קולטור, ייִדיש־וועלט, געשיכטע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך

דעם נאָמען פֿון יצחק (איסאַק) נוסינאָוו (1889—1950) דערמאָנט מען איצט זייער זעלטן, בפֿרט אין ייִדישע פּובליקאַציעס. איך האָב ניט געזען, מע זאָל ערגעץ אָפּמערקן זײַן 120סטן יוביליי, כאָטש אַ שפּור האָט נוסינאָוו איבערגעלאָזט אַ טיפֿן סײַ אין דער סאָוועטיש-ייִדישער מסורה, סײַ אין דער אַלגעמיינער סאָוועטישער געשיכטע. למשל, מיט נוסינאָווס נאָמען איז פֿאַרבונדן דער אָנהייב פֿון דער טרויעריק-באַוווּסטער סטאַליניסטישער קאַמפּאַניע קעגן "קאָסמאָפּאָליטן". קודם-כּל, האָט מען דאָך אַטאַקירט נוסינאָווס בוך "פּושקין און וועלט-ליטעראַטור" (1941),

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

ווי באַקאַנט, האָבן בײַם אָנהייב די אַשכּנזישע ייִדן געלעבט מיט אָרטיקע דײַטשן אויף איין טעריטאָריע. דערנאָך האָבן די צוקונפֿטיקע ייִדיש־רעדערס זיך באַזעצט אויף מיזרח, אין די סלאַווישע לענדער. מחוץ די דײַטש־רעדנדיקע לענדער איז די פֿאַרבינדונג צווישן די דײַטשע און ייִדישע קולטורן אָפּגעשוואַכט געוואָרן. ס׳איז שווער אָפּצושאַצן ווי גרויס האָט די דײַטשע קולטור משפּיע געווען אויף דער ייִדישער, און פֿאַרקערט. אינעם פֿעלד פֿון פֿאָלקלאָר קען מען זיכער יאָ אידענטיפֿיצירן ווערטלעך, פֿאָלקס־מעשׂיות און פֿאָלקסלידער, און אַפֿילו מינהגים אָדער גלייבענישן, מיט וועלכע ביידע פֿעלקער טיילן זיך.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מיכאל פֿעלזענבאַום. 


די רוסישע עליה פֿון די 1990ער האָט געשאַפֿן אַן אייגנאַרטיקע שמעלץ־קולטור, וואָס נעמט אין זיך אַרײַן עלעמענטן פֿון דער רוסיש־סאָוועטישער, ישׂראלדיקער און סתּם־אייראָפּעיִשער קולטור, דאָס רובֿ עולים זײַנען דעמאָלט געקומען פֿון אַסימילירטע רוסיש־רעדנדיקע משפּחות, און אין ישׂראל האָבן זיי אַזוי אָדער אַנדערש "אַנטדעקט" זייער פּינטעלע־ייִדישקייט. הײַנט, אַ יאָר פֿופֿצן אָדער צוואַנציק נאָך דעם אָנקומען פֿון יענער מענטשלעכער כוואַליע קיין מדינת־ישׂראל, האָבן די סאָוועטישע עולים זיך שוין מערסטנס גוט אַדאַפּטירט צו די נײַע באַדינגונגען.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט, פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די טעג האָב איך, ווי יעדע וואָך, באַקומען אַן עלעקטראָנישע רעקלאַמע פֿון די פֿרישע אַרטיקלען, וואָס האָבן זיך באַוויזן אין דעם ענגלישן "פֿאָרווערטס". צווישן זיי איז געווען אויך אַזאַ: "שמוציקע ווערטלעך ווערן קיין מאָל ניט פֿאַרעלטערט". עליסאַ סטראַוס, די מחברטע פֿון דער ענטוזיאַסטישער רעצענזיע, לעקט זיך ממש די פֿינגער פֿון דער נײַער אויפֿלאַגע פֿונעם ביכל Yiddish Sayings Mama Never Taught You ("ייִדישע ווערטלעך, וואָס די מאַמע האָט דיך ניט געלערנט").

ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער קאַלומביע־קלאַס פֿון 2009—2010. די לערערין איז מרים האָפֿמאַן

דער נײַער זמן האָט זיך אָנגעהויבן ווי יעדער זמן אין מײַנע לעצטע, כּמעט צוואַנציק יאָר, אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. דאָס יאָר 2009—2010, און די רשימה ציילט בערך צוואַנציק פֿון זיי — יונגע, שמייכלענדיקע, ענטוזיאַסטישע סטודענטן — וואָס ס׳איז אַ מחיה צו לערנען מיט זיי. ס׳רובֿ פֿון זיי קומען טאַקע פֿון מאָדערנע אָרטאָדאָקסישע היימען, אַ קליינע טייל פֿון זיי וואָס האָבן זיך אָפּגעשיידט פֿון דער אָרטאָדאָקסיע.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צו זיין 65סטן יאָרצײַט

דאָס פּאָפּולערסטע ליד וואָס איז אַרויסגעקומען פֿונעם חורבן איז אָן אַ ספֿק דאָס פּאַרטיזאַנער־ליד — "זאָג ניט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג". כּמעט יעדעס יאָר — ווען עס דערנענטערט זיך די דאַטע פֿון דער הזכּרה פֿון דער שואה און 19טן אַפּריל — קומט אַ בקשה וועגן דעם ליד. צווישן די לידער וואָס מע בעט זײַנען — "ס׳ברענט, ברידערלעך ס׳ברענט", "אַני־מאמין" און דער "פּאַרטיזאַנער־הימען". בײַ די הזכּרות וואָס איך האָב בײַגעוווינט זינגט מען דאָס ליד שטייענדיקערהייט אין כּבֿוד פֿון די געפֿאַלענע קעמפֿער.

ייִדיש־וועלט, פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
שמואל רובינשטיין

אין זײַן הומאָריסטישן ביכל, "רויטער געלעכטער: אילוסטרירטער פֿלוג־אַלמאַנאַך פֿאַר ליטעראַריש־געזעלשאַפֿטלעכער סאַטירע", געדרוקט אין וואַרשע, צווישן ביידע וועלט־מלחמות, פֿרעגט דער מחבר, שמואל רובינשטיין — אַ באַקאַנטער פֿאָלקלאָריסט — "וועלכע זאַך ברענט אָן פֿײַער? דעם ווילנערס ׳פֿאָלקלאָריסט׳ ש. באָסטאָמסקיס היטל בײַם אויסניצן א. מ. דיקס ׳הונדערט פֿראַגן און אַנטוואָרטן׳ פֿאַר זײַנע ׳געזאַמלטע׳ רעטענישן (ווילנע, 1923)". די פֿראַגע, אָדער באַשולדיקונג, געפֿינט זיך אויף זײַט 36 אין אַ ריי אַנדערע בײַסיקע פֿראַגעס וואָס האָבן אַ שײַכות מיט דער פּאָליטיש־געזעלשאַפֿטלעכער סבֿיבֿה אין פּוילן פֿון יענער צײַט.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ בילד צום אַרטיקל אין "פֿאָרווערטס" פֿון אָנהייב 1930ער יאָרן, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן דעם "ראַדיאָ מאָסקווע"; ל. טראָצקי (רעכטס) און י. סטאַלין

איך האָב זיך ניט באַטייליקט אין די וואַלן דעם 3טן נאָוועמבער, כאָטש אין דעם טאָג בין איך געווען אין ניו-יאָרק. די זאַך איז אַז איך בין ניט קיין אַמעריקאַנער בירגער. אָבער דער פֿאַקט פֿון מײַן אָנגעהעריקייט צו גרויס-בריטאַניע שטייט ניט געשריבן בײַ מיר אויפֿן שטערן, און אין משך פֿונעם גאַנצן טאָג האָט מען מיר אין די הענט געשטופּט פּאַפּירלעך, גערופֿן מיך צו שטימען פֿאַר מײַקל בלומבערגן. וואָס וואָלט איך געטאָן, טאָמער איך וואָלט יאָ געווען אַן אַמעריקאַנער?

מיר דאַכט זיך, אַז פֿאַר בלומבערגן וואָלט איך בשום-אופֿן ניט געשטימט.

ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
דער נײַער דרײַ־קאָמפּאַקטל־קאָמפּלעט 
פֿון אַלטע ייִדישע פּלאַטעס, אויסגעקליבן 
פֿון דער מיירענט־זאַמלונג

יענע וואָך איז דערשינען אַ דרײַ־קאָמפּאַקטל־קאָמפּלעט, אונטערן נאָמען "חזנים, קלעזמאָרים און פּאָפּולערע זינגער 1905—1953: קלאַסישע ייִדישע פּלאַטעס פֿון דער מיירענט זאַמלונג" (Cantors, Klezmorim and Crooners 1905—1953). די קאָמפּאַקטלעך נעמען אַרײַן 67 מוזיקאַלישע רעקאָרדירונגען; 42 פֿון זיי, האָט מען נאָך פֿריִער קיין מאָל נישט אַרויסגעגעבן אין אַ דיגיטאַלישן פֿאָרמאַט. צוזאַמען מיט די קאָמפּאַקטלעך געפֿינט זיך אויך אַ באַגלייט־ביכל פֿון 72 זײַטן מיט אַ פּרטימדיקער אינפֿאָרמאַציע וועגן די אַרטיסטן אָנגעשריבן פֿון הענעך סאַפּאָזשניק.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס איז מסתּמא ניטאָ קיין אַנדער בײַשפּיל פֿון צוויי שפּראַכן, וואָס זאָלן זײַן אַזוי נאָענט און, אין דער זעלבער צײַט, אַזוי ווײַט איינע פֿון דער אַנדערער, ווי ייִדיש און דײַטש. אין פֿאַרשידענע תּקופֿות זײַנען די קעגנזײַטיקע צווישנבאַציִונגען געווען פֿרײַנדלעך אָדער גאָר פֿײַנטלעך, אָבער אַלע מאָל קאָמפּליצירט. דאָס זאַמלבוך "צווישן צוויי וועלטן׃ באַגעגענישן צווישן ייִדיש און דײַטש", וואָס איז אַרויס אין דער סעריע "סטודיאַ ראָזענטאַליאַנאַ" איז אַ פּרוּוו צו באַהאַנדלען דעם דאָזיקן קאָמפּליצירטן ענין פֿון פֿאַרשידענע שטאַנדפּונקטן.

ייִדיש־וועלט, פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
דער וואָלף רײַסט זיך אַרײַן אין שטוב אין דער פֿאָלקס־מעשׂה — "דער וואָלף מיט זיבן ציגעלעך". קינסטלער: קאַרל אָפֿטערדינגער, 19טער יאָרהונדערט, דײַטשלאַנד.

ווען די ברידער גרים האָבן אַרויסגעגעבן זייערע קלאַסישע פֿאָלקס־מעשׂיות זאַמלונגען מער ווי מיט צוויי הונדערט יאָר צוריק אין דײַטשלאַנד, האָבן זיי דערמיט אָנגעהויבן צעאַקערן דאָס פֿעלד פֿון פֿאַרגלײַכיקער פֿאָלקס־ליטעראַטור. יעדעס לאַנד אין אייראָפּע האָט זיך פֿאַרטראַכט — "מיר האָבן אויך אַזוינע שיינע מעשׂיות וואָס די פּויערים דערציילן" — און די ערשטע פֿאָלקלאָריסטן זענען אַרומגעגאַנגען אין די דערפֿער און זיי פֿאַרשריבן און אַרויסגעגעבן.

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די טעמע וואָס איך קלײַב זיך צו באַהאַנדלען איז, לויט מײַן מיינונג, וויכטיק גענוג מיך אַרויסצורײַסן פֿון מײַן זעלבסט־אַרויפֿגעצוווּנגענעם איבעררײַס אין מײַן זשורנאַליסטישער טעטיקייט. די סיבה דערצו איז דאָס אַוועקגיין אין דער אייביקייט פֿון וויליאַם סאַפּיר, דעם פּראָמינענטן קאָלומניסט פֿון דער New York Times און לינגוויסט. אַגבֿ, כּדאַי צו באַמערקן, אַן אוהבֿ פֿון מדינת־ישׂראל.