ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק, פֿאַרשײדנס
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מײַן מאַמעס שטעטל, אַלט־קאָנסטאַנטין (ניט ווײַט פֿון בערדיטשעוו), איז מיר אַרײַן אין די געדאַנקען און וויל פֿון דאָרטן ניט אַרויס! וואָס עפּעס מיט אַ מאָל? איך האָב לעצטנס געהערט און געזען חיים ביידערס ז״ל קאָמפּאַקטל וועגן די דרײַ שטעט(לעך) — "אַלט־קאָנסטאַנטין, סאָטענעוו, טשערנאָביל" און ס’האָט אויף מיר געמאַכט אַ גאָר גרויסן רושם. ס’איז דאָס ערשטע מאָל וואָס איך זע בילדער פֿון די דאָרטיקע הײַזער, גאַסן, שילן און בית־עלמינס.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס אויף לינקס: אבֿרהמל האָפֿמאַן, דער בר־מיצווה בחור, אבֿרהם סוצקעווער, זײַן טאָכטער, זײַן פֿרוי און מרים האָפֿמאַן אין 1971 — אין ישׂראל

יאָרן לאַנג האָט די ייִדישע וועלט געוווּסט, אַז דער ווילנער פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער, וואָס איז ערשט די טעג אַוועק פֿון דער וועלט, וועט אַ ליאַדע טאָג באַקומען אַ נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור. און מיט יעדן יאָר וואָס איז פֿאַרגאַנגען מיטן ליידיקן, האָבן מיר געטרויערט. ווי קען דאָס זײַן! דער גרעסטער ייִדישער פּאָעט, אונדזער שעקספּיר, וואָס די וועלט האָט באַדאַרפֿט קלינגען מיט זײַן נאָמען, מיט זײַן פּראָזע, מיט זײַן פּאָעזיע, מיט זײַנע באַשרײַבונגען פֿון איבערלעבונגען סײַ אין ווילנער געטאָ און סײַ אין די וועלדער ווי אַ פּאַרטיזאַנער.

ייִדיש־וועלט, קולטור
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך
צייכענונג פֿון ס. גאָראָדעצקי

וועגן זייער אַ סך זאַכן וואָלט מען געקענט שרײַבן צו שלום אַשס יוביליי — ער איז געבוירן געוואָרן דעם ערשטן יאַנואַר 1880. אויף דער שקאַלע פֿון דערפֿאָלג, פֿאַרנעמט ער, בלי-ספֿק, איינע פֿון די העכסטע ערטער אין דער ייִדישער ליטעראַטור. שלום-עליכם און יצחק באַשעוויס-זינגער זײַנען, אַ פּנים, די איינציקע, וואָס האָבן אים איבערגעשטיגן. אמת, דער הײַנטיקער דור קען אַשן זייער ווייניק.

איך האָב קאָנטראָלירט די קאַטאַלאָגן פֿון דער ניו-יאָרקער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק און פֿון דער ביבליאָטעק פֿון קאָנגרעס, און ביידע האָבן מיר באַוויזן, אַז זינט 2006 איז קיין איין בוך פֿון אַשן ניט אַרויס אויף ענגליש. אויף רוסיש — יאָ, אין 2008 און 2009.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט אַ יאָר פֿינף און צוואַנציק צוריק האָב איך זיך אַוועקגעזעצט מיט מײַן מאַמען, און זי האָט מיר בפֿרטיות דערציילט וועגן אונדזערע קרובֿים, קודם-כּל פֿון איר צד. אַזוי האָבן זיך בײַ מיר באַוויזן זײַטלעך פּאַפּיר, וועלכע האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ מין גענעאַלאָגישן בוים. די מאַמע האָט גאַנץ גוט געדענקט די געשיכטע פֿון אונדזער משפּחה זינט דער צײַט, ווען מע איז געקומען און זיך באַזעצט אין דעם נײַעם ייִדישן דאָרף נײַ-זלאַטאָפּאָל (נאָוואָזלאַטאָפּאָל אויף רוסיש), אין דרום-מיזרח פֿון דער הײַנטיקער אוקראַיִנע. דער ייִשובֿ, אָדער "קאָלאָניע", האָט זיך באַוויזן אין די שפּעטע 1840ער יאָרן.

ליטעראַטור, ייִדיש־וועלט
אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט:


דער זיס־זויערער טיטל פֿון דער נײַסטער זאַמלונג לידער פֿון אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט, איינעם פֿון די חשובֿסטע ייִדישע פּאָעטן הײַנט, שטעלט דעם טאָן פֿאַרן גאַנצן ווערק. מיט דער עלטער ווערט דאָס לעבן אַלץ שווערער, אָבער מע דאַרף געפֿינען אַ ביסל פֿרייד, וווּ מע קען. און אויב נישט פֿרייד, זאָל זײַן עפּעס שיינס. און אויב נישט קיין שיינס, טאָ זאַל מען סײַ־ווי־סײַ זיך אײַנלעבן אין דער וועלט מיטן גאַנצן פּאָעטישן באַוווּסטזײַן...

די לידער שטעלן דעם טראָפּ אויף דער זיקנה, אויף די זכרונות פֿון אַמאָל (אויך זיס און זויער), און דער מחבר קען מײַסטעריש נעמען אַן אימאַזש פֿון דער עלטער און אים באַלעבן, אַפֿילו ווען דער מענטש אַליין ווערט קוים דערמאָנט:

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון לאַזאַר לובאַרסקי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יצחק־ברוך פֿאַרבעראָוויטש — דעם נאָמען האָט ער געטראָגן די ערשטע אַכצן יאָר פֿון זײַן צוויי און פֿערציק־יעריק לעבן (1897—1939); די איבעריקע פֿיר און צוואַנציק יאָר האָט מען אים געקענט ווי אורקע נאַכאַלניק, וואָס זיבעצן יאָר איז עס געווען זײַן גנבֿים־צונאָמען, און די לעצטע זיבן יאָר — דער פּסעוודאָנים פֿון אַ באַרימטן מחבר פֿון מײַסטער־ווערק אויף קרימינעלע טעמעס.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
David Bergelson. 
The End of Everything. Translated and with an Introduction by Joseph Sherman. New Haven: 
Yale University

עטלעכע יאָר נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט זיך ה. ד. נאָמבערג ביטער באַקלאָגט וועגן דעם געשמאַק פֿון די אַסימילירטע דײַטשישע ייִדן, וואָס לעכצן נאָך "עכטער" ייִדישקייט פֿון מיזרח־אייראָפּע, וואָס האָט "באָרד און פּאות, אַ פֿאַרקרימט פּנים פֿון יסורים, צעדולטע אויגן פֿון נאָך אַ פּאָגראָם." פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿאָדערט מען "נישט אַנדערש ווי טיפֿע מיסטיק, פֿאַרגלאָצטע אויגן, גאָט, מלאכים, רביים און חסידים." יענע דײַטשישע ייִדן זײַנען שוין לאַנג נישטאָ,

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויב איך פּלאָנטער ניט (און די אינטערנעץ-אינפֿאָרמאַציע העלפֿט מיר אויסצומײַדן אַ טעות), איז עס געשען אין יאַנואַר 1997. דעמאָלט זײַנען די "טעג פֿון ייִדישער קולטור" אין בערלין צונויפֿגעפֿאַלן מיטן חורבן-טאָג, וואָס מע האָט, דאַכט זיך, צום ערשטן מאָל ברייט אָפּגעמערקט אין דײַטשלאַנד. אַ צאָל ייִדישע ליטעראַטן (אַני-הקטן בתוכם) און מוזיקער זײַנען אין יענע טעג געווען אין דער שטאָט. האָט מען אָרגאַניזירט קאָנצערטן און כּלערליי אַנדערע קולטור-אונטערנעמונגען.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צו זיין 40סטן יאָרצײַט

י. גויכבערג איז געווען אַ לערער אין די ייִדישע שולן, וואָס זײַנע לידער זײַנען געווען דעקלאַמירט און געזונגען פֿון פֿיל שילערס. איך אַליין האָב געזונגען די פּאָפּולערע לידער "די מאַמע האָט דרײַ ייִנגעלעך", "קאַרוסעלן", "פּאַווינקע־טשיקאַווינקע" א״אַנד. יעדן פּסח, אויף דעם דריטן סדר פֿון "אַרבעטער־רינג", האָט מען רעציטירט זײַן ליד "זײַט געגריסט":

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער דיכטער יוסף פּאַפּיערניקאָוו

שווער זיך צו באַפֿרײַען פֿונעם נאָגנדיקן געפֿיל, וואָס באַווײַזט זיך עקשנותדיק יעדעס מאָל אויף ס’נײַ ווען מען דערמאָנט זיך אינעם דיכטער יוסף פּאַפּיערניקאָוו. אַזוי איז געווען אויך איצט בײַם אָפּמערקן אין "אַרבעטער־רינג", אין תּל־אָבֿיבֿ, 110 יאָר פֿון זײַן געבוירן־טאָג. זאָל עס זײַן דער קאָלעקטיווער געוויסנסביסן, אַז מיר, ווי טיכטיקע ייִדיש־טוערס, האָבן נישט געטאָן גענוג צו פֿאַרלײַכטערן זײַן פּײַנלעכע עלנטקייט און זײַן שווערן עקאָנאָמישן מצבֿ,

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
יהודה עלזעט

ווען מע גיט אַ קוק אויף די וויכטיקסטע זאַמלונגען פֿון ייִדישע ווערטלעך און אידיאָמען, אָנהייבנדיק פֿון אַ. טענדלאַוס ווערק (1860), ביז א. בערנשטיינס (1908) און ישׂראל פֿורמאַנס ביכער (1968), וואַרפֿן זיך אין די אויגן די פֿיר בענד פֿון יהודה עזלזעט, וואָס ער האָט אַרויסגעגעבן אין וואַרשע אין די יאָרן 1918 — 1920, מיטן טיטל, "דער וווּנדער־אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך: פֿאָלקסטימלעכע רעדנסאָרטן, גלײַכווערטלעך און אַנעקדאָטן". "דער וווּנדער־אוצר" טיילט זיך אויס פֿון די אַנדערע זאַמלונגען, צוליב פֿאַרשיידענע טעמים. קודם־כּל, האָט דער מחבר געפֿונען מער ווי אַ העלפֿט פֿון זײַן מאַטעריאַל אין די ווערק פֿון אונדזערע קלאַסיקער — מענדעלע מוכר־ספֿרים, שלום־עליכם און י. ל. פּרץ, ווי אויך אַנדערע משׂכּילישע שרײַבער ווי א. מ. דיק, יואל לינעצקי און יעקבֿ דינעזאָן.

געשיכטע, ייִדיש־וועלט, קולטור
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סאַלאָן פֿון רחל וואַרנהאַגען

אַ מאָדנער מענטש איז ער עפּעס געווען, דער מלך פֿרידריך דער צווייטער פֿון פּרײַסן (1712—1786). שיינגײַסט, איז ער פֿון די ייִנגסטע יאָרן געווען פֿאַרקאָכט אין מוזיק, געשפּילט אויף עטלעכע אינסטרומענטן, געשאַפֿן אייגענע מוזיק, און דערצו געדיכט לידער אויף פֿראַנצויזיש. מילא — פֿרידריך גיִאַם, זײַן טאַטע — ער האָט זיך אויפֿגעגעסן... אַ וויסט אָנשיקעניש מיט מוזיק איז עפּעס זײַן קרוינפּרינץ באַפֿאַלן! ווי אַזוי וועט ער אַמאָל אָנפֿירן מיט דער מדינה — ווי אַזוי?! אָבער נישקשה.