- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ס׳איז אָנגעקומען פֿונעם יונגן ישׂראלדיקן לינגוויסט און פּרעכטיקן ייִדיש־קענער צבֿי סדן, וואָס אַ מאָל, איידער ער איז געקומען פֿון יאַפּאַן קיין ישׂראל, האָבן מיר אים אַלע געקענט ווי טסוגייאַ (צוויקאַ סאַסאַקי). דער פֿאָרויסגעזעענער סדר־היום פֿון אַ קאָנפֿערענץ וועגן ישׂראלדיקער שפּראַך־פּלאַנירונג, וואָס וועט סוף זומער פֿאָרקומען אין בר־אילן־אוניווערסיטעט (אין די זעלבע טעג, ווען מען פֿײַערט אויף דער וועלט דעם 100סטן יובֿל פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ). וועגן לאַדינאָ איז דאָ אויף דער פּראָגראַם ווער ס׳זאָל רעדן, וועגן אַראַביש, וועגן העברעיִש, וועגן אימיגראַנטישע לשונות (מסתּמא אַן אייפֿעמיזם פֿאַר רוסיש), וועגן דעם לערנען פֿרעמדע לשונות מכּל־המינים, וועגן וואָס אין דער וועלט, נאָר ניט וועגן... ייִדיש אין ישׂראל. ווער לײַדט דערפֿון? די גאַנצע ישׂראל־געזעלשאַפֿט און דער עיקר — דער ישׂראלדיקער פֿאַרשטאַנד פֿון שפּראַך־פּלאַנירונג בכלל און פֿון שפּראַך־פּלאַנירונג ווי אַ חשובֿער טייל פֿון דער ישׂראל־דערפֿאַרונג בפֿרט, אי די מדינהשע, אי די אַלגעמיין געזעלשאַפֿטיקע. אַ נעגאַטיווער שטריך וועגן שפּראַך־פּלאַנירונג איז איצט שוין בדרך־כּלל אָנגענומען אַז איינע פֿון אירע נעגאַטיווסטע שטריכן איז איר אָפֿטער צוגאַנג פֿון אויבן אַראָפּ, דאָס הייסט, פֿון די העכערע אויטאָריטעטן וואָס שטייען אויבן, למעלה, אַראָפּ צום פּשוטן רעדנער צי שרײַבער אונטן, למטה. לויט אָט דעם צוגאַנג פֿירן די אויטאָריטעטן אָן מיט דער פּלאַנירונג און די פּשוטע בשׂר־ודמס זענען דאָס אָדער מקבל, אָדער זיי באַצאָלן טײַער פֿאַר זייער “ניט פֿאָלגן". די אויטאָריטעטן פֿירן אַפֿילו אָן מיט דער גאַנצער סיסטעם “באַלוינונגען", כּדי אויסצופּועלן, אַז דער פּשוטער בשׂר־ודם זאָל אָננעמען די פּאָליטיק פֿון די אויטאָריטעטן, זייער לשונותדיקע געזעצגעבונג, זייערע לשונותדיקע חידושים, תּקנות און אַפֿילו די אונטערשטיצונג פֿון יענע “וואָרטמענטשן", וואָס פֿירן זיך בהסכּם מיט די רעקאָמענדאַציעס פֿון די אויטאָריטעטן, און די צוריקווײַזונג פֿון אַזעלכע, וואָס זענען ניט מסכּים דאָס צו טאָן און וואָס ווילן אויסטרעטן אַן אייגענעם דרך אינעם וווּקס און אין דער באַנײַונג פֿונעם גאַנצן לשונותדיקן האָב־און־גוטס. די פּלאַנירונג פֿון שפּראַך־פּלאַנירונג פֿאַרשטייט זיך, אַז מיר קענען אַלע אַזעלכע רעזשימען, וווּ די גאַנצע פּלאַנירונג איז פֿון אויבן אַראָפּ. נאָר מיר קענען זיכער, בפֿרט אין דער נײַער צײַט און אין די דעמאָקראַטישע אויטאָריטאַטיווע קאָנטעקסטן, מקומות, וווּ דער פֿאַרקערטער פּראָצעס איז מער פֿאַרשפּרייט, אָדער אַ “געמישטער פּראָצעס", טיילווײַז פֿון אויבן אַראָפּ און טיילווײַז פֿון אונטן אַרויף, איז בנימצא. אַמעריקע איז דער בעסטער בײַשפּיל פֿונעם לעצטן צוגאַנג, וואָס מיינט דעם געמישטן פּראָצעס צו שפּראַך־פּלאַנירונג. ס׳זענען למשל זיכער פֿאַראַן ענגלישע ווערטערביכער וועלכע זענען זייער אָנגענומען בײַ קענער און אַנשי־הלשון, נאָר קיין איינער פֿון זיי איז ניט אונטערגעוואָרפֿן קיין שום רעגירונג־הכשרים צי קאָנטראָלן, באַקומט ניט קיין רעגירונג־געלטער אָדער אַפּראָבאַציעס, אָדער דערלויבעניש און, אין יעדן פֿאַל, איז יעדער יחיד פֿרײַ זיי אָנצונעמען אָדער זיי אָפּצוּוואַרפֿן לויטן אייגענעם געשמאַק און פֿאַרשטאַנד. אין אַ געוויסער מאָס איז טאַקע ענגליש ניט אַזוי פֿולשטענדיק סטאַנדאַרטיזירט צוליב דעם ווי פֿראַנצויזיש. אפֿשר גאָר אין דעם שטעקט דער נצחון פֿון ענגליש איבער דער גאָרער וועלט. ענגלישע ווערטערביכער גייען זיך טאַקע פֿונאַנדער אין פֿאַרשיידענע פּרטים. פֿאַר גאָר אַ סך ווערטער ברענגען די אָנגענומענסטע ווערטערביכער עטלעכע אַלטענאַטיוון: למשל Goodbye און Goodby, Uptown און Up Town, און אַנדערע אַזעלכע ניט־פֿאַראיינהייטלעכטע אויסלייג־ און אַרויסרעד־מעגלעכקייטן. פֿון דעם שטאַרבן ניט קיין קינדער אין די וויגן, און ענגליש ווערט דערפֿון נישט אָפּגעשוואַכט אָדער ווייניקער אָנגענומען צי חשובֿ איבער דער וועלט. דער הײַנטיקער עבֿרית דער הײַנטיקער עבֿרית גייט בדרך־כּלל נאָך דעם ענגלישן / אַמעריקאַנער מאָדעל. ווער ס׳וויל, גייט נאָך דער “אַקדמיה ללשון העבֿרית", און ווער ס׳וויל ניט — איז ניט. ווער סע וויל שרײַבט “דויד" (ווי די “אַקדמיה" לייגט פֿאָר צוליב קלאָרקייט, דער ניט־דערפֿאַרענער לייענער פֿון ניט־וואָקאַליזירטע טעקסטן (אָן נקודות) זאָל זיך ווייניקער פֿאַרפּלאָנטערן מיט דוד — פֿעטער און דוד — קעסל), און ווער ס׳וויל: (אָפֿט אין דער זעלבער צײַטונג און מיט עטלעכע שורות ווײַטער) שרײַבט פֿאָרט “דוד — דאָוויד". אַ מאָל איז אָבער ניט געווען אַזוי און מען האָט אַלעמען גענייט אָנצונעמען די אויטאָריטעט פֿון דער “אַקדמיה". סימנים פֿון אָט יענעם אַלטן צוגאַנג פֿון אויבן אַראָפּ זענען נאָך אין ישׂראל געבליבן און ס‘איז זיי ניט שווער צו געפֿינען. למשל, די רעגירונג איז זיך מתחייבֿ אויסצופֿאָלגן אין אירע אייגענע פּובליקאַציעס (למשל אין די “דבֿרי־הכּנסת") דאָס וואָס די “אַקדמיה" רעקאָמענדירט. דאָס נעמט שוין במילא אויך אַרײַן דאָס שולוועזן און די טעקסטביכער, און די פֿאַרלאַגן פֿון טעקסטביכער און די לערער וואָס באַשטעלן אָט די טעקסטביכער, און אַפֿילו די אַלע וואָס ווילן אויסהאַלטן די שאָפֿער־עקזאַמענס אויף צו פֿירן אויטאָמאָבילן. כּדי דאָס לעצטע צו קענען דערגרייכן דאַרף מען דאָך קענען פֿאַרשטיין די נעאָלאָגיזמען וואָס די אַקדמיה רעקאָמענדירט פֿאַר די טיילן און טיילעכלעך פֿונעם אויטאָ און שנעל און ריכטיק איבערלייענען די אָנזאָגן אויף די שאָסיי־שילדן. ווען ניט איז דאָך פֿאַראַן די סכּנה, אַז מען וועט ניט קענען ריכטיק איבערלייענען און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס פֿונעם געשריבענעם שאָפֿער־עקזאַמען און ניט באַקומען דעם ליצענץ צו פֿירן אַן אויטאָ. די “אַקדמיה ללשון העבֿרית" האָט שוין מער ניט דעם כּוח פֿון אַ מאָל, נאָר וווּ ניט וווּ זענען נאָך געבליבן סימנים פֿון איר אַמאָליקער גבֿורה. דורך אָט די סימנים איז די “אַקדמיה" פֿאָרט מרמז, אַז זי און ניט דאָס פֿאָלק זענען די באַלעבאַטים פֿונעם הויפּט־לשון וואָס מען רעדט און מען שרײַבט אינעם ייִדישן לאַנד. אָבער אַזעלכע רמזים זענען דאָך הײַנט צו טאָג אַ לעכערלעכער צוגאַנג צו דער רעאַליטעט פֿון עבֿרית און לײַדן לײַדט דערפֿון די “אַקדמיה" גופֿאַ און ניט עבֿרית. די “אַקדמיה" איז דאָך צוליב אַזעלכע רמזים געוואָרן אַן אָביעקט פֿון לײַטיש (און בפֿרט בײַ דער יוגנט, פֿון ניט אַזאַ לײַטיש) געלעכטער. צי וועט אַ שאָפֿער זיך באַנוצן מיטן וואָרט “בלינקער" צי “ווינקער" פֿאַרן ליכטעלע, מיט וועלכן ער ווײַזט אַז ער וויל זיך פֿאַרדרייען, רעכטס צי לינקס? דער גאַנצער צוגאַנג פּאַסט ניט פֿאַר דער הײַנטיקער צײַט און ניט פֿאַרן טעמפּעראַמענט פֿונעם הײַנטיקן ישׂראלי. קאָרפּוס־פּלאַנירונג און סטאַטוס־פּלאַנירונג אָבער דאָס זעלבע איז אויך חל ניט נאָר אויפֿן קאָרפּוס־פּלאַנירונג, וואָס איז אַ חלק פֿון שפּראַך־פּלאַנירונג, נאָר אויך (און אַפֿילו 100 מאָל מער) אויפֿן סטאַטוס־פּלאַנירונג וואָס איז אַ חלק דערפֿון. אין ישׂראל שטעלן זיך נאָך אַלץ פֿאָר טויזנטער בדרך־כּלל גוט אינפֿאָרמירטע און אינטעליגענטע מענטשן אַז אין לאַנד וועט זיך אויפֿהייבן “יענער ויצעקו" אויב מען וועט לאָזן פֿרײַ רעדן, שרײַבן און לערנען ייִדיש, ווי מען לאָזט פֿרײַ רעדן, שרײַבן און לערנען ענגליש (צי אַפֿילו פֿראַנצויזיש, רוסיש, שפּאַניש, אאַז״וו). “וואָס וועלן די ספֿרדים זאָגן?" שעפּטשעט מען דאָ און דאָרט דערשראָקענערהייט, נאָר איך דערמאָן זיך ניט, אַז כאָטש איין ספֿרדי זאָל עפּעס אַרויסזאָגן אַ וואָרט וועגן דעם (צי אַפֿילו אַ וואָרט אויף צו פֿאָדערן אַ ראָלע פֿאַר לאַדינאָ אין דער עפֿנטלעכקייט). איך דערמאָן זיך ווי געהויבענע פּראָפֿעסאָרן מיט “טיטולן" האָבן אונדז געוואָרנט, אַז ס׳וועט זיך טאָן חושך, אויב מיר וועלן וואַגן צו גרינדן אַ ייִדיש־ריידנדיקן קינדערקלוב פֿאַר ייִדיש־ריידנדיקע קינדער (צווישן זיי צוויי פֿון אונדזערע אייגענע). דער סוף איז געווען, אַז די הימלען זענען דווקא ניט אײַנגעפֿאַלן, די געזעלשאַפֿט האָט זיך ניט צעקרישלט און איז זיך ניט צעפֿאַלן, און דער קלוב איז יאָרן־לאַנג אָנגעגאַנגען, געשטעלט פּורים־שפּילן אויף ייִדיש און געפּראַוועט אויפֿנאַמעס פֿאַר ייִדישע פּאָעטן כּל־זמן מיר (געלע און איך) זענען געבליבן (דרײַ יאָר) אין ירושלים. אַ קאָנפֿערענץ פֿונעם אַלטן שניט פֿון צענטראַלער שפּראַך־פּלאַנירונג מיט דער אויבנדערמאָנטער קאָנפֿערענץ וועגן שפּראַך־פּלאַנירונג אין ישׂראל איז אויך דאָס אייגענע. ס׳וועט זײַן אַ קאָנפֿערענץ ס׳רובֿ וועגן פּראָצעסן פֿון אויבן אַראָפּ, ווײַל אַזוי טראַכט נאָך דער עלטערער דור וואָס איז בײַ דער גרענדע וועגן לשונותדיקע ענינים. דערפֿאַר איז זייער גאַנצער אופֿן פֿון טראַכטן אַן אַנעמישער, אַן אַלטמאָדישער און אַ צוריקגעשטאַנענער לגבי דעם הײַנטצײַטיקן סאָציאָלינגוויסטישן געדאַנק וועגן שפּראַך־פּלאַנירונג איבער דער גאָרער מאָדערן־דעמאָקראַטישער וועלט. “ווער עס גראָבט אַ גרוב פֿאַר יענעם פֿאַלט אַליין אַרײַן", ווי ס׳זאָגט דאָס ייִדישע ווערטל און ווי ס׳זינגט זיך דאָס גאָלדפֿאַדענישע לידל פֿון דער פּיעסע “באָבע יאַכנע". און ווער ס׳גראָבט אַ גרוב פֿאַר ייִדיש פֿאַלט אויך אַליין אַרײַן! ס׳וועט אָבער אויך אין דער שפּראַך־פּלאַנירונג קומען דער דורות־ריס צווישן די יונגע דורות און די איצטיקע תּקיפֿים, און דעמאָלט וועט מען אויך אין ישׂראל קענען טראַכטן וועגן שפּראַך־פּלאַנירונג גאָר אַנדערע, קלאָרערע געדאַנקען און רעדן וועגן דעם גאָר אַנדערע, קלאָרע דיבורים. אַן אויסדרוק פֿון אַ גאַנצער געזעלשאַפֿטלעכער שיטה די צענטראַלע שפּראַך־פּלאַנירונג איז דאָך בלויז איין אויסדרוק פֿון אַ גאַנצער שיטה פֿון פּלאַנירונג: די צענטראַלע ייִשובֿ־פּלאַנירונג, re-settlement planning, צענטראַלע קולטור־פּלאַנירונג, צענטראַלע אַרבעט־פּלאַנירונג, אאַז"וו. דאָס איז אַלץ אַ מין “אָרגאַניזאַציע פֿונעם לעבן" וואָס, ווען מען טרײַבט דאָס איבער, שמעקט עס מיטן טאָטאַליטאַריזם פֿון פֿאַרשיידענע העלערע “קאָלירן", מיט וועלכע די ישׂראל־ביוראָקראַטיע איז אינטים באַקאַנט. די אָרעמע און שוואַכע זענען תּמיד די ערשטע קרבנות פֿון דער היפּער־אָרגאַניזאַציע פֿונעם לעבן און אָרעמע און שוואַכע לשונות בתוכם, ווײַל זיי קענען דאָך קיין שטאַרקן ווידערשטאַנד ניט שטעלן, כּדי זיך צו פֿאַרטיידיקן. די אונטערדריקונג און גרינגשעצונג פֿון ייִדיש (צי פֿון יעדן אַנדער לשון) איז אַ גליטשיקער באַרג־אַראָפּ און ענדיקן ענדיקט זיך דער וועג מיט אָפּמאָנען אַ הויכן פּרײַז בײַ דער גאַנצער געזעלשאַפֿט. נאָך ערגער איז ווען איין ברודער צווינגט אַרויף זײַן לשון אויפֿן אַנדערן. ס׳איז ניט ווערט בײַ לײַטן אָט דעם ענין ווײַטער צו צעקײַען: דאָס פֿאַרבראַקירן טעמעס וועגן אַ באַשטימט לשון איז ווײַט ניט קיין אומשולדיקער “אַקאַדעמישער" אַקט און, וואָס מער, בעת אַן אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ איז דאָס בפֿירוש אַן אַנטי־אינטעלעקטועלער אַקט פֿאַר וועלכן ס׳וועלן בלית־ברירה לײַדן קודם־כּל די תּלמידים, די לערער און, סוף־כּל־סוף, די גאַנצע געזעלשאַפֿט. אַ געזעלשאַפֿט איז אַ געבונדענע גאַנצקייט און ניט עפּעס סתּם קיין סעריע באַזונדערע קעמערלעך: ווער עס טוט אַן עוולה איין טייל פֿון דער גאַנצקייט, באַעוולט דערמיט סוף־כּל־סוף דאָס גאַנצע במילא. שיקל פישמאן א טרויעריקע געשיכטע אין ישראל מכח לשונותSubmitted by shloima on Tue, 2008-08-05 13:53.
שאל |