ייִדיש־וועלט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Merle L. Bachman.
Recovering
Merle L. Bachman. Recovering

דער נײַער דור פֿאָרשערס פֿון ייִדיש באַקענט זיך מיט דער שפּראַך און קולטור אין קאָלעדזשעס, גראַדויִר־שולן און פֿאַרשיידענע זומער־פּראָגראַמן. די דאָזיקע סיסטעם האָט אירע מעלות און חסרונות. מען לערנט אַ ספּעציעלן מין כּלל־ייִדיש און מען באַקומט אַ בילד פֿון דער ייִדישער קולטור, וואָס איז אויסגעפֿורעמט געוואָרן לויט די השׂגות און דעם געשמאַק פֿון זייערע לערערס. נאַטירלעך, שפּילט דערבײַ אַ וויכיטקע ראָלע דער "צײַטגײַסט" און די אינטעלעקטועלע מאָדע פֿון אונדזער תּקופֿה. און דווקא דערין שטעקט אַ שטיקל פּראָבלעם פֿאַרן ייִדישן קולטורעלן המשך. בעת אין די אַנדערע קולטורעלע סבֿיבֿות קומען פֿאָר לעבעדיקע וויכּוחים אַרום טעאָרעטישע, אידעאָלאָגישע און פּאָליטישע ענינים, האָט ייִדיש ניט גענוג קולטורעלע כּוחות כּדי אונטערצוהאַלטן אמתדיקע ערנסטע דעבאַטעס צווישן פֿאַרשיידענע קריטישע שיטות.

דער הײַנטיקער ייִדישער ליטעראַרישער קאַנאָן, וואָס ווערט פֿאָרגעלייגט דעם ייִדישן סטודענט, באַשטייט פֿון דרײַ הויפּט־טיילן׃ די דרײַ "קלאַסיקער", די מאָדערניסטישע דיכטונג, דער עיקר, פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישע פּאָעטן, און פּאָפּולערע מאַסן־קולטור, בפֿרט טעאַטער, לידער און פֿילם. אַפֿילו אַן אַוואַנסירטער ייִדישער סטודענט באַקומט ווײַט ניט קיין פֿולע פֿאָרשטעלונג וועגן דער ייִדישער פּראָזע פֿון דער נאָך־קלאַסישער תּקופֿה. דערצו זײַנען פֿאַראַן, דאַכט זיך, צוויי הויפּט־סיבות׃ ערשטנס, נעמט פּראָזע אַ סך מער צײַט צו לייענען איידער פּאָעזיע, און צווייטנס, פּאַסט די ייִדישע פּראָזע אָפֿטמאָל ניט צו צו דעם הײַנטיקן ליטעראַרישן געשמאַק. אַזוי אַרום באַקומט זיך גאַנץ אָפֿט, אַז אַ סך סטודענטן פֿון ייִדיש קריגן אַ באַגרענעצטן און אַפֿילו פֿאַרקריפּלטן באַגריף פֿון דער ייִדישער קולטור, וואָס האָט נאָר אַ "הויכן" און אַ "נידעריקן" קאָמפּאָנענט, און גאָרניט אין צווישן.

אַ באַלערעוודיקער בײַשפּיל פֿון אַזאַ מין צוגאַנג איז דאָס בוך פֿון מירל באַכמאַן וועגן "דאָס ווידערגעפֿינען ייִדישלאַנד". די מחברין טוט אָן אַ ליטעראַרישע מאַסקע פֿון אַ "ייִדישער סטודענטקע", וועלכע לאָזט זיך אין וועג אַרײַן זוכן דאָס אומבאַקאַנטע "ייִדישלאַנד". זי קומט צו ייִדיש דורך ענגליש, ווי כּמעט אַלע סטודענטן פֿון ייִדיש אין אַמעריקע. איר זוכעניש נאָך ייִדישלאַנד פֿירט זי דורך די ענגלישע ווערק פֿון אַב קאַהאַן און אַנזיע יעזערסקאַ, וועלכע באַקענען זי מיטן פֿינצטערן קעלער פֿונעם ייִדישן קולטורעלן בנין, וואָס מאָלט אויס דעם טאָג־טעגלעכן קאַמף פֿון גרינע אימיגראַנטן פֿאַרן שטיקל ברויט און אַ שטיקל פּלאַץ אין דער גאָלדענער מדינה.

פֿונעם קעלער הייבט זיך די "ייִדישע סטודענטקע" אַרויף גלײַך אויפֿן בוידעם, צו דער מאָדערניסיטשער דיכטונג. איין קאַפּיטל גיט זיך אָפּ מיטן אימאַזש פֿונעם "שוואַרצן" אין דער ייִדישער ליטעראַטור. היות ווי די ראַסע־טעמע איז הײַנט זייער חשובֿ אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור־פֿאָרשונג, ממילא ווילט זיך, אַז אין דער ייִדישער ליטעראַטור זאָל אַלץ זײַן ווי "בײַ לײַט". אָבער ווען מען אָפּערירט בלויז מיט צוויי־דרײַ ייִדישע מקורים, קומט די באַהאַנדלונג פֿון דער טעמע אַרויס גאַנץ פֿלאַך. דער ענין "ייִדן און שוואַרצע" איז געווען גאַנץ וויכטיק סײַ פֿאַר ייִדישער קולטור און סײַ פֿאַר ייִדישער געשיכטע, אָבער מען קאָן זי באַגרײַפֿן ערשט ווען מען נעמט אין באַטראַכט אַ ברייטערן דיאַפּאַזאָן פֿון ייִדישע ליטעראַרישע ווערק, און ניט סתּם אַ פּאָר לידער, וואָס זײַנען אַרײַן אין נחמן מײַזעלס אַנטאָלאָגיע "אַמעריקע אין ייִדישן וואָרט".

צוויי קאַפּיטלען אין באַכמאַנס בוך זײַנען געווידמעט דעם אַמעריקאַנער דיכטער מיכל ליכט, דעם סאַמע מאָדערניסטישן דיכטער צווישן די "אינזיכיסטן", וועלכער איז געשטאַנען נאָענט צו דער ענגליש–אַמעריקאַנער מאָדערניסטישער טראַדיציע. דאָ געפֿינט מען אַן אינטערעסאַנטע פּרטימדיקע באַשרײַבונג פֿון דעם, ווי אַזוי די מחברין איז דערגאַנגען צו דעם טײַטש פֿון ליכטס פּאָעמע "פּראָצעסיע דרײַ" בעתן איבערזעצן זי אויף ענגליש. דאָס איז דער סאַמע געלונגענער טייל פֿונעם בוך, וואָס באַקענט דעם אַמעריקאַנישן עולם מיט דעם וויכטיקן אָבער פֿאַרגעסענעם ייִדישן דיכטער.

באַכמאַנס בוך איז אַ געטרײַע אָפּשפּיגלונג פֿונעם מצבֿ פֿון ייִדיש־לימודים אין הײַנטיקע אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן. די "ייִדישע סטודענטקע" פֿאָלגט געטרײַ נאָך אירע וועגווײַזערס איבער די אומבאַקאַנטע שטחים פֿון "ייִדישלאַנד". זי אַנטדעקט דאָרט אינטערעסאַנטע ליטעראַרישע ווערק, וועלכע פֿילן אויס דעם נאָסטאַלגישן באַגער נאָך דער "אויטענטישער" ייִדישער וועלט, "וואָס איז מער ניטאָ", דער וועלט פֿון אָרעמקייט און אינטעליגענץ. אָבער הינטער די איינצלנע ביימער זעט מען ניט קיין וואַלד. ייִדישע ליטעראַטור, וואָס ווערט געלערנט, אויסגעטײַטשט און איבערגעזעצט אויף ענגליש, פֿאַרלירט איר גאַנצקייט. די באַציִונגען צווישן פֿאַרשיידענע סטילן און זשאַנערס, די אינעווייניקע קריטיק, וואָס איז אַ וויכטיקער יסוד פֿון יעדער קולטור, באַקומען ניט קיין פֿאָרשערישע אופֿמערקזאַמקייט. די גאַנצע פֿילזײַטיקע סיסטעם פֿון ייִדישער ליטעראַטור ווערט בהדרגה מגולגל אין אַ גניזה פֿול מיט שמות, וועלכע מען קאָן אויסניצן ווי מען וויל.