ייִדישע רעדאַקטאָרן
(פֿונעם ציקל "שרײַבערס און קינסטלערס פֿון מײַן דור")
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מען קען פֿרעגן: די גרױסקײט פֿון דעם ליטעראַרישן לעבן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אין די 30-20ער יאָרן איז נאָך װײַט, װײַט ניט אױסגעפֿאָרשט; װאָס זשע האָב איך, אַן אַלטער ייִדישער שרײַבער, מיט אַזאַ התפּעלות זיך אַ כאַפּ געטאָן דערצײלן װעגן פֿינף רעדאַקטאָרן מיט אַ מאָל?

װעגן פֿינף מיט אַ מאָל, װײַל לױט מײַן מײנונג זײַנען זײ געװען פֿון די בעסטע, מיט װעמען מיר איז אױסגעקומען מיטצואַרבעטן. װאָלט געגאַנגען אַ רײד ניט נאָר װעגן קינסטלערישער ליטעראַטור, װאָלט איך אָנגערופֿן נאָך און נאָך. זײער זאָרג פֿאַרן קיום פֿון ייִדיש, און דאָס האָט אין אַ היפּשער מאָס אײַנגעהאַלטן די אַסימילאַציע, איז ניט איבערצוגעבן.

און נאָך װעגן שרײַבער און זײערע װערק (ניט נאָר ייִדישע) זײַנען דערשינען הונדערטער ביכער. מען האָט פֿאַרטײדיקט דאָקטאָראַטן און...

האָט איר װען ניט איז געלײענט אָדער אַפֿילו געהערט, אַז אַ רעצענזענט, אַ קריטיקער זאָל לױבן דעם מחבר פֿון אַ געלונגען קינסטלעריש װערק און דערבײַ, כאָטש מיט אַ װאָרט, דערמאָנען דעם רעדאַקטאָר? אױבנאױפֿיק דאַכט זיך, אַז אױסער דעם שרײַבער מיט זײַן טאַלאַנט און שװערער האָרעװאַניע האָט צו זײַן דערשינענעם בוך מער קײנער קײן האַנט ניט צוגעלײגט. מען פֿאַרגעסט, אַז דער רעדאַקטאָר איז דער ערשטער אָביעקטיװער מענטש װאָס קען ניט נאָר אײַנזען די מעלות און חסרונות פֿון דעם שאַפֿער, נאָר אױך אַן עצה געבן. אַ גוטער רעדאַקטאָר איז אין אַ געװיסער מאָס אַ מיטבױער, אַ מיטשאַפֿער און מיט דער צײַט װערט אױך אים לײַבלעך־טײַער דער גורל פֿון װערק.

ניט אײן מאָל איז מיר אַױסגעקומען צו הערן װי אַ שרײַבער קלאָגט זיך, אַז װען ניט דער רעדאַקטאָר, װאָס האָט פֿון זײַן כּתבֿ־יד ממש שטיקער געריסן און דערבײַ די סאַמע בעסטע, װאָלט זײַן קונסטװערק אױסגענומען פֿיל מער.

איך האָב גוט געקענט אַ פּראָזאַיִקער, ניט אָן טאַלאַנט, וואָס פֿלעגט זיך באַרימען, אַז װי נאָר ער נעמט די פּען אין האַנט, אַזױ װערט זי שרײַבעריש. אים האָט זיך לײַכט געשריבן און עמעצן איז דערנאָך אױסגעקומען ברעכן דעם קאָפּ װי צו באַפֿרײַען דעם מאַנוסקריפּט פֿון אָפֿטע איבערחזרונגען, פּסולע װערטער, פֿראַזעס און נאָך, נאָך... דאָס װאָס דער שרײַבער האָט אין גרױס אײַלעניש ניט באַמערקט, איז ניט אַרױסגעלאָזט געװאָרן פֿון דעם רעדאַקטאָרס אױג.

און איצט, װי מען זאָגט, די אַנדערע זײַט פֿון דער מטבע: דער רעדאַקטאָר טאָר ניט צו פֿיל נעמען אױף זיך. ניט אין זײַן קאָמפּעטענץ איז אַרײַנצורײַסן זיך אין דעם מחברס פֿאַרטראַכט, קאָמפּאָזיציע און סוזשעטישן געװעב פֿון װערק. ער מוז געדענקען, אַז בײַ אַן עכטן שרײַבער איז ניט נאָר יעדער שורה, נאָר צו מאָל יעדער אות װיכטיק.

אין דער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור האָט זיך אַזױ באַקומען, אַז די מערהײט רעדאַקטאָרן האָבן זיך פֿאַרנומען אױך מיט איבערזעצונגען. אַװדאי, זײַנען געװען בעסערע און ערגערע. ניט זעלטן איז געװען אַ סמך צו קלאָגן זיך. אײנער פֿון די געליטענע האָט זיך דערלױבט אַרױסצוברענגען אַפֿילו אַ טױט־קללה: "ס’הײסט, אױ דער איבערזעצער, פֿאַרקירצטע יאָרן זאָל ער האָבן. ער האָט פֿאַר דעם רוסישן לײענער צו נישט געמאַכט מײַן בוך" (די װערטער האָב איך גענומען אין גענדזן־פֿיסלעך, װײַל זײ זײַנען פֿון אַ בריװ).

ניט מיר אײנעם האָט געלײַכט דאָס מזל מיט רעדאַקטאָרן. זײ האָבן פֿאַרדינט דערמאָנט צו װערן מיט גרױס דרך־ארץ און בלױז צום גוטן.


1. נחום לעװין
(1908—1950)

נחום לעװין נחום לעװין

פֿון אים װעל איך אָנהײבן. װי דען? אַנדערש קען עס ניט זײַן. מיר דאַכט, אַז ייִדיש־לשון איז שיִער ניט געװען דער עיקר פֿון זײַן לעבן. ער, װאָס האָט אַלײן פֿאַרמאָגט אַ קינסטלערישע פֿעדער, האָט געהאַלטן אין אײן איבערחזרן: "די נשמה פֿון אַ װערק איז די שפּראַך". אַ לעבן לאַנג איז ער געװען איבערגעגעבן דעם שאַפֿערישן געדרוקטן װאָרט.

נחום לעװין איז געװען אײנער פֿון די חשובֿסטע רעדאַקטאָרן אין דער מאָסקװער טאָג־טעגלעכער צײַטונג דער עמעס, דערנאָך אין פֿאַרלאַג "דער עמעס", װאָס האָט אַרױסגעלאָזט הונדערטער ביכער אַ יאָר, און צום סוף, ביז זײַן אַרעסט, אין ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. װעגן אים, דעם אױסנעמלעכן ייִדישן רעדאַקטאָר, האָט מען װײניק געשריבן און דאָך ניט װײניק אָנגעפּלאָנטערט. אַפֿילו הײַנט, װען איך שרײַב װעגן נחומען, לײען איך װעגן אים אַ פֿריש־געבאַקענע נאָטיץ, װוּ כּמעט אַלץ איז נישט געשטױגן, נישט געפֿלױגן.

אַ לענגערע צײַט האָט מען געהאַלטן, אַז נחום לעװינען האָט מען אומגעבראַכט צוזאַמען מיט אַנדערע גרױסע שרײַבערס, דעם 12טן אױגוסט 1952. אַזױ האָבן אױך דערצײלט זײַנע בעסטע פֿרײַנד, משה בעלענקי (1910—1995) און שמואל גאָרדאָן (1909—1998). זײ קען מען נאָך פֿאַרשטײן, װײַל דאַן האָט מען נאָך אױסבאַהאַלטן דעם אמת.

אין דער װירקלעכקײט איז עס געשען כּמעט מיט 21 חדשים פֿריִער. סטאַלינס אױפֿגעהױבענע האַק קעגן דעם ייִדישן װאָרט, ליטעראַטור, קולטור האָט אים אױסגעקליבן פֿאַר דעם סאַמע ערשטן קרבן. לױט די דאָקומענטן װאָס מירע לעװינע, נחומס טאָכטער, האָט אַרױסבאַקומען (אױסצוגן פֿון דער "פּרשה 2,931", װאָס די רישעותדיקע שטראָף־אָרגאַנען האָבן פֿאַרפֿירט) האָט מען נחום לעװינען אַרעסטירט דעם 17טן סעפּטעמבער 1949. דער "מישפּט" איבער אים (פֿאָרזיצער פֿון "געריכט" — גענעראַל־לײטענאַנט טשעפּצאָװ) איז פֿאָרגעקומען דעם 22סטן נאָװעמבער 1950.

דער פּראָצעס האָט זיך געצױגן פֿון 15:45 ביז 16:05. צװאַנציק מינוט איז גענוג געװען מען זאָל אויף אַן אומשולדיקן מענטשן אַרױסטראָגן אַ טױט־אורטײל. דערשאָסן האָט מען אים אױפֿן צװײטן טאָג, דעם 23סטן נאָװעמבער 1950. נחומען איז דאַן געגאַנגען דאָס 43סטע יאָר. דאָס 43סטע!

שאַנעװענדיק דעם לײענער, װעל איך מער קײן "פֿאַקטן" פֿון דעם דאָקומענט ניט ברענגען. נאָר צו די כּלומרשט "פּינקטלעכע" ידיעות װעגן נ. לעװינס לעבן און, באַזונדער, װעגן זײַן טױט, װעט נאָך אױסקומען זיך אומצוקערן. דאָס פֿאָדערט זיך, װײַל ביז הײַנט צו טאָג װערן זײ פֿאַרעפֿנטלעכט אין סאָלידע ענציקלאָפּעדיעס, לעקסיקאָנען, און װעגן די אומגעקומענע שרײַבער, רעדאַקטאָרן װאָס האָבן געאַרבעט אין ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, װעט מען נאָך שרײַבן אין פֿיל יאָרן אַרום.

...זכרונות פֿון װײַטע, װײַטע צײַטן. זיבעציק יאָר זײַנען שױן אַריבער, זינט ס’זײַנען פֿאָרגעקומען מײַנע ערשטע באַגעגענישן מיט נחומען. טרעפֿן פֿלעגן מיר זיך אין דער דרוקערײַ פֿון דעם "עמעס"־פֿאַרלאַג. ער איז געװען דער בײַנאַכטיקער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג, און איך האָב זיך געלערנט זײַן אַן אַרױסלאָזער. פֿאַר אײנס פֿלעגט װעלי האָפֿשטײן (1892—1971) — דוד האָפֿשטײנס אַ ייִנגערער ברודער — מיך לערנען קאָרעקטור און מאַניע לאַנדמאַן (1921), אַ מאַשיניסטקע, װאָס צו איר איז קײן גלײַכן ניט געװען, פֿלעגט מיר באַװײַזן װי מען דאַרף האַלטן די הענט און קלאַפּן מיט די פֿינגער אױף די קלאַװישן. אין די בײַנאַכטיקע שעהען, װען נחום איז געװען אונדזער שעף, איז אונדז גוט געװען. מיט אים איז גרינג געװען צו געפֿינען אַ בשותּפֿותדיקע שפּראַך.

אין גיכן איז לעװין באַשטימט געװאָרן װי דער פֿאַרװאַלטער פֿון דעם ליטעראַרישן אָפּטײל אין דער צײַטונג און איך װי אַ מיטאַרבעטער אינעם בריװ־אָפּטײל. בײַ אים אין קאַבינעט האָט איר געקענט טרעפֿן אונדזערע סאַמע אָנגעזעענסטע שרײַבער, יונגע אָנהייבער און נאָך אָפֿטער אַזױנע, װעמען ער האָט אָנגערופֿן "ערזאַץ־שרײַבערס". די זײַנען געװען אָנגרײַפֿעריש, נאָר גראָד ער פֿלעגט זיך מיט זײ גרינג ספּראַװען.

אין אײנעם אַ טאָג איז ער אַרײַנגעגאַנגען אין צימער, װוּ מיר אין דרײַען האָבן געאַרבעט און זיך אָפּגעשטעלט בײַ מײַן טיש, װאָס איז געװען פֿאַרװאַלגערט מיט בריװ. אָנקומען פֿלעגן זײ פֿון די ייִדישע שטעטלעך, גרױסע שטעט, דערפֿער און צו מאָל פֿון אױסלאַנד. עטלעכע קאָנװערטן האָט ער אױפֿגעעפֿנט, אױף גיך אַ קוק געטאָן װעגן װאָס עס גײט דאָרט אַ רײד, און צוריק אַװעקגעלײגט אױפֿן טיש. אַזױ איז ער געשטאַנען גוטע עטלעכע מינוט ביז די סעקרעטאַרשע האָט אַרײַנגעטראָגן די נײַ־אָנגעקומענע פּאָסט. בלױז אײן בריװ האָט צוגעצױגן זײַן אױפֿמערק. נאָך פֿאַרן אַרױסנעמען די עטלעכע בײגעלעך פּאַפּיר, האָט ער אַ זאָג געטאָן: "דאָס זײַנען לידער. אױב איר װילט איז קומט מיט מיר און צוזאַמען װעלן מיר ענטפֿערן".

בײַ זיך אין קאַבינעט, אונטער פֿיר אױגן, האָט ער מיך כּלומרשט ניט געלערנט נאָר דערצײלט, װי ער װאָלט געענטפֿערט אױף אַזאַ בריװ... זײַן לעקציע האָב איך פֿאַרגעדענקט אױף לאַנגע יאָרן, װי אױך זײַן רויִקע שטים און גרױסע, גרױע אױגן, װאָס זײַנען געװען פֿול מיט גוטסקײט און חכמה.

נאָך ביז דעם װי מיר זײַנען נאָענט זיך צונױפֿגעגאַנגען, האָב איך שױן פֿאַרשטאַנען, אַז דער מענטש פֿאַרמאָגט אַ שלל מיט װיסן און, װאָלט איך געזאָגט, אַן אײַנגעבױרענעם רעדאַקטאָרישן חוש. זײַן אַנאַליז און טראַקטירונג פֿון אַ װערק איז געװען קלאָר און באַדײַטנדיק. אים איבערצײַגן איז געװען ניט אַזױ גרינג, נאָר ער האָט אױך געהאַט אָפּשײַ פֿאַר אַן אַנדער מײנונג.

פֿון די דיכטער האָט ער מער פֿאַר אַלעמען געשעצט משה קולבאַקן (1896—1937). פֿיל פֿון זײַנע לידער האָט ער געקענט אױף אױסװײניק.

לײענענדיק עמעצנס אַ מאַנוסקריפּט האָט ער ליב געהאַט אױף אַ קול צו דעקלאַמירן:

געזען האָב איך ייִדישע װערטער,
װי פֿײַערלעך קלײנע,

װי פֿײַערלעך קלײנע,

װי פֿונקען, געצױגן פֿון פֿינצטערן האַרץ.

געפֿילט האָב איך ייִדישע װערטער,
װי טײַבעלעך רײנע,
װי טײַבעלעך רײנע.

די טײַבעלעך װאָרקען און װאָרקען אין האַרץ.

פֿון די פּראָזאַיִקער — דער ניסתּר, װאָס אױסער זײַן גרױסן טאַלאַנט און אײגענעם סטיל איז ער נאָך אין זײַן שרײַבן געװען װי קײנער ניט ערלעך. בײַ דעם קינסטלער האָט זיך טאַקע ניט געלאָזט קײן װאָרט אַרױסנעמען, פֿאַרבײַטן און איבערשטעלן, און נחום האָט געטרױמט װעגן אַזױנע מאַנונסקריפּטן.

אין אָקטאָבער 1937 האָט מען אַרעסטירט דעם הױפּט־רעדאַקטאָר משה ליטװאַקאָװן, װאָס האָט רעדאַקטירט די צײַטונג פֿון 1921 און אין 11 חדשים אַרום איז דער "עמעס" ליקװידירט געװאָרן. נחום לעװינען האָט מען אײַנגעלאַדן אױף אַרבעט אין "עמעס"־פֿאַרלאַג װי דער רעדאַקטאָר פֿון קינסטלערישער ליטעראַטור. ייִדישע ביכער האָט ער רעדאַקטירט ביז דעם טאָג, װען ער איז אַװעק מלחמה האַלטן.

און איצט עטװאָס װעגן זײַן פֿריִערדיק לעבן:

נחומס פֿאָטער, יעקבֿ, איז לױטן פֿאַך געװען אַ גוטער סטאָליער, נאָר נאָך אַ שװערער קרענק האָט ער געאַרבעט װי אַ נאַכט־שומר. די מאַמע, מירע — אַ געװײנלעכע שטוב־באַלעבאָסטע. געלעבט האָבן זײ אין מאָלעװ (װײַסרוסלאַנד) — אַ שטאָט, װאָס האָט זיך צעװאָרפֿן אױף די ברעגן פֿון בײדע זײַטן דניעפּער.

די דײַטשן האָבן אײַנגענומען מאָלעװ סוף יולי 1941 און כּמעט גלײַך האָבן זיך אָנגעהױבן די מוראדיקע שחיטות איבער דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. מיט סאַדיסטישער תּאװה האָבן זײ געפּײַניקט זײערע קרבנות. שױן אין אױגוסט-סעפּטעמבער האָבן זײ אומבגעבראַכט בײַ 8 טױזנט ייִדן. זעט אױס, אַז צװישן זײ זײַנען געװען אױך נחומס עלטערן, אַ ברודער און אַ שװעסטער.

נחומס לעבנסװעג האָט זיך אָנגעהױבן מיט הצלחה. אין 1924 פֿאַרענדיקט ער אַ ייִדישע מיטלשול און, װײַל ביכער האָט ער שטענדיק ליב געהאַט, קומט ער אָן אױף אַרבעט אין דער היגער ביבליאָטעק אױף י. ל. פּרצס נאָמען. פֿאַר דעם שטאָטישן דראַמאַטישן קרײַז שאַפֿט ער קורצע סקעטשן, אײנאַקטער. שפּילן איז געװען פֿאַר װעמען. דאָ האָבן אַ מאָל געװױנט 22 טױזנט ייִדן, װאָס האָבן געלאָזט פֿון זיך הערן ניט נאָר אין װײַסרוסלאַנד.

אַלץ איז, דאַכט זיך, גוט און װױל, נאָר אים ציט אין דער הױפּטשטאָט — מינסק, װוּ עס לעבן און שאַפֿן אַזױנע אָנגעזעענע שרײַבער װי איזי כאַריק (1898—1937), משה קולבאַק, זעליק אַקסעלראָד (1904—1941). עס דערשײַנען ייִדישע צײַטונגען, זשורנאַלן, און ס’אַרבעט דער ייִדישער מלוכה־טעאַטער. בײַם אינסטיטוט פֿאַר װײַסרוסישער קולטור איז פֿאַראַן אַ ייִדישער סעקטאָר, װוּ מען פֿאַרנעמט זיך מיט לינגװיסטישע, היסטאָרישע און ליטעראַרישע פֿאָרשונגען. מיט אײן װאָרט — אַ ייִדיש לעבן, װאָס איז אין פֿולן בלי.

אין 1926, װען ס’האָבן נאָך געפֿעלט אַ פּאָר חדשים צו זײַנע 18 יאָר, קומט ער קײן מינסק. אײַנאָרדענען זיך אױף אַרבעט איז געװען שװער, נאָר אים האָט װײַטער געגליקט. הײַנט איז עס ניט צום פֿאָרשטעלן זיך, נאָר אין אַ רײ שטעט פֿון לאַנד זײַנען געװען ייִדישע פּאָליצײ־באַצירקן, געריכטן, װוּ דער װאָס איז געזעסן אױף דער באַשולדיקונגס־באַנק און דער געריכט־פֿאָרזיצער, דער פּראָקוראָר און דער אַדװאָקאַט — אַלע האָבן זײ גערעדט אױף ייִדיש.

אין אַזאַ געריכט איז נחום אָנגעקומען אױף אַרבעט, װי אַ סעקרעטאַר. די מינסקער צײַטונגען "אָקטיאַבר" און "יונגער אַרבעטער" האָבן אײַנגעפֿירט שטענדיקע רובריקעס "פֿונעם געריכט־זאַל". נחומס קלײנינקע פֿאַרצײכענונגען האָבן אַזױ אױסגענומען, אַז די צאָל קאָפּיעס פֿון די צײַטונגען האָבן אָנגעהױבן װאַקסן. נחום לעװינען, דעם מחבר פֿון אָט די רעפּאָרטאַזשן, האָט דער רעדאַקטאָר פֿון "יונגער אַרבעטער" אײַנגעלאַדן אױף אַרבעט. דאָ האָט זיך אױך אָנגעהױבן זײַן פּראַקטיק װי אַ רעדאַקטאָר.

אױך אין מינסק האָט ער זיך לאַנג ניט פֿאַרהאַלטן. שױן דאָס דריטע יאָר, װי בײַם פּעדאַגאָגישן פֿאַקולטעט פֿון מאָסקװער צװײטן אוניװערסיטעט האָט מען געשאַפֿן אַ ייִדישן ליטעראַריש־לינגװיסטישן אָפּטײל, װאָס האָט געגרײט לערערס פֿאַר שפּראַך און ליטעראַטור פֿאַר די ייִדישע שולן פֿון צװײטער מדרגה און פֿאַר די טױזנטער סטודענטן װאָס האָבן געלערנט אין די פֿילצאָליקע טעכניקומס. צװישן די װיכטיקסטע לערן־קעגנשטאַנדן זײַנען געװען: ייִדישע לינגװיסטיק, ייִדישע געשיכטע, העברעיִש. די לערער זײַנען דאָרט געװען אַזױנע באַװוּסטע ליטעראַטור־קענער, װי משה ליטװאַקאָװ, יחזקאל דאָברושין (1883—1953), אַהרן גורשטײן (1895—1941), יצחק נוסינאָװ (1889—1950). ייִדישע געשיכטע לײענען דער פּראָפֿעסאָר טבֿיה הײליקמאַן (1873—1948) און צבֿי פֿרידלאַנד (1896—?). דאָרט אונטערריכטן די פֿילאָלאָגן אײַזיק זאַרעצקי (1891—1956) און אלי פֿאַלקאָװיטש (1898—1979).

אין אַ בריװ צו ה. לײװיקן, דאַטירט דעם 18.04.1926 שרײַבט יחזקאל דאָברושין: "איצט גײט בײַ אונדז אַ סדרה אַרבעטן צװישן דער סטודענטשאַפֿט. מיר הײבן אָן דעם צוזאַמענשלוס. געװען דער ערשטער אָװנט אין מערבֿ־אוניװערסיטעט (אין אינסטיטוט פֿאַר די מערבֿ־פֿעלקער, װוּ ס’איז אױך געװען אַ ייִדישע אָפּטײלונג). געקומען איז אַ ים. דעם צװײטן אָװנט װעלן מיר שױן אײַנאָרדענען. דאָס הייסט, דער פּעדאַגאָגישער פֿאַקולטעט, װוּ איך בין דער רבי, און כאַריק, מײעראָװיטש און ראַבין זײַנען די תּלמידים. ס’װאַקסט בײַ אונדז אַ גוטע הױכשול און די סטודענטשאַפֿט אָרגאַניזירט זיך אַרום".

קײן מאָסקװע איז נ. לעװין געקומען אין 1928 און גלײַך איז ער אָנגעקומען אין צװײטן אוניװערסיטעט (שפּעטער אוניװערסיטעט אױף לענינס נאָמען). נאָכן פֿאַרענדיקן אים װערט ער רעקאָמענדירט אין אַספּיראַנטור.

װי נחום האָט דערצײלט, איז געװען אַ צײַט, װען ער האָט באַשטימט צו לעבן און אַרבעטן אין דער ייִדישער אױטאָנאָמער געגנט. נאָך זײַענדיק אַ סטודענט, אין 1931, קומט ער אַהין און װי פֿיל אַנדערע שרײַבער, קולטור־טוער, קערט ער זיך אום אַ באַגײַסטערטער. ער האָט אױפֿריכטיק געגלײבט, אַז דאָרט איז דאָס אָרט פֿאַר ייִדן און דאָרט װעט בליִען און װאַקסן די ייִדישע קולטור, ליטעראַטור.

נ. לעװינס ערשטע און שטענדיקע פּעדאַגאָגישע אַרבעט איז געװען אין דער מאָסקװער ייִדישער טעאַטראַלער שול װי דער לערער פֿון עסטעטיק. זײַנע לעקציעס פֿלעגן באַזוכן ניט נאָר די סטודענטן און לערער פֿון דער טעאַטראַלער שול, נאָר אױך אָנגעזעענע שױשפּילער, שרײַבער. זײַנע אָפּהאַנדלונגען װעגן טעאַטער און ליטעראַטור האָבן אַרױסגערופֿן גרױס אינטערעס. באַזונדערס געלונגען זײַנען געװען נחומס טעאַטראַלע אינסצענירונגען. אין זײַן באַאַרבעטונג איז "משפּחה אָפּענהײם" ניט קײן צונױפֿגעשטוקעװעטע פּיעסע פֿון לעאָן פֿױכטװאַנגערס באַװוּסטן ראָמאַן, נאָר אַ זעלבשטענדיק דראַמאַטיש װערק.

די Российская Еврейская Энциклопедия (רוסלענדישע ייִדישע ענציקלאָפּעדיע — באַנד 2, מאָסקװע, 1995) װײַזט אָן, אַז נ. לעװין איז דער איבערזעצער פֿון זש.־ב. מאָליערס און ק. גאָלדאָניס פּיעסעס. אין מײַן פּערזענלעכער ביבליאָטעק האָב איך פֿיל יאָר פֿאַרהיט מ. גאָרקיס "קלים סאַמגין" אין נחומס איבערזעצונג.

אױף דער מלחמה איז נ. לעװין פֿיר מאָל פֿאַרװוּנדעט געװאָרן. פֿאַר זײַן העלדישקײט האָט מען אים באַלױנט מיט שלאַכט־אָרדנס. אין מערץ 1946 ענדיקט זיך זײַן מיליטער־דינסט און ער קומט אָן אױף אַרבעט אין ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. ביז יאַנואַר 1948 איז ער דער עלטערער רעדאַקטאָר פֿון פּרעסע־ביוראָ און דערנאָך קנאַפּע 11 חדשים אין דער צײַטונג "אײניקײט".

דאָ פֿלעגן מיר זיך שױן װידער טרעפֿן זעקס טעג אין דער װאָך. נחום האָט אָנגעפֿירט מיטן ליטעראַרישן אָפּטײל און די לײענער פֿלעגן אַרױסקוקן אױף דעם שבתדיקן נומער, װוּ ער איז געװען דער צונױפֿשטעלער און רעדאַקטאָר פֿון די געדרוקטע דערצײלונגען און לידער. מײַן שטעלע איז געװען: ליטעראַרישער מיטאַרבעטער.

נאָך דעם װי מען האָט ליקװידירט דעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, די צײַטונג "אײניקײט" און דעם פֿאַרלאַג "דער עמעס", האָט ער אין משך פֿון זעקס חדשים געזוכט אַ װעלכע ניט איז אַרבעט. אין מײַ 1949 האָט זיך עס אים אײַנגעגעבן. אַ שטעלע האָט זיך פֿאַר אים אױסגעזוכט אין דעם פֿאַרלאַג "Физкультура и Спорт" (פֿיזקולטור און ספּאָרט). דאָס איז געװען זײַן לעצטע אַרבעט.

* * *

װעגן נחום לעװינס לעבן, שאַפֿן און באַזונדערס װעגן זײַן אומקום האָט מען אָנגעבראָקט אַזױ פֿיל פֿאַלשקײטן, אַז ס’איז ניט צום באַנעמען װי אַזױנס האָט געקענט געשען. אַזאַ בײַשפּיל: אין דער Краткая Еврейская Энциклопедия (אנציקלופדיה יהודית קצרה בלשון הרוסית — קורצע ייִדישע ענציקלאָפּעדיע אױף רוסיש, ירושלים, 1976—2005) איז װעגן נ. לעװינען קײן ספּעציעלער אַרטיקל ניטאָ, נאָר אין דעם אַרטיקל "קרימער פּרשה", באַנד 4, ז’ 603, װערט אָנגעװיזן, אַז נ. לעװין איז אומגעקומען אין 1952 און ניט אין 1950, װי דאָס איז אױף אַן אמת געשען. ניט ריכטיק איז אָנגעװיזן דאָס יאָר פֿון זײַן געבױרן און זײַנע "חטאים" (שפּיאָנאַזש) זײַנען געװען פֿאַרבונדן ניט מיט דער "קרימער פּרשה", נאָר מיט דעם מאָסקװער אױטאָמאָביל־זאַװאָד אױף סטאַלינס נאָמען (ЗИС).

אין באַנד 8, ז’ 245 — "ראַטן־פֿאַרבאַנד" — איז לעװין שױן אױף אַ יאָר עלטער. אין זעלבן באַנד, ז’ 815 — "טעאַטער" — װערט ער דערמאָנט װי אַ מאַן פֿון דער שױשפּילערין שׂרה לעװין (1920—2005). װעגן נחומען װערט געזאָגט, אַז ער איז געװען דער הױפּט־רעדאַקטאָר פֿון "ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט" און דער צײַטונג "אײניקײט". ניט אין "קאָמיטעט" און ניט אין "אײניקײט" האָט ער אַזאַ פּאָסטן פֿאַרנומען.

אײניקע קענען אַ קלער טאָן: מילא, אַזױנע ניט־פּינקטלעכקײטן קען מען איבערלעבן. יאָ, מען קאָן, אָבער הערט װײַטער. אין לעצטן צוגאָב־באַנד (ירושלים, 2003) זז’ 159—165 "פּרשה ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט", זײַנען אַ סך פֿון די דערלאָזטע ביז איצט פֿעלערן פֿאַרריכט געװאָרן. פֿאַר דעם און ניט נאָר פֿאַר דעם מעג מען האַרציק באַדאַנקען די מיטאַרבעטער פֿון דער ענציקלאָפּעדיע, אָבער... אַלע אומגעבראַכטע װערן דערמאָנט. אײן מענטש פֿעלט, דאָס איז נחום לעװין. פֿון די דרײַ קדושים, װאָס זײַנען צוליב זײער ייִדישקײט אומגעקומען, לױט דער זעלבער פּרשה נאָך אין 1950, װערן דערמאָנט דער שרײַבער שמואל פּערסאָװ (געבױרן אין 1889) און די זשורנאַליסטין מרים אײַזנעשטאַדט־זשעלעזנאָװאַ (געבױרן אין 1909).

װעגן נחום לעװינען האָט מען אױף אײביק פֿאַרגעסן, װי ער װאָלט קײן מאָל אױף דער װעלט ניט געװען.

אין לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבערס (ניו־יאָרק, 1986) זײַנען װעגן אים געבראַכט געװאָרן זיבן װערטער, דערבײַ זײַנען דערלאָזט געװאָרן צװײ גראָבע פֿעלערן.

(המשך אין קומענדיקן נומער)