- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין דעם דאָזיקן אַרטיקל, לייג איך פֿאָר צו באַהאַנדלען די וויכטיקע און אָפֿט געשטעלטע פֿראַגע: ווי האָט מען געקענט שרײַבן אונטער דער נאַצישער אָקופּאַציע, אין די געטאָס און לאַגערן? אין דער רעם וועלן מיר זיך פֿאַרנעמען מיט אַבֿרהם סוצקעווערס באַקאַנטן ליד, "אונטער דײַנע ווײַסע שטערן" (1943), געשריבן אין ווילנער געטאָ. נאָך דער מלחמה, האָט זיך כּמעט קיינער נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז ייִדן האָבן געקענט שרײַבן אין די געטאָס, ווער רעדט נאָך אין די לאַגערן. לויט ווי עס איז אָנגענומען, זענען די ייִדן געווען קודם־כּל קרבנות, אָבער דער פֿאַקט איז, אַז נישט בלויז עטלעכע, נאָר דווקא זייער אַ סך ייִדן האָבן געשריבן בעת דער נאַצישער אָקופּאַציע, דער עיקר לידער, אָבער אויך פּראָזע. לעצטנס האָט די וועבזײַט פֿון אונדזער צײַטונג געהאַט די "זכיה" צו באַקומען אַ נײַע כוואַליע מיסט־קאָמענטאַרן צו די אַרטיקלען. ווי ס׳איז באַקאַנט, לײַדן כּמעט אַלע שמועס־ערטער איבער דער אינטערנעץ, וווּ מע קאָן זיך גרינג רעגיסטרירן און איבערלאָזן עפּעס אַ קאָמענטאַר, פֿונעם אַזוי־גערופֿענעם "ספּאַם" — נאַרישע רעקלאַמעס, פּאָליטישע לאָזונגען און אַנדערע מינים ידיעות, וואָס שטערן דעם נאָרמאַלן גאַנג פֿון די דיסקוסיעס. געהערט אַז ס׳וועט גיין אַ פֿילם אין "וואָלטער ריד"־קינאָ אין לינקאָלן־צענטער, ווי אַ טייל פֿון ייִדישן פֿילם־פֿעסטיוואַל, האָב איך זיך שטאַרק דערפֿרייט. די פֿרייד איז געווען גרויס. ערשטנס, איז עס לאָדזש, געבורטשטאָט פֿון מײַנע עלטערן: די מאַמע — פֿון דער מרדכי גבאיס־גאַס, און דער טאַטע — פֿון דער זגערזשער, אין באַלוט. צווייטנס, רעדט זיך דאָ וועגן דער נאָך־מלחמהדיקער פּרץ־שול, וווּ איך האָב זיך געלערנט ייִדיש אַ קײַמא־לן פֿון נישט מער ווי אַ האַלב יאָר. איצט, ווען קיין צײַט-גרענעצן פֿאַר פֿאַרשפּרייטן אינפֿאָרמאַציע עקסיסטירן כּמעט ניט, איז אָפֿט מאָל שווער צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי די קאַנאַלן פֿון פֿאַרבינדונגען האָבן פֿונקציאָנירט מיט אַ הונדערט יאָר צוריק. איך פֿאַרשטיי עס אַזוי: די פּאָסט האָט דעמאָלט געאַרבעט אַ סך בעסער ווי איצט. לעצטנס האָב איך אַ פּאָר מאָל געשיקט בריוו קיין טאָראָנטאָ און באַקומען פֿון דאָרטן בריוו. געדויערט האָט עס יעדעס מאָל בערך צוויי וואָכן. מיט ענגלאַנד איז עס בעסער — אַרום אַ וואָך. האָב איך טאַקע אַ חשד, אַז בריוו פֿון ניו-יאָרק קיין קאַנאַדע גייען לויט די אַלטע קאָלאָניאַלע מאַרשרוטן, דאָס הייסט, דורך ענגלאַנד. די וואָך האָט מען מודיע געווען, אַז דעם דעקאַן פֿון דער באַקאַנטער חזנות־שול בײַם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר" האָט מען אָפּגעזאָגט פֿון זײַן פּאָסטן. אויפֿן אָרט פֿון חזן הענרי ראָזענבלום, אַ באַליבטער לערער און אַדמיניסטראַטאָר שוין 12 יאָר, וועט מען קאָמבינירן די חזנות־שול מיט דער ראַבינער־שול אונטער איין דאַך, און דער נײַער אַדימיניסטראַטאָר פֿון די חזנים־סטודענטן וועט זײַן אַ רבֿ, נישט קיין חזן. די איבערראַשנדיקע נײַעס האָט אויפֿגערודערט די סטודענטנשאַפֿט פֿון דער "ה. ל. מילער־חזנות־שול", וועלכע ווייסט שוין נישט מער, וואָס דער מאָרגן וועט ברענגען. באָריס סאַנדלערס דיכטערישע שטים טראָגט אין זיך יענע באַקאַנטע היימישע אינטאָנאַציע, וואָס מען דערקענט גלײַך אין זײַן פּראָזע. נאַטירלעך, קלינגט דאָס פּאָעטישע וואָרט אַנדערש ווי דאָס פּראָזאַיִשע, אָבער די עיקרדיקע עלעמענטן פֿון סאַנלדערס קינסטלערישער פּערזענלעכקייט זײַנען דאָ בפֿירוש די זעלביקע. זײַן דיכטערישער כּוח־הדמיון ברענגט צונויף פֿאַרשידענע וועלטן און תּקופֿות, און דער מהלך אין צײַט און אין רוים שפּילט דערבײַ ניט קיין ראָלע. אין ווילנער געטאָ האָט אַבֿרהם סוצקעווער געשאַפֿן צענדליקער לידער אין וועלכע ער האָט אויסגעדריקט זײַנע פּערזענלעכע געפֿילן וועגן זײַן עקסיסטענץ, וועגן זײַנע נאָענטע — זײַן מאַמע, זײַן פֿאָטער, זײַן רעטערין. ער האָט געשריבן וועגן יהואש בעת די פֿײַערונגען לכּבֿוד דעם דיכטער אין געטאָ. ער האָט אַרײַנגענומען געשעענישן — וועגן קאָמענדאַנט איציק וויטנבערג, וועמען די געשטאַפּאָ האָט אַרויסגעפֿאָדערט, וועגן דעם כאָר־דיריגענט גערשטיינס טויט, וועגן דער געטרײַער לערערין מירע בערנשטיין — יעדעס ליד לויט זײַן פּערספּעקטיוו און פּאָעטישן באַנעם. ענת עצמון (אַנאַט אַצמאָן) איז תּמיד גרייט צו שפּילן. — עס איז דווקא שווער, אָבער מען מוז זיך האַלטן בײַ די וואָרצלען כּדי צו פֿאַרמײַדן זיי זאָלן אין גאַנצן נעלם ווערן. אַזוי האַלט זי, די אַקטריסע און טאָכטער פֿון שמואל עצמון, און שליסט זיך אָן צום געראַנגל, וואָס עס פֿירט איר פֿאָטער, דער לייטער פֿון "ייִדישפּיל" פֿאַרן טעאַטער וואָס ער האָט געגרינדעט און פֿאַר דער קולטור פֿון דער ייִדישער שפּראַך. זעקס מענטשן זיצן אין וואַרטצאַל בײַם באַרימטן פּסיכיאַטער ד״ר שטערן. זיי הייבן אָן שמועסן, און אַז דער דאָקטער באַווײַזט זיך נישט, נעמען זיי זיך פֿיר צו אָרגאַניזירן אַ מין גרופּע־טעראַפּיע, כּדי זיך אַליין צו באַפֿרײַען פֿון זייערע צוואַנג־נעווראָזן. סילוויאַ פֿאָגעל איז בײַגעווען בײַ אָט דער קאָמישער פּיעסע — "טאָק טאָק" — פֿונעם באַקאַנטן פֿראַנצייזישן דראַמאַטורג לאָראַן באַפֿי — אין אַ פּאַריזער טעאַטער. פּלוצלינג איז איר אײַנגעפֿאַלן: "דאָס שטיק האָט אַ ייִדישן טעם. מע וואָלט געדאַרפֿט מאַכן אַ ייִדישע פּיעסע פֿון דעם!" "שאַ, שטיל! נאָר אַ פּאָר גרילן גרילצן זיך איינע מיט דער אַנדערער איבער פֿון די שפּעלטלעך ערגעץ אין אַ ווינקל. דאָס ווײַב זיפֿצט פֿאַרטראַכט, שאָקלט מיטן קאָפּ און נעמט זיך דערנאָך זאָגן: ׳גאָט פֿון אַבֿרהם.... אַז דער ליבער שבת־קודש גייט אַהין'...אויף אַ טרויער־זינגנדיק קול, — אַן עק, הייסט עס, אַ סוף!" "ווינטשפֿינגערל", מענדעלע מוכר־ספֿרים דאָס נײַע בוך איז אַ פֿאַרקירצטע ענגלישע איבערזעצונג פֿון דער צוויי־בענדיקער אַנטאָלאָגיע "די ייִדישע ליטעראַטור אין אַמעריקע 1870—2000", וואָס איז דערשינען אין 1999 און 2002 בײַ דעם אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס. דער ייִדישער לייענער, וואָס איז באַקאַנט מיט דעם אָריגינאַל, וועט דאָרטן ניט געפֿינען קיין נײַע זאַכן, אָבער פֿאַרן ענגלישן לייענער עפֿנט דאָס בוך אַ טיר אין אַ גאַנץ נײַער קולטורעלער וועלט. די קורצע און זאַכלעכע הקדמה פֿון פּראָפֿעסאָר מענדל־שלום גאָלדסמיט, דער רעדאַקטאָר פֿונעם גאַנצן פּראָיעקט, דינט ווי אַ וועגווײַזער, וואָס צייכנט אָן די הויפּט־וועגן אויף דער מאַפּע פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור. די לידער פֿון איציק מאַנגער, מיט זייערע וואָרצלען אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און פֿאָלקס־פּאָעזיע, זענען צווישן די קרוינווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. עס זעט אויס, אַז מיט די יאָרן ווערן זיי וואָס מער באַליבט, נישט ווייניקער. די מוזיקאַלישע באַאַרבעטונג פֿון מאַנגערס "מגילה־לידער" האָט צוגעצויגן טויזנטער נײַער ליבהאָבער צו זײַנע ווערק אין די 1960ער און 1970ער יאָרן; קאָמפּאָזיטאָרן ווי חוה אַלבערשטיין, צוזאַמען מיט דער קאַפּעליע "די קלעזמאַטיקס", האָבן ווײַטער פֿאַרשפּרייט מאַנגערס שם אין די 1980ער און 1990ער יאָרן. |