- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין פֿערציק יאָר אַרום נאָך זײַן פּטירה, פֿאַרנעמט מאַקס ווײַנרײַך (1894—1969) דעם העכסטן פּעדעסטאַל אין דער ייִדישער שפּראַך-קענטעניש. גלײַכצײַטיק, ווייסן מיר זייער ווייניק וועגן זײַן לעבן. ס׳איז שוין ניט איין מאָל געזאָגט און געשריבן געוואָרן, אַז — אַ חוץ ענציקלאָפּעדישע אַרטיקלען — האָבן מיר זייער ווייניק ביאָגראַפֿישע ווערק מכּוח די יחידים, וואָס האָבן בשעתּם געשפּילט פֿירנדיקע ראָלעס אין דער ייִדישער קולטור. מיר שײַנט, אַז טיילווײַז איז אַזאַ מצבֿ פֿאַרבונדן מיט אַן אָביעקטיווער שוועריקייט צו באַהאַנדלען דעם מאַטעריאַל. די פֿאָרשער, וואָס נעמען זיך אונטער צו שרײַבן וועגן אַזאַ פֿיגור ווי ווײַנרײַך, מוזן דאָך קענען לייענען (לכל-הפּחות) ייִדיש, דײַטש, רוסיש און ענגליש און זיך פֿאַנאַנדערקלײַבן אין די פּאָליטישע און קולטור-ענינים פֿון רוסלאַנד, דײַטשלאַנד, פּוילן און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, שוין אָפּגעשמועסט פֿון די פֿראַגן פֿון ייִדישער קולטור, שפּראַך און געשיכטע.
פֿאַריאָמערט, פֿאַרקלאָגט
אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען דער אימאַזש פֿונעם גלות־ייִד וואָס וואַנדערט נע־ונד, אָן אַ היים, אָן אַ מקום־מיקלט, איז טיף אײַנגעבאַקן אינעם ייִדישן פֿאָלק־זכּרון. פֿאַר וואָס קומט אונדז אַזאַ וואַנדערונג אָן אויפֿהער? נישט לאַנג צוריק, האָט דער מאָסקווער פֿאַרלאַג "טעקסט" אַרויסגעגעבן אויף רוסיש צוויי קלאַסישע ייִדישע ביכער: שלום אַשס "קידוש־השם" און יצחק באַשעוויסעס "שׂטן אין גאָרײַ", איבערגעזעצט דורך ישׂראל נעקראַסאָוו — אַ באַגאַבטער פּעטערבורגער ייִדישער פּאָעט, אַ פּראָזע־ און פּאָעזיע־איבערזעצער, אַ פֿילאָלאָג, אַ לערער פֿון ייִדיש און אַ קענער פֿון עטלעכע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט אוקראַיִניש און ציגײַנעריש. "קידוש־השם" איז, מסתּמא, דאָס סאַמע באַרימטע ווערק פֿון שלום אַשן.
אין בויבעריק, אין בויבעריק,
שוועבט הויך און פֿרײַ,
צווישן די ייִדישע פּראָזע-שרײַבער, וועלכע האָבן זיך באַוויזן אין דער ליטעראַטור אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, איז יוסף אָפּאַטאָשו (1886—1954) געווען איינער פֿון די סאַמע באַקאַנטע און פּאָפּולערע. דעם גרעסטן דערפֿאָלג האָט געהאַט זײַן ראָמאַן “אין פּוילישע וועלדער" (1921), וואָס האָט געהאַט אַ צענדליק אויפֿלאַגעס אויף ייִדיש און איז אַרויס אויך אויף אַנדערע שפּראַכן, אַזעלכע ווי העברעיִש, ענגליש, דײַטש, פּויליש, רוסיש און אוקראַיִניש. אין דעם ראָמאַן האָט דער מחבר געוויזן די ליכטיקע זײַטן און די שאָטנס פֿון חסידישן לעבן אין פּוילן אין 19טן יאָרהונדערט, בפֿרט בעת דעם פּוילישן אויפֿשטאַנד קעגן דער רוסישער מאַכט אין יאָר 1863. 200 יאָר סאָליוואַן־קאַונטי, ניו־יאָרק אַלע ניו־יאָרקער, עלטער פֿון 40 יאָר, געדענקען נאָך דאָס ייִדישע לעבן אין די קעטסקיל־בערג יעדן זומער. אַ מאָל האָבן פֿאַרבראַכט צענדליקער טויזנטער ייִדן אין די ריזיקע האָטעלן, ווי "גראָסינגערס" און "קאָנקאָרד", און די משפּחות האָבן געוווינט אין די "באָנגאָלאָ־קאָלאָניעס", אַ בײַדל פֿאַר יעדער משפּחה. דאָס זומער־לעבן איז פֿאָרגעקומען אינעם קרײַז פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק, וואָס הייסט סאָליוואַן־קאַונטי, אָנדערט־האַלבן שעה פֿון מאַנהעטן, און אין 2009 האָט סאָליוואַן־קאַונטי געפּראַוועט דאָס 200סטע יאָר. צווישן אַלע ייִדישע קלאַסיקער איז שלום־עליכם געווען דער סאַמע באַליבטער און דער סאַמע באַקאַנטער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער סך־הכּלדיקער טיראַזש פֿון שלום־עליכמס ווערק אויף ייִדיש, רוסיש און אַנדערע שפּראַכן פֿון סאָוועטישע פֿעלקער, וואָס זײַנען אַרויס אין משך פֿון די יאָרן 1917—1946 איז געווען העכער פֿון פֿיר מיליאָן עקזעמפּלאַרן. נײַע קריטישע אָפּשאַצונגען און ליטעראַריש־היסטאָרישע פֿאָרשונגען פֿון זײַן שאַפֿונג און לעבן פֿלעגן זיך רעגולער באַווײַזן אין דרוק זינט 1919, ווען איך בין געווען 17 יאָר אַלט האָב איך זיך זייער פֿאַראינטערעסירט מיט רעליגיעזע ענינים, געלייענט הערמאַן העסעס "דיימיען" און "סעדאַרטאַ". איין מאָל האָב איך פֿאַרפֿירט אַ שמועס מיטן טאַטן, אים געפֿרעגט וועגן זײַן השׂגה פֿון גאָט, זע איך ער פֿילט זיך נישט זייער באַקוועם, אָבער נישט פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס. מיט אַ מאָל גיט ער אַ זאָג: "פֿאַר וואָס פֿרעגסטו מיר די אַלע שאלות? דו ווייסט דאָך, אַז איך בין אַן אַטעיִסט." די געשיכטע פֿון מאָדערנער ייִדישע קולטור האָט צוויי פּאַראַלעלע מסורות: איינע פֿון זיי שטעלט מיט זיך פֿאָר “סתּם געשיכטע", בעת די צווייטע — די ייִדישיסטיש-אַפּאָלאָגעטישע — איז אידעאָלאָגיש אָנגעזעטיקט און זינדיקט אַפֿילו צומאָל קעגן דעם אמת. די ערשטע שטעלט פֿאַר זיך אַ ריין אַקאַדעמישן ציל, די צווייטע — האָט די נטיה צו בויען מיטאָלאָגיעס. צווישן די מיטאָלאָגעמעס שפּילט אַ צענטראַלע ראָלע, למשל, די טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ. יאָר-אײַן יאָר-אויס חזרט זיך איבער די זעלבע מעשׂה. פֿאַרקירצטע יאָרן זײַנען באַשערט געווען דעם וויכטיקן קולטור־אַנשטאַלט. ניט באַוויזן עפֿענען דעם אַרײַנגאַנג פֿאַרן עולם, ווי פֿון מאָסקווע איז אָנגעקומען אַ פֿאַרבאָט־באַפֿעל. ווי באַוווּסט, האָבן די סטאַליניסטישע אינקוויזיטאָרן פֿון 1948 אָן גענומען ליקווידירן די ייִדישע קולטור און אירע טרעגער. כאָטש עס זײַנען פֿאַרבײַ 60 יאָר, קען איך ניט פֿאַרגעסן יענעם טראַגישן מאָמענט. די תּקופֿה נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה ווערט אָפֿטמאָל פֿאָרגעשטעלט ווי אַ נאָכוואָרט צו דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור, די צײַט פֿון ירידה, ווען ייִדיש האָט שוין אָנגעוווירן זײַן שעפֿערישן כּוח. אָבער דווקא אין יענע יאָרן האָט זיך אויף דער ייִדישער גאַס אָנגעהויבן אַ גאָר נײַע אַנטוויקלונג. צום ערשטן — און מין־הסתּם צום לעצטן מאָל אין דער געשיכטע — איז די ייִדישע קולטור געוואָרן אַרײַנגעוויקלט אינעם וועלט־פּאָליטישן געראַנגל צווישן די צוויי מעכטיקסטע מלוכות, דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, בעת אַ וויזיט אין טאָראָנטאָ, בין איך געזעסן מיט מײַן מאַן, לייבל, אין אַ כּשרן רעסטאָראַן אויף קינג־סטריט, אינעם געשעפֿט־ראַיאָן. בײַ אַ צווייטן טיש האָבן זיך אַוועקגעזעצט דרײַ מענער, בערך אין די שפּעטע 20ער. מיט אַ מאָל האָבן מיר באַמערקט, אַז זיי רעדן ייִדיש. ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז איינער פון זיי געווען אַ חסיד, וועלכער האָט גערעדט אַ נאַטירלעכן ייִדיש, און די אַנדערע צוויי — מאָדערן־פֿרומע יונגע לײַט — מיט אַ קאַנאַדער אַקצענט. זיי האָבן אַלע געהאַנדלט מיט צירונג און האָבן, אַ פּנים, גערעדט וועגן זייערע געשעפֿטן. |