פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע

צו זײַן 140סטן יאָרצײַט

מיט די פֿאָרמולעס "איך נעבעך, בידנע פּאַסטעך", "איך נעבעך, געמיינער חזן", "איך נעבעך, בעל־דרשן" / "איך נעבעך, בעלפֿער", "איך נעבעך, שינדל־שלעגער" הייבן זיך אָן אַ טייל לידער פֿון בערל בראָדער, דער ליטעראַרישער נאָמען פֿון בער מרגלית, געבוירן אין בראָד, גאַליציע, אין יאָר 1815, און געשטאָרבן אין יאַס, רומעניע, אין 1868. ער ווערט באַטראַכט ווי דער פֿאָטער פֿון די וואַנדערנדיקע ייִדישע פֿאָלקס־זינגער, וואָס זײַנען באַרימט געוואָרן אונטערן נאָמען "די בראָדער־זינגערס". ער פֿלעגט פֿאָרזינגען זײַנע לידער, צו וועלכע ער האָט אויך געשאַפֿן די מעלאָדיעס, אין אַכסניות און ווײַנקעלערס אין פֿאַרשיידענע שטעט, און איז געוואָרן זייער פּאָפּולער. צו אים זײַנען שפּעטער צוגעשטאַנען אַנדערע זינגערס — געוועזענע בדחנים און משוררים, וואָס זײַנען מיט אים מיטגעפֿאָרן און געזונגען זײַנע לידער און זיי אויסגעשפּילט.

בערל בראָדערס לידער, וואָס אַ טייל פֿון זיי זײַנען אָפּגעדרוקט געוואָרן אין זײַן ביכע­לע "שירי זמרה", זײַנען געווען וועגן דער אָרעמקייט און דעם עלנט פֿון די שטעטלדיקע ייִדן און ער האָט באַוויינט זייער גורל. אַ טייל פֿון זײַנע לידער האָט דאָס פֿאָלק אויפֿגעכאַפּט און פֿאָלקלאָריזירט, און מע געפֿינט זייערע שפּורן אין דעם פֿאָלקסלידער־רעפּערטואַר. איין ליד וועגן דעם פּאַסטעך האָב איך געזאַמלט פֿון מײַן פֿאָטער לייזער גאָרדאָן, וועמענס נוסח און מקור איך האָב אָפּגעדרוקט אין דעם ערשטן נומער פֿונעם ייִוואָ־זשורנאַל "ייִדישער פֿאָלקלאָר". די ערש­טע סטראָפֿעס לייענען זיך:

איך נעבעך, בידנע פּאַסטעך,
איך לעב דאָך גאָרנישט אויף דער וועלט,
מיט דער זעט פֿון דער היים, ווען יעדערער פֿרייט זיך
ליג איך באַשטענדיק אין פֿעלד.
קעגן מיר לעבט זיך יעדערער באַרוט
און האָט זיך בכּבֿוד זײַן ברויט,
און איך בין פֿון די שאָף אַזוי מיד
אַז איך בלײַב ליגן ווי טויט.

דער טאָג טרײַבט מיר פֿון דער היים אַרויס,
אויף דער האַרץ ליגט נאָך דער שלאָף,
אַלע פֿעלדער לויף איך אויס
און מוז נאָר פּאַשען די שאָף,
אומגליקלעך בין איך אויף דער וועלט,
איך רו נישט איין מיניט,
זינט איך בין צום פּאַשען געשטעלט,
זענען פֿאַרשאָלטן געוואָרן מײַנע שריט.

אַז איך לייג מיך אַנידער פֿון מײַן מי
און דאָס האַרץ איז פֿול מיט שרעק,
קומט איינער אין דער צײַט ווען איך רו
און גנבֿעט מיר איין שעפֿעלע אַוועק:
איך כאַפּ מיר אויף ווען עס הייבט אָן צו שאַריען,
פֿאַרשעלט איך די נאַכט פֿון מײַן שלאָף,
אוי, וואָס האָב איך באַדאַרפֿט צו רוען,
עס איז מיר אויסגעגאַנגען אַ גאָטס שטראָף.

און דאָס ליד ענדיקט זיך, ווי אויך טייל אַנדערע לידער מיט:
"און דיך זיסער גאָט בעט איך דיך זייער, / איך זאָל קיין פּאַסטעך זײַן".

דאָס "ליד פֿון שינדל־שלעגער" איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין דעם פֿאָלקסליד "ליד פֿון קוימען־קערער" מיט דער בשותּפֿותדיקער סטראָפֿע:

איך בין שוין אויבן מיט די שינדלען,
שטעל איך מיך אַנידער און רו מיך אָפּ,
הייבט מיר אָן פֿאַר די אויגן צו שווינדלען,
און עס דאַכט זיך מיר, אָט פֿאַל איך אַראָפּ.

איינס פֿון די לידער געדרוקט צווישן די פֿאָלקסלידער בײַ גינזבורג און מאַרעק איז וועגן דעם שומר, וואָס האָט ענלעכקייטן צו בראָדערס ליד פֿון דעם וועכטער. דאָס ליד איז אַדאָפּטירט געוואָרן און איז אַרײַן אין דעם רעפּערטואַר פֿון נחמה ליפֿשיץ.

אין זײַן "ליד ווי איין חכם שמועסט צו דער וועלט", פֿילאָסאָפֿירט ער מיט דער וועלט:

וועלט, וועלט, קוק דיך נאָר אום,
אויף דעם אומרעכט זע נאָר,
ווי דעם קלוגן איז שלעכט אומעטום
אין דעם הײַנטיקן דור;
דער חכם איז עלנט און האָט גאָר קיין ווערט
און דער נאַר באַגליקט הײַנט,
וואָלט ניט שענער געווען, עס זאָל זײַן פֿאַרקערט,
די זון זאָל האָבן אויף די קלוגע געשײַנט.

וועלט, איך פֿרעג דיך אַליין,
צי ביסטו מיט דעם עפּעס גערעכט,
אַז דעם נאַר זאָל תּמיד גוט זײַן
און דעם חכם זאָל נעבעך זײַן שלעכט.
צי ביסטו דען צו דעם געשטעלט געוואָרן,
דער נאַר זאָל תּמיד נאָר באַגליקן,
אויף דעם קלוגן ביסטו אין צאָרן
און מוזסט אים נעבעך אונטערדריקן.

־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־

וועלט, וועלט, מעגסט שוין אונטערגיין,
זון און לבֿנה, פֿאַרלעשט אײַער לעכט,
און שטערן זאָלן נישט מער שטיין,
ווײַל איר זענט בײַ מיר גאָרנישט גערעכט.
דאָס פֿאַלשקייט זאָל ווערן אויסגעריסן,
שרײַ איך גוואַלד פֿון דער האַרץ אַרויס,
אַז פֿון דעם אמת ווילט איר ניט וויסן,
שרײַ איך: וועלט, וועלט, לאָז זיך אויס.

בערל בראָדער האָט אויך געשאַפֿן לידער וועגן געשעענישן, ווי דאָס ליד "דער קאָמעט־שטערן", אַ סאַטירע אויף די שטערנזעער וואָס האָבן פֿאָרויסגעזאָגט (אַרום 1850), אַז די וועלט גייט אונטער:

נו, נו, וואָס זאָגט איר דערויף,
אויף די ליגנערס שטערנזעער,
אַ קאַטאָוועס אַזוי אַ וועלט אַז מען רודערט אויף
און מען מאַכט מענטשן־הערצער שווער.
אַך, ווי פֿאַלש האָט איר גערעדט,
איר פֿילאָסאָפֿן, איר קלוגע,
אַ פֿאָרכט האָט איר געוואָרפֿן פֿון אַ קאָמעט,
ניט אַ פּנים איר זענט אַליין משוגע.

עס איז געקומען פֿרײַטיק צום הייליקן קוגל,
האָבן זיי (די ווײַבער) געשאָקלט מיט די קעפּ,
די קעפּלעך האָבן זיי געשאָקלט ווי אַ וויגל
און האָבן אָנגעוויינט מיט טרערן די לאָקשן־טעפּ;
האָבן זיי אָנגעגרייט וועקסענע לעכט
עס איז געווען ווי יום־כּיפּור אַ קלאָג,
אין עק וועלט האָט מען זיך גערעכט.

דעם גאַנצן האַנדל האָבן זיי געשטערט,
חתונות האָבן זיי צעשטערט און פֿאַרצויגן,
ווײַל מ׳האָט געזאָגט די וועלט וועט אונטערגיין,
האָט יעדן גערונען בלוט אויס די אויגן,
וועט דערפֿון קוילן ווערן,
עס זענען געוואָרן אַלע גרויסע בטוחים,
ווײַל די וועלט וועט אונטערגיין,
האָבן זיך אַלע אָנגעגרייט תּכריכים
און האָבן געזאָגט: מיר וועלן מתוודה זײַן.
און בײַם סוף:

אויף אַכציק גראַד זאָל זײַן די היץ,
דאָס איז געווען די שטערנזעערס ציל,
אָבער אַקוראַט צום שפּיץ
האָט אונדז גאָט געגעבן קיל;
איר מעגט אײַך שעמען, פֿילאָסאָפֿן,
אַז עס לאַכן אויס קינדער אין די וויגן,
איר האָט קיינס נישט געטראָפֿן,
איר האָט געזאָגט זייער גרויסע ליגן.

עס זײַנען פֿאַראַן לידער בײַ בערל בראָדער, וואָס זײַנען ענלעך אָדער כּמעט אידענטיש מיט לידער פֿון אַנדערע פֿאָלקס־דיכטער. איין ליד "ווי אַ טאַטע קומט צום קינד" פֿון בראָדער איז ענלעך צום ליד "דער אַלטער פֿאָטער" פֿון אליקום צונזער:

בײַ בערל בראָדער הייבט זיך דאָס ליד אָן מיט די ווערטער:

איר, מענטשן, פֿאַרנעמט מײַנע רייד
און פֿאַרשטייט וואָס איך זאָג אײַך אַצינד,
עס איז בעסער פֿון דער וועלט צו זײַן אָפּגעשייט
איידער צו קומען צו אַ קינד.
בײַ צונזער:
אַ בײַשפּיל קען איך אײַך, מענטשן, געבן,
דעם סוף פֿון מיר באַטראַכט אַצינד,
עס איז בעסער אויף דער וועלט ניט לעבן,
איידער אָנצוקומען צו אַ קינד.

נאָך אַ סטראָפֿע, וואָס ביידע דיכטער טיילן:

בײַ בראָדער:

מײַן מעבל האָט בײַ מיר אין שטוב געשפּילט,
מײַן בעטגעוואַנט איז געווען פֿון פֿייגל־פּעך,
אויף געמאָלטע פּאָקויעס האָב איך נאָר געצילט,
אַצינד איז מײַן געלעגער אין דער קאַלטער קעך.
פֿאַר קעלט און רויך קום איך שיר אום,
איך שטיי בײַ דער קעך און וואַרעם מיך אַזוי ווי דול,
קומט אַרײַן די שנור מיט איין גרויסן ברום
און שרײַט אין אַלע טעפּ בין איך שוין פֿול.

בײַ צונזער:

מײַנע מעבל האָט ווי גאָלד געלויכטן,
מײַנע בעטגעוואַנט איז געווען ווי זילבער פֿײַן,
די פּאָקויעס געמאָלט מיט שיינע פֿרוכטן,
איך האָב געמיינט עס וועט אייביק אַזוי זײַן...
און הײַנט שלאָף איך מיט דוחק,
טשאַדנע איז דאָרט און רויכיק,
אַז דער הוסט דערשטיקט שוין מיך
אין זאַל, וווּ עס שטייט די שטולן,
לאָזט די דינסט מיך ניט אַרײַן:
"ער וועט אײַנריכטן די דילן,
אָט דער אַלטער שווײַן!"
איך שטיי בײַם קיך
און וואַרעם מיך,
קומט אַרײַן די שנור און מאַכט מיר דול:
זי שרײַט שוין באַלד
מיט קולות, "גוואַלד,
אין אַלע טעפּ איז שוין דער אַלטער פֿול"...

בראָדערס ליד וועגן דעם וואַנדערער האָט גרויסע ענלעכקייטן צו וועלוול זבאַרזשער־עהרענקראַנצס ליד. עס זײַנען פֿאַראַן בשותּפֿות­דיקע טעמעס און לידער בײַ אַנדערע פֿאָלקס־דיכטער אויך. בראָדער ווערט הײַנט דערמאָנט און געשאַצט ווי דער גרינדער פֿון די "בראָ­ דער־זינגער", וואָס זײַנען געווען די פֿאָרגייער פֿון דעם ייִדישן טעאַטער. יצחק שיפּער שרײַבט, אַז די בראָדער־זינגער "זײַנען געווען די ערשטע, וואָס האָבן אַראָפּגענומען דעם יום־טובֿדיקן שלייער פֿון דער פֿאָלקס־דראַמאַטיק און זי אָנגעהויבן פּראָדוצירן אין פּשוטע וואָכן־טעג". בערל בראָדערס גאַנצער רעפּערטואַר האָט זיך נישט אָפּגעהיט. עס זײַנען בלויז פֿאַר­בליבן זײַנע טרויעריקע און צײַטלידער אין זײַן "שירי זמרה" ביכעלע מיט 30 לידער.