אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט, קינאָ
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם

מיט 60 יאָר צוריק, דעם 1טן דעצעמבער 1949, איז פֿאַרמאַכט געוואָרן דער מאָסקווער ייִדישער טעאַטער. דאָס איז געווען אַ מלוכישע אינסטיטוציע, און טאַקע די מלוכה האָט זי פֿאַרמאַכט. דער אָפֿיציעלער אויסרייד איז געווען אַ פֿינאַנציעלער — דער טעאַטער האָט צוגעצויגן ווייניק צושויער. אָבער דאָס איז געווען בלויז אַ תּירוץ. סטאַלינס בלוטיקער רעזשים האָט זיך דעמאָלט באַשעפֿטיקט מיטן פֿאַרענדיקן דעם פּלאַנמעסיקן פּראָצעס פֿון ליקווידירן דעם גאַנצן בנין פֿון ייִדישער קולטור אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.

ייִדיש־וועלט, געשיכטע
די "איכה־וואַנט" אינעם "רמ״אָ־בית־עולם"

דער גרינדער און ערשטער דירעקטאָר פֿונעם "גאַליציאַנער ייִדישן מוזיי" אין קראָקע איז געווען דער בריטישער פֿאָטאָגראַף קריס שוואַרץ (1948—2007), וועלכער האָט במשך פֿון די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן פֿאָטאָגראַפֿירט די רעשטלעך פֿונעם אַמאָליקן לעבן אין (פּוילישער) גאַליציע, און דערנאָך געשאַפֿן דעם מוזיי, צום טייל, כּדי אויסצושטעלן זײַן קונסט. הײַנט שטעלן מיט זיך פֿאָר זײַנע פֿאָטאָגראַפֿיעס אַ פּערמאַנענטע אויסשטעלונג אינעם מוזיי,

ייִדיש־וועלט, מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
נײַ קאָמפּאַקטל "פֿעדערמענטש: לידער פֿון ייִדישלאַנד"

וועגן דעם אויפֿלעב פֿון קלעזמער־מוזיק אין דײַטשלאַנד האָט מען שוין אַ סך געשריבן, מיט פֿאַרשיידענע טעאָריעס, פֿאַר וואָס און פֿאַר ווען אַזאַ פֿענאָמען איז אויפֿגעקומען במשך פֿון די לעצטע צוואַנציק יאָר. אַנומלט האָב איך אויסגערעכנט די פֿאַרשיידענע קאַפּעליעס אין דײַטשלאַנד, אָבער געבנדיק אַ קוק אויפֿן "דײַטשער קלעזמער־וועבזײַט", דאַכט זיך מיר, אַז די רשימה איז נאָך לענגער געוואָרן, כאָטש פֿון טייל גרופּעס האָט מען שוין לאַנג נישט געהערט: "פֿיאַלקע", "האַריס פֿריילעך", "טאַנגאָ און קלעזמער־קוואַרטעט",

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
הערמאַן בערנשטיין

מיט 95 יאָר צוריק, דעם 5טן נאָוועמבער 1914, איז אין ניו-יאָרק אַרויס דער ערשטער נומער פֿון דער ייִדישער צײַטונג "דער טאָג". די לייענער האָט זיך גלײַך געוואָרפֿן אין די אויגן אַ פֿאָטאָסטאַט פֿון דעם ענגלישן אָריגינאַל און אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿון דעם בריוו, מיט וועלכן דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, וווּדראָו ווילסאָן, האָט באַגריסy די נײַע אויסגאַבע און איר רעדאַקטאָר הערמאַן בערנשטיין. דער פּרעזידענט האָט געשריבן: "... עס טוט מיר אמת הנאה צו וויסן, אַז איר וועט זײַן איר רעדאַקטאָר און טאָן-געבער.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק
ד״ר מאַקס ווײַנרײַך

כאָטש ד״ר מאַקס ווײַנרײַך האָט אַליין ניט געשריבן פּאָעזיע, איז דער גרויסער ייִדישער לינגוויסט געווען פֿאַרבונדן מיט פֿאַרשיידענע מינים פֿאָלקס־פּאָעזיע ווי אַ וויסנשאַפֿטלער, רעדאַקטאָר, לערער און מנהיג — און אויך דאַרף מען ניט פֿאַרגעסן, ווי אַן איבערזעצער, וועלכער האָט אין זײַנע פֿרייִקע יאָרן איבערגעזעצט אַ טייל פֿון האָמערס "איליאַדע".

אין די 20ער יאָרן פֿון 20סטן יאָרהונדערט האָט ער קאָמענטירט אויף אַ פּוילישער רעצענזיע פֿון ב.י. ביסטראָן אויף ייִדישע פֿאָלקסלידער, וועלכע האָבן פּוילישע השפּעות.

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שיין בייקער

ליבע פֿרײַנד, נאָך דעם ווי איך האָב איבערגעלייענט דאָס ענגלישע אַרטיקעלע אין דער "ניו־יאָרק פּאָסט," פֿון זיבעטן נאָוועמבער 2009, בין איך טאַקע אַוועק זען "די גרויסע באָבקעס" וואָס שפּילט איצט אינעם בנין פֿון "אַרבעטער־רינג." געוואָלט זען מיט די אייגענע אויגן אין וואָס ס׳באַשטייט די גרויסע גראַטשקע. הייסט עס, אַז מיר פֿאַרמאָגן אין ניו־יאָרק צוויי ייִדישע טרופּעס, "די גרויסע באָבקעס" מיט "די קליינע באָבקעס," און ווען עס קומט צו די עטאַבלירטע גרויסע "באָבקעס" האָב איך אַלע מאָל געטראַכט וועגן דעם גרויסן באַרג וואָס האָט געבוירן אַ קליין מײַזעלע.

ליטעראַטור, ייִדיש־וועלט

אַ נע־ונדישע דוינע

איציק מאַנגערן מיט בענקשאַפֿט
בלאָער הימל, ביטערגראָז...
איך בין שיכּור און זאָרגלאָז.
כ׳זיץ אין שענקל, זשליאָקע ווײַן
און פֿאַרבײַס מיט ליבעפּײַן.

ייִדיש־וועלט, פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
פֿון איציק גאָטעסמאַן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ענגע־בענגע סטופּע־סטענגע
אַרצע־באַרצע, גאָלע־שוואַרצע
איימעלע, ריימעלע, בייגעלע, פֿייגעלע, האָפּ!
(פֿון שלום־עליכמס קינדער־דערציילונג "חנוכּה־געלט")

ייִדיש־וועלט
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לויט דעם חפֿץ־חיימס ספֿר "שמירת־הלשון" טאָר קיינער קיין שלעכט וואָרט ניט זאָגן אויף קיינעם, אַפֿילו ניט אויף זיך אַליין און אַפֿילו ניט ווען ס׳איז אמת. "מיט אַ קרום פֿון דער נאָז קען מען אַ ייִדן 'אַוועקהרגענען’ און וועגן אָנמאַכן יענעם געברענטע צרות איז דאָך אָפּגערעדט". איך פּרוביר זיך צו פֿירן לויט אָט דעם דרך־הישר, אַפֿילו לגבי אידעאָלאָגישע אָפּאָנענטן; סײַדן, עמעצער טרעט מיר אָן פּונקט דאָרטן וווּ ס׳טוט מיר וויי.

ליטעראַטור, ייִדיש־וועלט, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Kenneth B. Moss.
 Jewish Renaissance
 in the Russian Revolution.
 Harvard University Press, 2009.

די פֿאַרבינדונג צווישן דער רוסישער רעוואָלוציע און דעם אויפֿבלי פֿון דער ייִדישער קולטור איז איינע פֿון די עיקרדיקע פּראָבלעמען פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור־געשיכטע. אָבער ביז לעצטנס האָט זיך נאָך קיינער ניט גענומען צו מאַכן אַן אַרומנעמיקע פֿאָרשונג, וואָס זאָל באַהאַנדלען סײַ די פּאָליטישע און סײַ קולטורעלע אַספּעקטן פֿון דער דאָזיקער טעמע. דאָס בוך פֿון בנימין (קענעט) מאָס פֿילט אויס אָט דעם דאָזיקן וויכטיקן בלויז אין דער ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע.

מאָס סטאַרעט זיך אויסצומײַדן אַ "טעלעאָלאָגישן" קוק אויף דעם אָביעקט פֿון זײַן פֿאָרשונג.

ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי אַלע מאָל באַקען איך אײַך מיטן קוואַליטעט־סטודענטן יעדן נײַעם טערמין, און דער עיקר זייער געדאַנקען־גאַנג בײַם נעמען דעם קורס. ווער זײַנען זיי, פֿון וואַנען קומען זיי? און וואָס ציט זיי צו ייִדיש? דאָס געפֿין איך אויס די ערשטע וואָך, ווי נאָר דער סעמעסטער הייבט זיך אָן, דורך זייערע שריפֿטן, אויף ענגליש, וואָס איך זעץ איבער אויף ייִדיש פֿאַר אײַך און פֿאַר זיי.

ייִדיש־וועלט, קהילה־לעבן
די עקספּאָזיציע פֿון באַרימטע ייִדישע פּערזענלעכקייטן, וואָס די תּלמידים האָבן צונויפֿגעשטעלט און אויפֿגעהאָנגען לכּבֿוד דעם סיום־הזמן

אינעם אָנגעזעענעם "פּאַריזער ייִדיש צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק" — דער גרעסטער ייִדישער שפּראַך־אינסטיטוט אין אייראָפּע — לערנען זיך ייִדיש נישט בלויז דערוואַקסענע. יעדע צוויי וואָכן קומען צווישן 20 און 28 קינדער זיך אויך לערנען מאַמע־לשון.

די "קינדערשול" טרעפֿט זיך צוויי זונטיקן אַ חודש, פֿון 2:30 ביז 5:30 נאָך מיטאָג. בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס", האָט איינע פֿון די דרײַ לערער, אַניק פּרים־מאַרגוליס,