- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
יעדעס יאָר נעם איך מײַנע סטודענטן אָדער אויף אַ וויזיט אין ייִוואָ, אָדער אין "פֿאָרווערטס", אָדער אין ייִדישן טעאַטער. דעם האַרבסט־סעמעסטער האָבן מיר אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין ייִוואָ, וווּ איך האָב גענומען צוויי פֿון מײַנע קלאַסן. איך מוז אײַך זאָגן, אַז די סטודענטן האָבן ממש געשלונגען אַ יעדעס וואָרט וואָס די הויפּט־ביבליאָטעקאַרין, אַבֿיבֿה אָסטרינסקי, האָט זיי געוויזן און דערציילט. זי האָט פֿאַר זיי אויפֿגעבלעטערט די זעלטענע ביכער וואָס געפֿינען זיך אין אַ ספּעציעלן צימער פֿון ייִוואָ, ווי למשל, דאָס ערשטע בוך אין עגיפּטן, געדרוקט אין 1472 אויף העברעיִש, וואָס רופֿט זיך "חוק לישׂראל" (ייִדישע געזעצן).
דער ראַבינער מײַקל סטראַספֿעלד, באַקאַנט ווי אַ מחבר און אַקטיוויסט אין דער ייִדישער אַמעריקאַנער קולטור־סבֿיבֿה אין ניו־יאָרק, האָט אָנגעהויבן זאַמלען אַלטע ייִדישע שילדן, דער עיקר, פֿון דער איסט־סײַד, מיט דרײַסיק יאָר צוריק. צו יענער צײַט איז ער געווען אַ לערער אין אַ ייִדישער שול אין הײַד־פּאַרק, לעבן באָסטאָן. אין אַ קאָנסערוואַטיווער סינאַגאָגע — "חבֿרה שומרי־שבת" — האָט ער געפֿונען אַ שילדל, וואָס איז אַפֿילו מער נישט געהאָנגען אויף דער וואַנט, נאָר געלעגן אין אַ ווינקל. אויפֿן שילדל איז געשטאַנען אויף ייִדיש, אַז אויב מע וויל באַקומען אַן עליה אָדער אַרויפֿגיין צו דוכענען אין דער שיל דאַרף מען זײַן אַ שומר־שבת.
אונדזערע לייענער, וועלכע האַלטן אַ חשבון פֿון וואָס ס‘קומט פֿאָר אין דער ייִדיש־וועלט אין מדינת־ישׂראל, האָבן אַוודאי זיך געכאַפּט, אַז מע האָט שוין לאַנג נישט געהערט קיין נײַעס פֿון דער מלוכה־אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש — "די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור". מע זעט נישט קיין נײַע נומערן פֿון "טאָפּלפּונקט", און מע הערט נישט קיין אַנדערע ידיעות. צוליב פֿאַרשיידענע טעמים, דער עיקר, אינערלעכע קריגערײַען נאָך דעם ווי אשר פּורת האָט פֿאַרלאָזט זײַן פּאָזיציע ווי דער ראָש, געפֿינט זיך די אינסטאַנץ אין אַ פּאַראַלאַזירטן מצבֿ שוין אָט דרײַ יאָר.
ווי זאָגט מען, אַז מען פֿאַרזייט, וואַקסט. בין איך מיט אַ פּאָר יאָר צוריק געווען פֿאַרבעטן נאָכאַמאָל צו קומען קיין ווילנע. נאָר דאָס מאָל צו אַ צוזאַמענפֿאָר פֿון ייִדיש־לערער פֿון דער גאַנצער וועלט. מיר זײַנען געווען פֿיר, אַ חוץ מיר: פּראָפֿעסאָר דוד קאַץ, פּראָפֿעסאָר יצחק ניבאָרסקי און פּראָפֿעסאָר דובֿ־בער קערלער. דאַכט זיך מיר, אַ גאַנץ נישקשהדיקע קאַמפּאַניע. און אַזוי ווי עס עקזיסטירט נישט מער קיין ייִדישער לערער־סעמינאַר אין ערגעץ, זײַנען זיך אין ווילנע צוזאַמענגעקומען ייִדיש־לערער פֿון דער גאַנצער וועלט; דאָס הייסט, פֿון אַמעריקע, קאַנאַדע, גאַנץ אייראָפּע און אַפֿילו אויסטראַליע. ז
אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן צעטיילן זיך אויף עטלעכע קאַטעגאָריעס. עס זײַנען דאָ גרויסע יאַרידן, מיט הונדערטער צי אַפֿילו טויזנטער אָנטיילנעמער. איך האַלט ניט פֿון אַזעלכע צונויפֿקומענישן, מחמת זיי האָבן מער צו טאָן מיט אַקאַדעמישער פּאָליטיק צי אַקאַדעמישן סאָציאַלן לעבן איידער מיט וויסנשאַפֿט גופֿא. אַ סך בעסער — יעדנפֿאַלס נאָך מײַן געשמאַק נאָך — זײַנען קלענערע, "געמיטלעכע" קאָנפֿערענצן,
ס׳זענען הײַנט טעטיק איבער אַמעריקע און דער גאָרער וועלט ייִדיש־קלאַסן אין פֿאַרשידענע לאָקאַלן: אין זונטיק־שולן, אוניווערסיטעטן, קאָמונאַלע צענטערס, שילן און אַפֿילו אין טאָגשולן. הגם דער אינטערעס צו ייִדיש איז דאָ, געפֿינען זיך די לערער אין אַ שווערער סיטואַציע. לאָרי (לאה) כּהן־סײַמאָן, אַ לערערין פֿון דער "י. ל. פּרץ" זונטיק־שול אין קליוולאַנד, אָהײַאָ, האָט איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס", אַז זי האָט שוין לאַנג געפֿילט אַ באַדערפֿעניש צו שאַפֿן אַ פֿאַרבינדונג מיט אַנדערע ייִדיש־לערער. "ווען איך האָב אָנגעהויבן לערנען אין 1998, האָב איך זיך געפֿילט איינע אַליין.
אַלעגאָריע און אימאַזש די טעג האָט דער קולטור־קאָנגרעס צוגעגרייט אַן אָוונט פֿאַר דער באַלערינע, כאָרעאָגראַפֿערין און גרויסער קינסטלערין, פּערל לאַנג, און דעם טענצער פֿעליקס פֿיביך, וועמען איך געדענק נאָך פֿון מײַנע מיידלשע יאָרן אין דער מיטלשול. ווען דער אַרבעטער־רינג האָט געפֿײַערט דעם דריטן סדר, האָט ער צוגעגרייט די חבֿרה יונגוואַרג צו די טענץ צום וועלטלעכן סדר. פֿעליקס פֿיביך האָט זיך אָבער פֿאַרדינט דורך די לאַנגע יאָרן דערמאָנט צו ווערן צוליב זײַן שעפֿערישער טעטיקייט.
דער נײַער דור פֿאָרשערס פֿון ייִדיש באַקענט זיך מיט דער שפּראַך און קולטור אין קאָלעדזשעס, גראַדויִר־שולן און פֿאַרשיידענע זומער־פּראָגראַמן. די דאָזיקע סיסטעם האָט אירע מעלות און חסרונות. מען לערנט אַ ספּעציעלן מין כּלל־ייִדיש און מען באַקומט אַ בילד פֿון דער ייִדישער קולטור, וואָס איז אויסגעפֿורעמט געוואָרן לויט די השׂגות און דעם געשמאַק פֿון זייערע לערערס. נאַטירלעך, שפּילט דערבײַ אַ וויכיטקע ראָלע דער "צײַטגײַסט" און די אינטעלעקטועלע מאָדע פֿון אונדזער תּקופֿה. און דווקא דערין שטעקט אַ שטיקל פּראָבלעם פֿאַרן ייִדישן קולטורעלן המשך.
פֿון סאַמע אָנהייב אָן איז דער "פֿאָרווערטס" ניט געווען קיין "נאָרמאַלע צײַטונג" — דאָס הייסט אַ צײַטונג, וואָס ציט צו דעם לייענער נאָר דורך דעם אינהאַלט און אויסזען פֿון די פּובליקאַציעס. צו זײַן אַ לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" האָט אָפֿט מאָל געמיינט אויך אַ מיטגלידערשאַפֿט. די סאָציאַלע באַזע פֿאַר דער צײַטונג האָבן געשאַפֿן די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען, יוניאָנס. דער "פֿאָרווערטס" האָט שוין געשריבן וועגן דער אויסשטעלונג "שאַגאַל און די קינסטלער פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין סאָוועט-רוסלאַנד", וואָס מע קען איצט זען אין דעם ניו-יאָרקער ייִדישן מוזיי. אָבער איך האָב דערווײַל איבערגעלייענט אויך אַן אַרטיקל אין "ניו-יאָרק טײַמס" (דעם 7טן נאָוועמבער — צופֿעליק אין דעם יאָרטאָג פֿון דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע), געווידמעט דער דאָזיקער אויסשטעלונג.
פֿון פּאַריז איז געקומען צו גאַסט קיין ניו־יאָרק די יונגע לערערין און פֿאָרשערין, שרון בר־כּוכבֿא. אַ דאַנק אירע טאַטע־מאַמע, וועלכע האָבן גענומען פֿרײַ עטלעכע יאָר פֿון זייער אַרבעט אין ישׂראל צו קענען וווינען אין ניו־יאָרק, האָט זי אויך געהאַט אַ גוטן תּירוץ צו קומען קיין ניו־יאָרק צום ערשטן מאָל. בר־כּוכבֿא האָט אונדז געבראַכט אַ גרוס פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק", וווּ זי איז אַקטיוו ווי אַ ביבליאָטעקערין, אַ לערערין און סטודענקטע שוין עטלעכע יאָר. מיט פֿערציק יאָר צוריק איז אַרויס די ערשטע אויפֿלאַגע פֿון אוריאל ווײַנרײַכס "מאָדערן ענגליש-ייִדיש ייִדיש-ענגליש ווערטערבוך". דאָס ווערטערבוך הערט ניט אויף צו דינען ווי דער וויכטיקסטער לעקסיקאָגראַפֿישער אינסטרומענט בײַם לערנען ייִדיש אין ענגליש-שפּראַכיקע און ענגליש-קענענדיקע קרײַזן, און פֿאַר דעם זאָל עס גערימט און געקרוינט זײַן. אָבער גלײַכצײַטיק האָט עס אַרײַנגעלייגט אונדזער שפּראַך אין אַ סדום-בעטל — הונדערטער צי אַפֿילו טויזנטער מענטשן רעדן איצט די ווערטערבוך-שפּראַך, |