- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אינעם אַרײַנפֿיר צו דעם דאָזיקן ענציקלאָפּעדישן לעקסיקאָן פֿון דער גרעסטער און וויכטיקסטער שטרעמונג אין דער מאָדערנער ייִדישער מוזיק־געשיכטע, וואָס איז אויסגעוואַקסן פֿון דער פּעטערבורגער "געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק", דערציילט דער מחבר אַן אינטערעסאַנטע מעשׂה. ווען אַ גרופּע יונגע ייִדישע מוזיקער, תּלמידים פֿונעם באַרימטן רוסישן קאָמפּאָזיטאָר, רימסקי־קאָרסאַקאָוו, זײַנען געקומען אין 1908 צו דעם פּעטערבורגער פּאָליציי־מײַסטער, גענעראַל דראַטשעווסקי, מיט צען יאָר צוריק האָט מען אין שוועדן באַשלאָסן צו געבן ייִדיש דעם סטאַטוס פֿון אַ מינאָריטעט-שפּראַך, געשטיצט דורך דער מלוכה. מע האָט מיר עטלעכע מאָל דערציילט, ווי אַזוי דאָס אַלץ האָט זיך באַקומען. דאָך, פֿיל איך זיך ניט זיכער, פּינקטלעכער, ניט גענוג קוואַליפֿיצירט צו שרײַבן וועגן דעם. מע דאַרף אָבער ניט זײַן איבערגעשפּיצט, כּדי אין דעם באַשלוס ניט אײַנזען אַ צוגאָב פֿון פּאָליטיק, פֿון "שולד-געפֿיל", אין שײַכות מיט דער ראָלע, וואָס שוועדן — אָפֿיציעל, אַ נייטראַל לאַנד — האָט געשפּילט בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. אין דער אמתן, ווילנדיק אויסמײַדן אַ מלחמה מיט דײַטשלאַנד, האָט די שוועדישע רעגירונג ניט איין מאָל קאָמפּראָמיטירט דעם סטאַטוס פֿון אַ נייטראַל לאַנד. דער דעקאָראַציע־מײַסטער מיטן רעזשיסאָר פֿון דער פּיעסע "לידער פֿון גן־עדן," קומען צו גיין מיט אַ געניאַלן אײַנפֿאַל. אַזוי ווי ס׳זײַנען פֿאַראַן צוויי ליידיקע ווענט פֿון ביידע זײַטן פֿאָרהאַנג, פֿאַרוואָס נישט רעפּראָדוצירן אויף לײַוונט אַ קאָפּיע פֿון מיקעלאַנדזשעלאָס קונסטבילד "בראשית," וווּ צוויי פֿינגער טרעפֿן זיך ערגעץ אין הימלישן גן־עדן. איין פֿינגער פֿון דער גאָטהייט און דער צווייטער פֿון מענטש. ביידע האַלטן בײַם פֿאַראייניקן זיך. זיי וועלן די מאָלערײַ צעטיילן אויף צווייען און אויפֿהענגען עס אויף ביידע זײַטן פֿאָרהאַנג. צו זײַן 35סטן יאָרצײַט עס זײַנען פֿאַראַן אָן אַ שיעור דיכטערס וואָס זײַנען ניט אַזוי באַקאַנט — ווייניק האָט מען געשריבן אָדער דערציילט וועגן זיי און אין די לעקסיקאָנען געפֿינען זיי זיך ניט. אַזוי איז דער פֿאַל מיט פּינחס אָדער פּינטשע בערמאַן, וואָס זײַן נאָמען געפֿינט זיך ניט אין די אָריגינעלע בענד פֿון לעקסיקאָן, נאָר אין דעם הוספֿה־באַנד. און דאָרט געפֿינען מיר ווייניק ידיעות וועגן אים, בלויז אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין אַנטאָפּאָל, פּאָלעסיע, אין 1892 און געשטאָרבן אין לאָס־אַנדזשעלעס אין 1974. די הויפּשטאָט פֿון דײַטשלאַנד האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. פֿון סוף 19טן יאָרהונדערט ביזן סוף פֿון די 1920ער יאָרן איז בערלין געווען אַ מאַגנעט פֿאַר ייִדישע סטודענטן, קינסטלער, שרײַבער און געשעפֿטסלײַט פֿון מיזרח־אייראָפּע. דער אויפֿבלי פֿון ייִדישן בערלין פֿאַלט אויף דעם רעלאַטיוו קורצן פּעריאָד צווישן 1921 און 1925, ווען דײַטשלאַנד איז פּאַמעלעך געקומען צו זיך נאָך דער מפּלה אין דער ערשטער וועלט־מלחמה. דאָס איז געווען די צײַט פֿון שאַרפֿע פּאָליטישע סתּירות און שווערע עקאָנאָמישע פּראָבלעמען. ווען מע הערט דאָס וואָרט "לעגענדע", טראַכט מען, געוויינטלעך, וועגן הונדערטער יאָרן צוריק, וועגן אליהו־הנבֿיא, וועגן תּלמודישע פֿיגורן. אָבער אין וואַרשע פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה פֿלעג זיך צוזאַמענקומען אַ גרופּע ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן אין דער שטוב פֿונעם אַדוואָקאַט, פֿאָרשער און זאַמלער נח פּרילוצקי, און צווישן די מאַטעריאַלן וואָס זיי האָבן געזאַמלט, זענען געווען לעגענדעס און אַנדערע מינים פֿאָלקלאָר פֿון דער מאָדערנער, הײַנטיקער וועלט. אין איטאַליע איז לעצטנס אַרויס אַ נײַע אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער פּאָעזיע, מיט ענגלישער איבערזעצונג — "טראָט בײַ טראָט: הײַנטצײַטיקע ייִדישע פּאָעזיע" [Step By Step: Contemporary Yiddish Poetry], 233 זײַטן, בראָשירט, רעדאַקטירט פֿון עליסאַ בן־פּורתּ און מאַרגעריטאַ פּאַסקוטשי. דאָס בוך נעמט אַרײַן לידער פֿון 22 מאָדערנע פּאָעטן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער איבער דער וועלט. אין זייער אַרײַנפֿיר שרײַבן די רעדאַקטאָרן וועגן זייער נאָענטער באַציִונג מיטן דײַטשן ייִדישיסט, פֿאָטאָגראַף און שרײַבער, יאַנקל קאָזין. אַ דאַנק זײַן אייגנאַרטיקן כאַראַקטער, האָט ער זיי אינספּירירט צו בלײַבן נאָענט צו ייִדיש, און זײַן ייִדישע פּאָעזיע האָט אויף זיי משפּיע געווען צונויפֿצושטעלן די דאָזיקע אַנטאָלאָגיע.
נאָך דעם אײַנפֿאַל, קלינגט מיר אָן דזשאָו פּאַפּ און פֿרעגט זיך קודם אָן אויף יעדן אַקטיאָר באַזונדער און צום סוף גיט ער אַ זאָג: "אַגבֿ, איך וויל איר זאָלט זיך רופֿן 'יוסף פּאַפּ־ייִדישער טעאַטער,’ און איך טו עס בכּיוון. ערשטנס, וועט איר מיט מײַן נאָמען נישט פֿאַרפֿאַלן ווערן. עס וועט אײַך גוט דינען בײַם עפֿענען טירן. צווייטנס, זאָלסטו וויסן זײַן, אַז איר דאַרפֿט קודם שטיין אויף די אייגענע פֿיס און נישט פֿאַרלאָזן זיך אויף מיר. (צווייטער טייל) איך בין נאָך ניט גרייט צו ענטפֿערן מיט פֿולער זיכערקייט אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס מע האָט אין יאָר 1926 געמאַכט אַזאַ קאָמוניסטישן טאַראַראַם אַרום דעם צענטן יאָרצײַט פֿון שלום-עליכמען. דער שרײַבער האָט דאָך קיין שום שײַכות ניט געהאַט צו קאָמוניזם. וועגן אים האָט מען אויך ניט געקאָנט צוטראַכטן אַזעלכע מעשׂיות, ווי מע האָט דערציילט וועגן מענדעלע — אַז ער איז, כּלומרשט, געווען גליקלעך צו שטאַרבן (אין דעצעמבער 1917) שוין וויסנדיק, אַז די ליכט פֿון דער רעוואָלוציע האָט געוויזן אירע ערשטע שטראַלן. (ערשטער טייל) איך בין ניט דער ערשטער, וואָס האָט עס הײַיאָר באַמערקט, דהײַנו: ווי שטיל מען פּראַוועט (אויב מע פּראַוועט בכלל) דעם 150סטן יוביליי פֿון שלום-עליכמען. אויב איך בין זיך ניט טועה, זײַנען ניט אַרויס קיין ממשותדיקע פּובליקאַציעס פֿון — אָדער וועגן — דעם ייִדישן קלאַסיקער. ערגעץ האָב איך געלייענט, אַז אין ישׂראל איז עפּעס געזאָגט און געשריבן געוואָרן, דער עיקר, אין דער רוסיש-שפּראַכיקער מעדיאַ, בעת די העברעיִשע קוואַלן האָבן ווייניק באַמערקט דעם יוביליי. אָנהייב אָקטאָבער 1992 האָט צו זיבעציק יאָר אויסגעהויכט זײַן נשמה דער וועלט־באַרימטער אימפּרעסאַריאָ יוסף (דזשאָו) פּאַפּ, גרינדער פֿון ניו־יאָרקער שעקספּיר־פֿעסטיוואַל־פּאָבליק־טעאַטער, פּראָדוצירער פֿון גרויסע בראָדוויי-שלאַגערס; דער מענטש, וואָס האָט אײַנגעפֿירט שעקספּירס פּיעסעס אין ניו־יאָרקער צענטראַל־פּאַרק, אויפֿגעשטעלט אויף אייגענער האַנט דעם פּאָבליק־טעאַטער אין דער געבײַדע וווּ אין די פֿופֿציקער יאָרן האָט עקזיסטירט דער "האַיאַס," און וווּ עס רוכעוועט זיך ביזן הײַנטיקן טאָג דאָרט פֿון אינאָוואַציעס און עקספּערימענטאַלער טעאַטער־קונסט. צו זײַן 30סטן יאָרצײַט איינער פֿון די פֿיל אומבאַקאַנטע ייִדישע דיכטער איז געווען יצחק אַהרן בערגער. ער איז געבוירן געוואָרן אין בירזש, ליטע, אין 1889. ער האָט געלערנט אין אַ חדר. אין 1902 איז ער געקומען מיט דער משפּחה קיין אַמעריקע. ער האָט געלערנט אין באָסטאָן אַלגעמיינע לימודים. זינט 1911 האָט ער געלעבט אין ניו־יאָרק. ער האָט דעביוטירט אין 1907 מיט אַ ליד אין "צײַטגײַסט" און האָט געדרוקט לידער אין פֿאַרשיידענע זשורנאַלן. |