ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(ערשטער טייל)

איך בין ניט דער ערשטער, וואָס האָט עס הײַיאָר באַמערקט, דהײַנו: ווי שטיל מען פּראַוועט (אויב מע פּראַוועט בכלל) דעם 150סטן יוביליי פֿון שלום-עליכמען. אויב איך בין זיך ניט טועה, זײַנען ניט אַרויס קיין ממשותדיקע פּובליקאַציעס פֿון — אָדער וועגן — דעם ייִדישן קלאַסיקער. ערגעץ האָב איך געלייענט, אַז אין ישׂראל איז עפּעס געזאָגט און געשריבן געוואָרן, דער עיקר, אין דער רוסיש-שפּראַכיקער מעדיאַ, בעת די העברעיִשע קוואַלן האָבן ווייניק באַמערקט דעם יוביליי.

מע קען, פֿאַרשטייט זיך, זוכן, און אַפֿילו געפֿינען, אַן אידעאָלאָגישן הינטערגרונט פֿאַרן רוסישן — ווי אויך אוקראַיִנישן — "אַקצענט" אין שלום-עליכמס פּאָפּולערקייט. אָבער מיר דאַכט זיך, אַז די סיבה איז, אין תּוך גענומען, אַ קולטורעל-לינגוויסטישע. די זאַך איז, אַז שלום-עליכם לייענט זיך אויף רוסיש און אוקראַיִניש. יאָ, אַ סך ווערט פֿאַרלוירן אין פֿאַרגלײַך מיטן ייִדישן אָריגינאַל, אָבער זייער אַ סך בלײַבט — ניט צו פֿאַרגלײַכן מער ווי, אַ שטייגער, אין די ענגלישע איבערזעצונגען.

נאָך מער: די צאָל לייענער, וואָס קענען פֿאַרשטיין און אָפּשאַצן שלום-עליכמס שפּראַך אין אָריגינאַל, איז הײַנטיקע טעג אויך זייער באַגרענעצט, אַפֿילו צווישן די לײַט, וואָס קענען זייער גוט ייִדיש. אין דעם בוך "בריוו פֿון ייִדישע סאָוועטישע שרײַבערס" (1979), רעדאַקטירט דורך מרדכי אַלטשולער, קען מען לייענען אַ בריוו פֿון דעם מאָסקווער זשורנאַליסט שלמה-יעקבֿ ניעפּאָמניאַשטשי, געשריבן צו ה. לייוויקן דעם 2טן אַפּריל 1926. איך ציטיר נאָר איין שטעל פֿונעם בריוו:

אין דעם פּרט, למשל, האָב איך ניט לאַנג צוריק געהאַט אַ געוויסע דערפֿאַרונג: כ׳האָב גענומען אַ יונגן יאַט, אַ קאָמיוגיסט [ד"ה. אַ מיטגליד פֿון "קאָמסאָמאָל"], וועלכער שרײַבט אַפֿילו אין אונדזער "גרויסער" ייִדישער ליטעראַטור (זאַמלונג "אָקטיאַבר", "יונגוואַלד" אאַז״וו) און געלייענט פֿאַר אים שלום-עליכמס "מעשׂיות פֿאַר קינדער", וועלכע [דער מאָסקווער ייִדישער פֿאַרלאַג] "שול און בוך" ט׳ערשט אַרויסגעגעבן. דאַכט זיך, וואָס קאָן זײַן צוגענגלעכער פֿאַרן מאַסן-לעזער ווי שלום-עליכמס "מעסערל", "זייגער", "ראַבטשיק" א״אַנד. איז אָבער די צרה, וואָס אונדזער נײַער מאַסן-לעזער הייבט ניט אָן צו וויסן דעם טײַטש פֿון "עגמת-נפֿש", "ייִראת שמים", "ביצה" און דער גאַנצער חדר-בית-מדרש-שטייגער איז פֿאַר אים אין געוויסן זין עקזאָטיש. [...] און פֿאַרגעסט ניט אַז ער האָט זיך געלערנט אין אַ ייִדישער קינדערהיים און אַרבעט אויף ייִדישער קאָמיוגישער אַרבעט. כ׳הייב אָן צו טראַכטן, אַז אונדזער גאַנצע ביז-איצטיקע ייִדישע ליטעראַטור (מענדעלע, פּרץ, שלום-עליכם) וועט מען שוין אין גיכן באַדאַרפֿן אַרויסגעבן אין ראָמס דרוקערײַ מיט מפֿרשים ...

דאָס איז געווען אין די מיט-1920ער יאָרן. אין אַ פּאָר יאָר אַרום האָט מען אַנאַליזירט די "שווערע ווערטער", וואָס אַ סך לייענער פֿון דער כאַרקאָווער טאָגצײַטונג "דער שטערן" האָבן ניט געקענט פֿאַרשטיין. צווישן די דאָזיקע ווערטער זײַנען געווען אַזעלכע העברעיִזמען ווי "בולט", "השתּדלות", "הלוואה", "היות", "הן... הן...", "קודם-כּל", "מערבֿ", "מצבֿ" און "שייך".

שפּעטער איז דער מצבֿ געוואָרן אין דעם זין נאָך ערגער. צווישן די אַרכיוו-דאָקומענטן פֿונעם ייִדישן אָפּטייל בײַם מאָסקווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ מעמאָראַנדום, אָנגעשריבן אָנהייב 1938 — שפּעטער אין יענעם יאָר האָט מען דעם אָפּטייל פֿאַרמאַכט. אין דעם מעמאָראַנדום גייט די רייד וועגן די שוועריקייטן, וואָס אַפֿילו די סאַמע בעסטע פֿון די סטודענטן האָבן געפֿילט בײַם לייענען די ווערק ניט נאָר פֿון מענדעלע, פּרץ און שלום-עליכם, אָבער אויך פֿון די לעבעדיקע קלאַסיקער, אַזעלכע ווי בערגעלסאָן און מאַרקיש.

אַ סבֿרא, אַז אַ הײַנטיקער ייִדיש-לייענער קען זײַן מער באַהאַוונט אין די "קליינע פּינטעלעך" איידער די דורך און דורך וועלטלעכע סטודענטן פֿונעם ייִדישן אָפּטייל מיט זיבן יאָרצענדליק צוריק. אָבער דער הײַנטיקער לייענער האָט בדרך-כּלל אַן אַנדער פּראָבלעם — סלאַוויזמען. און דווקא סלאַוויזמען זײַנען זייער ברייט פֿאָרגעשטעלט אין שלום-עליכמס ווערק.

אָט האָב איך גענומען פֿון דער פּאָליצע די אויסגאַבע פֿון שלום-עליכמס "פֿונעם יאַריד" (1940), וואָס יודל מאַרק האָט געקירצט און פֿאַרטײַטשט פֿאַר די שולן פֿון "אַרבעטער-רינג". אַ חוץ די העברעיִשע ווערטער, דערקלערט ער אויך אָן אַ שיעור סלאַוויזמען, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע טאָג־טעגלעכע, דאַכט זיך, טערמינען ווי "דיניעס", "קאַווענעס", "בוריקעס", "סמעטענע" און "בוימל". דאָס דאַרף מען ניט פֿאַרשטיין ווי אַ סימן פֿון אַן אַמעריקאַנער דיעטע, וואָס האָט ניט אַרײַנגענומען אָט די אַלע אינגרעדיענטן. מע האָט עס אַלץ, פֿאַרשטייט זיך, געגעסן. אָבער אויף דעם "פּאָטייטע-ייִדיש" האָט עס געהאַט אַנדערע, שוין ענגלישע נעמען.

מיט אַ יאָר פֿופֿצן צוריק איז אין מײַן קלאַס, בעת אַ ייִדישער זומער-פּראָגראַם, געזעסן אַן עלטערער אַמעריקאַנער ייִד, וואָס האָט גערעדט ייִדיש פֿון קינדווײַז אָן. אָבער דאָס וואָרט "טוץ" האָט ער קיין מאָל ניט געהערט. האָב איך בײַ אים געפֿרעגט, צי די מוטער זײַנע האָט אים אַ מאָל געבעטן צו קויפֿן צוועלף אייער. האָט ער מיר געזאָגט, אַז אַזוינס איז געשען ניט איין מאָל, אָבער זי האָט אים געשיקט נאָך "אַ דוזן אייער". דאָס הייסט, אַז דאָס וואָרט "טוץ", טאָמער עס באַגעגנט זיך בײַ שלום-עליכמען צי בײַ אַן אַנדער מחבר, מוז מען שוין אויך מפֿרש זײַן.