
כאַריק האָט געשריבן:
מיך אַרט ניט, אויב די אייביקייט וועט מיך ניט קענען,
אויב קיינער וועט ניט כאָווען מײַנע טריט...
אָט איצטער, — אַצינד, ווען הערצער ברענען,
קום איך אָן מיט פֿויסטן אין מײַן ליד.
מיר, ווי אַ טייל פֿון דער אייביקייט, דערמאָנען איזי כאַריק און זײַן אויסגעלאָשן וואָרט, און זײַן פֿאַרשטומט ליד, מיט כּבֿוד און באַערונג.