ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
דער פּוילישער קיניג קאַזימיערזש מיט זײַן ייִדישער געליבטער אסתּרקע זיצן אונטערן דעמב אין קוזמיר. מאָלערײַ פֿון מאיר קירשענבלאַט
דער פּוילישער קיניג קאַזימיערזש מיט זײַן ייִדישער געליבטער אסתּרקע זיצן אונטערן דעמב אין קוזמיר. מאָלערײַ פֿון מאיר קירשענבלאַט

וועגן דעם שורש פֿון די ייִדישע ייִשובֿים אין פּוילן האָבן זיך פֿאַרשפּרייט פֿאַרשיידענע לעגענדעס, אָפֿט ניצנדיק ווערטערשפּילן. באַקאַנט איז דער טײַטש פֿונעם לאַנד "פּוילן" ווי "פּה לין" — "דאָ רוט מען", אָדער "דאָ שטייט מען אײַן". לויט דער לעגענדע וואָס ווערט דערציילט וועגן דעם ווערטל, האָבן די ייִדן פֿון גירוש־שפּאַניע, אָדער פּליטים פֿון דײַטשלאַנד, אויסגעוואַנדערט קיין פּוילן, וווּ זיי זענען סוף־כּל־סוף שטיין געבליבן און באַשלאָסן — "פּה לין", און אַזוי האָט געהייסן דאָס לאַנד. די היסטאָרישע פֿאַקטן שטימען אַוודאי נישט מיט דער לעגענדע; די ערשטע ייִדן אין פּוילן זענען אָנגעקומען מיט הונדערטער יאָרן פֿאַר גירוש־שפּאַניע. אָבער וואָס איז די געשיכטע און וואָס איז די לעגענדע איז איינע פֿון די פּראָבלעמען בײַם פֿאָרשן דעם פֿאָלקלאָר.

דער העברעיִשער שרײַבער און נאָבעל־לאַורעאַט ש. עגנון הייבט אָן זײַן זאַמלונג פֿון פֿאָלקס־לעגענדעס, וואָס הייסט טאַקע, "פּה לין" (1925) — מיט דער אויבן־דערמאָנטער לעגענדע. אין געוויסע נוסחאָות איז דער אייבערשטער דער וואָס ווײַזט אָן, אַז "פּה לין", די ייִדן זאָלן בלײַבן שטיין. אין גרשם באַדערס וואַריאַנט קראַקען די פֿייגל "פּה לין!", ווייסן די ייִדן דאָרטן צו בלײַבן — אַפֿילו די פֿייגל קענען לשון־קודש! אַנדערע שרײַבער ווי אַהרן צייטלין אין זײַן דראַמע "אסתּרקע" דערציילט ווי אַ מלאך האָט אָנגעוויזן, אַז די ייִדן זאָלן מאַכן פּוילן זייער היים.

אין איר גאָר וויכטיקער שטודיע וועגן די לעגענדעס, Jewish Poland: Legends of Origin (2001) האָט די ישׂראלדיקע פּראָפֿעסאָרין חיה בר־יצחק נישט בלויז געזאַמלט די טעקסטן און וואַריאַנטן פֿון די לעגענדעס, נאָר אויך אַנאַליזירט וואָס די דאָזיקע לעגענדעס דערציילן אונדז וועגן דעם פּוילישן ייִד און זײַן באַציִונג צו דער ייִדישער געשיכטע, און וועגן דעם וועלטבאַנעם פֿון אַ גלות־ייִד. פּוילן, אין דער פֿאָלקס־פֿאַנטאַזיע פֿונעם ייִד, האָט טאַקע געגעבן דעם ייִד אַ מקום־מיקלט, אָבער נאָר אַ צײַט־ווײַליקן, נישט אויף שטענדיק. דער פּוילישער ייִד האָט קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן, אַז אין משיחס צײַטן וועלן מיר אַלע זיך קײַקלען צוריק קיין ירושלים און עסן פֿונעם לוויתן.

בר־יצחק באַטראַכט אויך ווי די באַציִונגען צווישן ייִדן און נישט־ייִדן ווערן אַנטפּלעקט אין די לעגענדעס. אין ס׳רובֿ פֿון די "פּה לין"־לעגענדעס ווערט דערציילט, ווי אַזוי די ייִדן האָבן געהאָלפֿן אויפֿבויען דאָס לאַנד. אין איין "שליחים"־וואַריאַנט, צו ערשט געדרוקט אין 1801, אָבער איבערגעדרוקט עטלעכע מאָל און אין עטלעכע שפּראַכן, דערציילט מען ווי די ייִדן אין דײַטשלאַנד זענען אַמאָל געבליבן שטעקן צווישן די ווילדע באַרבאַרישע דײַטשישע שבֿטים, און פֿון דער צווייטער זײַט, דעם אַנטיסעמיטישן קאַטוילישן קלויסטער. ביידע צדדים האָבן די ייִדן מיט בלוטפֿאַרגיסונג אונטערדריקט. האָט די ייִדישע קהילה געזוכט אַ היים אין פּוילן, ווײַל אויף מערבֿ, אין אייראָפּע, איז געווען נאָך ערגער. האָט מען געשיקט פֿינף שליחים צו בעטן זיך בײַם פּוילישן מלך. די שליחים האָבן געמאַכט אַ גוואַלדיקן רושם אויף דעם מלך לעסזעק. ער האָט זיי אויסגעפֿרעגט וועגן דער ייִדישער רעליגיע און האָט זיי נישט נאָר אַרײַנגעלאָזט, נאָר אויך געגעבן געוויסע פֿרײַהייטן, האָבן די ייִדן געקענט בויען זייער קהילה און דאָס לאַנד.

אין אַן אַנדער "אָפּשטאַם"־לעגענדע, וואָס בר־יצחק נעמט אַרײַן אין איר זאַמלונג, צו ערשט געדרוקט געווען אויף פּויליש אין 1861, האָט דער פֿירשט אַרײַנגעלאָזט די ייִדן מיטן באַדינג, אַז זיי וועלן דורך זייערע תּפֿילות ברענגען רעגן פֿאַרן לאַנד ווען ס‘איז נייטיק. בר־יצחק האָט געפֿונען דעם זעלבן מאָטיוו אין אַ לעגענדע וועגן דעם בראשית פֿון די ייִדן אין שפּאַניע. דאָס איז נאָך אַ באַווײַז, אַז אין אַלע מינים פֿאָלקלאָר — לידער, מעשׂיות, לעגענדעס, צווישן אַנדערע — "וואַנדערן" די מאָטיוון פֿון איין אָרט צו אַ צווייטן.

למשל, מײַן באָבע האָט געשריבן אין אירע זכרונות, אַז בײַ זיי אין שטעטל זוויניעטשקע, איז נאָך דעם ווי אַ שלאַקסרעגן איז פּלוצעם אָנגעקומען געשען אַ גרויסער מבול איידער זי איז געבוירן געוואָרן. דאָס שטעטל איז געווען געבויט אויף צוויי בערג, און דער שטאַרקער רעגן האָט אַוועקגעריסן אַ העלפֿט פֿונעם שטעטל מיט די ייִדן צוזאַמען, בשעת די צווייטע העלפֿט האָט הילפֿלאָז זיך צוגעקוקט פֿונעם אַנדערן באַרג וואָס איז געבליבן אין גאַנצן טרוקן. דער רײַכסטער ייִד אין שטעטל, קאַרמיעל, האָט נישט געוואָלט זיך צעשיידן מיט זײַן שווערן קאַסטן פֿול מיט גאָלד און זילבער און איז דעריבער דערטרונקען געוואָרן. אַ באַלאַדע האָט מען וועגן אים אויך געזונגען, כאָטש דאָס ליד האָט זי נישט געקענט.

איך האָב די געשיכטע אָנגענומען ווי אַ היסטאָרישן פֿאַקט. אָבער בײַם איבערקוקן די פּאַפּירן פֿון ייִוואָס "עטנאָגראַפֿישער קאָמיסיע" אין די 1920ער יאָרן, האָב איך געפֿונען אַ פֿראַגע אויף אַן אַנקעטע וועגן לעגענדעס, וואָס מע האָט צעשיקט צו אַלע "פֿאָלקלאָר"־זאַמלערס — "צי האָט מען אין אײַער שטעטל דערציילט די לעגענדע פֿון קאַרמיעל?" דער "פֿאַקט" וועגן מײַן באָבעס מבול איז פּלוצעם געוואָרן אַ "לעגענדע", וואָס מע האָט דערציילט נישט נאָר אין, און וועגן, זוויניעטשקע, נאָר אויך אין אַנדערע שטעטלעך אין מיזרח־גאַליציע און בוקעווינע. אין אַלע שטעטלעך האָט מען דערציילט די געשיכטע ווי אַן אמתע מעשׂה.

געזונגענע באַלאַדעס, וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר אין אַ געוויסן זין, לעגענדעס מיט מעלאָדיעס, וואַנדערן אויך. מײַן באָבע האָט געזונגען אַ באַלאַדע וועגן אַ חתן, וואָס איז דערטרונקען געוואָרן, מיט אַ וויינענדיקער כּלה בײַם ברעג טײַך, און נאָך אַ מאָטיוו ווי די פֿיש האָבן אים צעביסן. זי האָט דערציילט, אַז דאָס איז טאַקע פֿאָרגעקומען בײַ איר אין שטעטל. אָבער די זעלבע באַלאַדע האָט מען געזונגען, מיט קליינע וואַריאַנטן, איבער אַ ברייטן שטח, פֿון גאַליציע ביז ליטע. צי איז אַ חתן דערטרונקען געוואָרן אין יעדן שטעטל וווּ מע האָט דאָס ליד געזונגען? אַוודאי נישט, אָבער ווי מיר האָבן באַמערקט אין אַ פֿריִערדיקן אַרטיקל — לעגענדעס ווערן איבערגעגעבן ווי אמתע געשיכטעס, להיפּוך צו פֿאָלקס־מעשׂיות, וואָס יעדער ווייסט זענען נישט־געשטויגן, נישט־געפֿלויגן.

פּראָפֿ׳ בר־יצחקס שטודיע באַטראַכט אויך די לעגענדעס, אין וועלכע די ייִדן האָבן פֿאַרנומען וויכטיקע ראָלעס אין דער געשיכטע פֿון פּוילן — ייִדישע מלכים פֿונעם לאַנד: שאול וואַהל און אַבֿרהם פּראָטשאָווניק, אַ סוחר וואָס איז אויסדערוויילט געוואָרן ווי דער מלך, ווײַל מע האָט באַשלאָסן, אַז ווער עס וועט דער ערשטער אַרײַן דורך דעם שטאָטישן טויער אין דער פֿרי, וועט מען אים באַשטימען ווי דעם קיניג. וועגן דער באַרימטער לעגענדע פֿון דער ייִדישער טאָכטער, אסתּרקע, די געליבטע אָדער טייל זאָגן, מלכּה, פֿונעם מלך קאַזימיר (קאַזימיעזש) האָט מען אַ סך געשריבן. אין איר אַנאַליז פֿאָרשט בר־יצחק אַלע וואַריאַנטן פֿון דער לעגענדע און די פֿאַרשיידענע מאָטיוון, צווישן זיי, אַז דער בוים, אונטער וועלכן דער קעניג האָט אויפֿגענומען אסתּרקע שטייט נאָך אין קוזמיר.

לעגענדעס שטעלן מיט זיך פֿאָר וויכטיקע מאַטעריאַלן פֿאַרן פֿאָלקלאָריסט אויסצופֿאָרשן די געפֿלאָכטנקייט פֿון די בעל־פּהיִקע און בעל־כּתבֿיקע אופֿנים פֿון פֿאַרשפּרייטן פֿאָלקלאָר. וועגן דער פּאָעטישער שאַפֿערישקייט פֿון די "אָפּשטאַם־לעגענדעס", סײַ פֿון די דערציילטע פֿאָלקס־וואַריאַנטן, און סײַ פֿון די געשריבענע, ליטעראַרישע מוסטערן ווי בײַ עגנון, איז בר־יצחק, דאַכט זיך, די ערשטע געווען צו שטודירן. זי הייבט אַרויס ווי דער פּוילישער ייִד האָט דורך דעם לעגענדע־פֿאָלקלאָר אָפּגעשפּיגלט זײַן אוניקאַלן כאַראַקטער און געשיכטע.