- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
וועגן דעם שורש פֿון די ייִדישע ייִשובֿים אין פּוילן האָבן זיך פֿאַרשפּרייט פֿאַרשיידענע לעגענדעס, אָפֿט ניצנדיק ווערטערשפּילן. באַקאַנט איז דער טײַטש פֿונעם לאַנד "פּוילן" ווי "פּה לין" — "דאָ רוט מען", אָדער "דאָ שטייט מען אײַן". לויט דער לעגענדע וואָס ווערט דערציילט וועגן דעם ווערטל, האָבן די ייִדן פֿון גירוש־שפּאַניע, אָדער פּליטים פֿון דײַטשלאַנד, אויסגעוואַנדערט קיין פּוילן, וווּ זיי זענען סוף־כּל־סוף שטיין געבליבן און באַשלאָסן — "פּה לין", און אַזוי האָט געהייסן דאָס לאַנד. אין אַ רײַזע־אַרטיקל aאין "פֿאָרווערטס" האָב איך אַנומלט באַשריבן ווי גייענדיק אין סעוּל, דרום־קאָרעע, האָב איך געהערט ייִדישע קלעזמער־מוזיק און דערנאָך ייִדישע לידער פֿון הילכערס אויף דער גאַס. די זינגערין איז מיר נישט געווען באַקאַנט, אָבער איך האָב דערקענט דורכן אַקצענט, אַז שטאַמען שטאַמט זי פֿון אייראָפּע. איינס פֿון די געשפּילטע לידער איז געווען איציק מאַנגערס "איינזאַם" ("קיינער ווייסט נישט ווער איך בין"). האָב איך לעצטנס זיך דערמאָנט אין יענעם מאָמענט, און באַשלאָסן אויסצוגעפֿינען, ווער זשע האָט עס אין סעוּל געזונגען. מיט 40 יאָר צוריק איז וועק פֿון דער וועלט זעליג העללער, אַ פּאָעט וואָס האָט געלעבט כּמעט זײַן גאַנץ לעבן אין שיקאַגע. ער איז געבוירן געוואָרן אין וואָלפּע, גראָדנער געגנט, פּוילן. ער האָט געלערנט אין חדר און אין אַ פּריוואַטער שול. אין 1906 איז ער געקומען קיין אַמעריקע און דאָ פֿאַרפֿולקאָמט זײַן בילדונג. זינט 1911 האָט ער געלעבט אין שיקאַגע, וווּ ער איז געווען טעטיק אין דעם ייִדיש־נאַציאָנאַלן אַרבעטער־פֿאַרבאַנד. העללער האָט אָנגעהויבן דרוקן לידער אין שיקאַגע אין 1916 און זינט דעמאָלט געדרוקט לידער און מעשׂהלעך אין פֿאַרשיידענע אַמעריקאַנער ייִדישע צײַטשריפֿטן. ער איז, גלייבן מיר, דער איינציקער שרײַבער, וואָס האָט אויסגעלייגט זײַן נאָמען מיט צוויי פֿון די זעלביקע אותיות — העללער. די לעצטע יאָרן פֿון בעל־מחשבֿותעס לעבן — איסידאָר (ישׂראל) עליאַשעוו, 1873—1924 — זײַנען אויסגעפֿאַלן אויף דער תּקופֿה פֿון מלחמות און רעוואָלוציעס אין רוסלאַנד און אייראָפּע. דער ערשטער מאָדערנער קריטיקער פֿון ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור איז געווען אויך אַ שאַרפֿזיניקער פּובליציסט מיט אַן אויג פֿאַר חידושים ניט בלויז אין ליטעראַטור און קונסט, נאָר אויך אינעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. זײַנע אַרטיקלען פֿון די אָנהייב 1920ער יאָרן, וואָס ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין פֿאַרשידענע צײַטשריפֿטן אין אייראָפּע און אַמעריקע, אַ סך רוסישע ייִדן פֿון סוף 19טן — אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָבן געלעבט מיט אַ טאָפּלדיק לעבן — אין דער ווירקלעכקייט און אויף פּאַפּיר. אין יענער צײַט האָט דער בריוון־אויסטויש געשפּילט זייער אַ וויכטיקע ראָלע אינעם לעבן פֿון ייִדישע משפּחות. די זין פֿלעגן פֿאַרלאָזן זייער היים צוליב פֿאַרשידענע סיבות, ווי׃ צו באַקומען אַ וועלטלעכע אָדער אַ רעליגיעזע בילדונג, צו זוכן פּרנסה, אָדער, כּדי צו לעבן אויף קעסט מיט שווער און שוויגער אין אַן אַנדערער שטאָט — אָדער זיי האָבן געוואָלט אַנטלויפֿן פֿון דער מיליטער־דינסט אין דער צאַרישער אַרמיי. פֿיל גוטס צו מײַן בעסטן גוטן פֿרײַנד N N אַך, וואָס פֿאַר אַ צופֿאַל עס האָט מיר געטראָפֿן דיזע טעג. עס איז מיר ביטער איך זאָל שווײַגן, און שרײַען העלפֿט מיר אויך ניט. און נאָר מיט דעם, וואָס איך וועל מיר אויסרעדן דאָס האַרץ פֿאַר דיר וואָס דו ביסט מײַן בעסטער גוטער פֿרײַנד ווען מײַן שׂימחה איז דײַן שׂימחה, און ווידער פֿאַרקערט, דײַן טרויער איז מײַן טרויער. מען האָט די וואָך בײַ מיר אַרויסגענומען פֿון טאַש די לעצטע 300 רובעל, וואָס מיר איז געבליבן פֿון מײַן נדן נאָך מײַן אָפּעסן דרײַ יאָר קעסט בײַ מײַן שווער און שוויגער. איך שרײַב די דאָזיקע שורות דעם 22סטן יוני. פֿאַר ס׳רובֿ לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" איז עס, משמעות, נאָר דער לענגסטער טאָג אין יאָר. פֿאַר מיר איז עס תּמיד דער טאָג, ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן די סאָוועטיש-דײַטשישע מלחמה. איך געדענק עס, כאָטש דעם 22סטן יוני 1941 בין איך נאָך (ווי אַן עלטערער קרובֿ מײַנער פֿלעגט זאָגן) ניט געווען אַפֿילו פֿאַרפּראָיעקטירט. אָבער יענע מלחמה האָט איבערגעלאָזט אַזאַ טיפֿן, בלוטיקן שפּור אין מײַן משפּחה, אין דעם גאַנצן אַרום, אין וועלכן איך בין געבוירן געוואָרן, שווער צו געפֿינען נאָך אַן אַנדער פּערזענלעכקייט אין דער ייִדישער לעגענדע־טראַדיציע, וואָס זאָל זײַן אַזוי טיף אין איר פֿאַרוואָרצלט ווי אליהו הנבֿיא. אויף פּראָסט ייִדיש, רעדט מען אַרויס דעם נאָמען עליע נבֿיא, און אין מײַן קרובֿהס נוסח פֿון "גאָט פֿון אַבֿרהם", זאָגט זי אַפֿילו "עליע־נבֿיא הנבֿיא (!), אליהו התּשבי, משיח דערלייזער, משיח בן־דוד...". די לעגענדעס וועגן אליהו הנבֿיא דרייען זיך אַרום פֿאַרשיידענע געדאַנקען און טעמעס, און אַבֿרהם מענעס, דער צונויפֿשטעלער פֿון דער אַרומנעמיקער זאַמלונג, "אליהו הנבֿיא: אַקאַדעמישע פּובליקאַציעס אויף ייִדיש זײַנען הײַנטיקע טעג אַ זעלטנקייט, על־אחת־כּמה־וכּמה אין רוסלאַנד. דאָס נײַע זאַמלבוך איז כּולל נײַנצן קאַפּיטלען, פֿון זיי זײַנען דרײַ אויף ייִדיש. דאָס בוך באַזירט זיך אויף די רעפֿעראַטן פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אין רוסלענדישן מלוכה־אוניווערסיטעט פֿאַר הומאַניסטיק, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין מאָסקווע אין 2006. ווי אַ צוגאָב, באַקומט דער לייענער חיים ביידערס ביבליאָגראַפֿישע רשימה פֿון ייִדישע פּובליקאַציעס אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פֿון 1961 ביז 1993. אין משך פֿון צענדליקער יאָרן נאָכן נאַצי־חורבן האָט זיך די שארית־הפּליטה געשעמט צו דערציילן איינער דעם אַנדערן, זייערע אייגענע קינדער און דער וועלט בכלל, וועגן די קאָשמאַרן וואָס זיי האָבן איבערגעלעבט. צו גרויס איז געווען זייער פּײַן און צו טיף זייער ווייטיק און בושה וועגן דעם אַלץ וואָס ס’איז מיט זיי פֿאָרגעקומען. ערשט מיט יאָרן שפּעטער האָט מען געהאַט גענוג כּוח דאָס אַלץ צו דערציילן אויף אַ דעטאַליזירטן אופֿן. און אַפֿילו די דײַטשן האָבן גענומען פֿאַרשטיין, אַז אויך זיי האָבן אַ חובֿ כאָטש צו דערציילן און מיט עפּעס מתקן צו זײַן אין שײַכות דערמיט. דעם 16טן מײַ, אין אָוונט, איז פֿאָרגעקומען אינעם "ייִדישן קולטור־קלוב" פֿון לאָס־אַנדזשעלעס אַ יום־טובֿ לכּבֿוד דעם זשונראַל "חשבון" און זײַן רעדאַקטאָר משה שקליאַר. עס האָבן זיך באַטייליקט: לילקע מײַזנער, מרים קאָראַל, דובֿ־בער קערלער און משה שקליאַר. ד״ר שבֿע צוקער האָט געהאַלטן אַ רעדע וואָס מיר דרוקן ווײַטער. אויפֿן אַנדערן טאָג איז פֿאָרגעקומען אַן אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ וועגן ייִדישע זשורנאַלן בײַם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט. מיט אַריבער צוויי וואָכן צוריק איז געוואָרן 93 יאָר זינט דער פּטירה פֿונעם קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, שלום-עליכם. ער איז ניפֿטר געוואָרן דעם 13טן מײַ 1916 אין די בראָנקס. אין דרײַ טעג אַרום, דעם 16טן מײַ, האָט די צײַטונג "The New York Times" מודיע געווען, צווישן אַנדערן: "...אַ הונדערט טויזנט מענטשן פֿון דער ׳איסט-סײַד', מיט טרויעריקע פּנימער, זײַנען געשטאַנען נעכטן אויף די טראָטואַרן בעת דער לוויה-פּראָצעסיע פֿון שלום-עליכמען, דעם באַרימטן ייִדישן הומאָריסט, וואָס זײַן אמתער נאָמען איז געווען שלום ראַבינאָוויטש..." |