עס איז מסתּמא ניטאָ קיין אַנדער בײַשפּיל פֿון צוויי שפּראַכן, וואָס זאָלן זײַן אַזוי נאָענט און, אין דער זעלבער צײַט, אַזוי ווײַט איינע פֿון דער אַנדערער, ווי ייִדיש און דײַטש. אין פֿאַרשידענע תּקופֿות זײַנען די קעגנזײַטיקע צווישנבאַציִונגען געווען פֿרײַנדלעך אָדער גאָר פֿײַנטלעך, אָבער אַלע מאָל קאָמפּליצירט. דאָס זאַמלבוך "צווישן צוויי וועלטן׃ באַגעגענישן צווישן ייִדיש און דײַטש", וואָס איז אַרויס אין דער סעריע "סטודיאַ ראָזענטאַליאַנאַ" איז אַ פּרוּוו צו באַהאַנדלען דעם דאָזיקן קאָמפּליצירטן ענין פֿון פֿאַרשידענע שטאַנדפּונקטן.
ווי עס פּאַסט פֿאַר דער סעריע, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿונעם באַקאַנטן דײַטשן ביכער־זאַמלער לייזער ראָזענטאַל, וואָס זײַן ביבליאָטעק איז געוואָרן דער יסוד פֿון דער באַרימטער ייִדישער ביכער־זאַמלונג אין אַמסטערדאַם, זײַנען די ערשטע צוויי אַרטיקלען געווידמעט דער געשיכטע פֿון ייִדיש אין האָלאַנד.
מאַריאָן אַפּטראָט (דיסלדאָרף) און שלמה בערגער (אַמסטערדאַם) באַהאַנדלען די סאָציאַל־לינגוויסטישע אַספּעקטן פֿון די באַציִונגען צווישן ייִדיש און דײַטש אין דער האָלענדישער ייִדישער קהילה אין דעם 18טן יאָרהונדערט, ווען די השפּעה פֿון דײַטש אויף דער גערעדטער און געשריבענער שפּראַך פֿון די האָלענדישע אַשכּנזים איז געוואָרן גאַנץ שטאַרק. די ייִדישע שפּראַך, וואָס זייערע אָבֿות האָבן מיטגעבראַכט מיט זיך פֿון פּוילן, איז בהדרגה געוואָרן אַרויסגעשטופּט דורך דעם מער "קולטורעלן" דײַטש־ייִדישן דיאַלעקט. עס איז מערקווירדיק, אַז די האָלענדישע אַשכּנזים האָבן איבערגענומען דווקא די קולטור פֿון דײַטשע ייִדן און ניט פֿון זייערע האָלענדישע מיטבירגער.
די תּקופֿה פֿונעם 17טן־18טן יאָרהונדערט, וואָס איז געווען פֿול מיט גרויסע און קליינע צרות און איבערקערענישן פֿאַר ייִדן, בפֿרט אין מיזרח־ און מיטל־אייראָפּע, האָט באַקומען אין דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע דעם נאָמען פֿון "מיטל־ייִדישע ליטעראַטור". אַ כאַראַקטעריסטישער מוסטער פֿון דער דאָזיקער ליטעראַטור איז דער מאָראַליש־קבליסטישער ספֿר "קו־היושר" פֿון ר׳ צבֿי־הירש קוידאַנאָווער (שקלאָוו, 1785). ווי עס דערקלערט זשאַן באַומגאַרטען (פּאַריז), שפּיגלט דער דאָזיקער ספֿר אָפּ די אַלגעמיינע אינטעלעקטועלע און גײַסטלעכע שטימונג פֿון יענער תּקופֿה. אָנגעשריבן אויף ייִדיש, האָט דער ספֿר געדינט ווי אַ גליד, וואָס האָט פֿאַרבונדן די געהיימע תּורה פֿון לוריאַנישער קבלה מיט דער פּאָפּולערער מיסטיק פֿון חסידות.
דאָס רעשט פֿונעם זאַמלבוך איז געווידמעט דער מאָדערנער תּקופֿה. סעם ספּינער (ניו־יאָרק) אַנטפּלעקט דעם פֿאַקטישן הינטערגרונד אין די דערציילונגען פֿונעם באַרימטן עסטרײַכישן מחבר לעאָפּאָלד פֿאָן זאַכער־מאַזאָך, וועלכער האָט זיך קונה־שם געמאַכט ווי אַ מומחה אויף דעם ייִדישן לעבן אין גאַליציע אינעם 19טן יאָרהונדערט. אין דער אמתן (ווי עס האָט דערוויזן דער אַמעריקאַנער פֿאָרשער אירווינג מאַזע) האָט זאַכער־מאַזאָך געשעפּט זײַן אינפֿאָרמאַציע פֿון אַ פּאָר דײַטשע ביכער, און זיינע קענטענישן וועגן ייִדן זײַנען געווען זייער קנאַפּ.
די ציוניסטישע באַוועגונג, וואָס האָט אינעם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט געשאַפֿן אַן אייגענע דײַטש־ייִדישע קולטור, האָט פֿון דאָס נײַ אָפּגעשאַצט די געשטאַלט פֿון "אָסט־יודען" און זייער שפּראַך. דזשעפֿרי גראָסמאַן באַטראַכט דעם דאָזיקן ענין דורך דעם שפּאַקטיוו פֿון די דײַטשע איבערזעצונגען פֿון שלום־עליכם און די באַציִונג צו זיי אין דער סבֿיבֿה פֿון דער דײַטש־ייִדישער אינטעליגענץ. די פֿאָרשטייער פֿון דער אַלטער ליבעראַלער שיטה האָבן ניט געהאַלטן פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור, און די ערשטע איבערזעצונגען פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור זײַנען געווען שטאַרק "פֿאַרדײַטשט". זייערע ייִנגערע אָפּאָנענטן, ווי גרשם שלום, למשל, האָבן געטענהט, אַז מען מוז יאָ אָפּהיטן וואָס מער ייִדיש אין די איבערזעצונגען, און ניט איבערזעצן אַזעלכע עיקרדיק־ייִדישע באַגריפֿן ווי תּורה אָדער גיהנום. אַזוי אַרום, דערווײַזט גראָסמאַן, האָבן די פֿאַרשידענע סטיליסטישע סטראַטעגיעס פֿון אַזעלכע איבערזעצער ווי אלכּסנדר עליאַסבערג, נתן בירנבוים און פֿריץ־מרדכי קאַופֿמאַן אָפּגעשפּיגלט די פֿאַרשידענע באַגריפֿן פֿון דער דײַטש־ייִדישער אידענטיטעט.
דער צווייטער טייל פֿונעם בוך באַטראַכט דעם ענין פֿונעם צווייטן — ייִדישן — צד. גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק) האָט פּרטימדיק אויסגעפֿאָרשט די ליטעראַרישע סבֿיבֿה, וואָס האָט זיך אויסגעפֿורעמט אין בערלין אין די 1920ער יאָרן אַרום דוד בערגעלסאָן. ער אַנאַליזירט דעם קולטורעלן און אידעיִשן קאָנטעקסט פֿון בערגעלסאָנס קער צו קאָמוניזם, און קומט צו אַן אויספֿיר, אַז אַ גרויסע ראָלע דערבײַ האָבן געשפּילט בערגעלסאָנס סימפּאַטיעס צו די פּראָיעקטן פֿון ייִדישער קאָלאָניזאַציע אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
מאַרק קאַפּלאַן (באַלטימאָר) לייגט פֿאָר אַן אָריגינעלע לייענונג פֿון דעם ניסתּרס באַרימטער נאָוועלע "אונטער אַ פּלויט" (1929), וואָס ער פֿאַרגלײַכט מיט דעם ראָמאַן "פּראָפֿעסאָר אונראַט" (1905) פֿון הײַנריך מאַן און דעם פֿילם "דער בלויער מלאך" (1930). סײַ דעם ניסתּרס מעשׂה און סײַ דער פֿילם, טענהט קאַפּלאַן, באַהאַנדלען, אויף אַ מעטאַפֿאָרישן אופֿן, די שרעק פֿון דער אינטעליגענץ פֿאַר דער "סכּנה" פֿון מאַסן־קולטור. דאָס איז אַ נײַער קוק אויף דעם קריזיס פֿונעם ייִדישן מאָדערניזם, וואָס פֿירט דעם וויכּוח אַרויס פֿונעם סדום־בעטל פֿון דער פּאָליטיש־אַנטיסעמיטישער פּראָבלעמאַטיק.
דער ענין פֿון "דײַטשמעריזמען" איז געוואָרן אַ האַרבע פּראָבלעם פֿאַר ייִדישיסטן ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה. יאַן שוואַרץ (שיקאַגע) עפֿנט זײַן שטודיע וועגן יעקבֿ גלאַטשטיינס "באַגעגענישן מיט דער דײַטשער שפּראַך און קולטור" מיט מאַקס ווײַנרײַך פּראָקלאַמאַציע פֿון 1938׃ "דײַטשמעריש טויג נישט". דער חורבן האָט געהאַט אַ גוואַלדיקע השפּעה אויף גלאַטשטיינס פּאָעטישער שפּראַך, און אַ וויכטיקער פּועל־יוצא דערפֿון איז געווען דאָס אָפּזאָגן זיך פֿון דײַטשמעריזמען. גלאַטשטיין האָט געשאַפֿן פֿאַר זיך אַן "אַלטערנאַטיוון ליטעראַרישן ייִחוס"׃ "פֿון וואַגנערס געץ־מוזיק צו ניגון, ברומען". די צײַט פֿון מאָדערניזם, מיט זײַן פֿרײַנדלעכער באַציִונג צו פֿרעמדע שפּראַכן און השפּעות, האָט זיך פֿאַרענדיקט פֿאַר גלאַטשטיינען אין 1938. אַנשטאָט דעם איז געקומען די "פּאָעטיק פֿון זכּרון", ווי עס דעפֿינירט זי יאַן שוואַרץ.
די כראָנאָלאָגישע און טעמאַטישע קאָמפּאָזיציע פֿונעם זאַמלבוך כאַפּט אַרום ביז גאָר פֿאַרשידענע מינים און שיטות פֿון צווישנבאַציִונגען צווישן ייִדיש און דײַטש. די דאָזיקע טעמע בלײַבט ניט אויסגעשעפּט ביז הײַנט, ווען ייִדיש און ייִדישע ליטעראַטור ווערן אויף ס׳נײַ אַנטדעקט אין דײַטשלאַנד. פֿאַר אַ טייל פֿון דער ליבעראַלער דײַטשער אינטעליגענץ פֿאַרנעמט ייִדיש אַ טשיקאַווע פּאָזיציע ווי אַ במקומדיקער "ניצלעכער עבֿר". ייִדיש רעפּרעזענטירט אַ היסטאָרישע מעגלעכקייט, וואָס איז ניט מקוים געוואָרן. די דאָזיקע טעמע האָט שוין אירע אייגענע יונגע פֿאָרשער, און מען קאָן האָפֿן, אַז מען וועט אין אַ צײַט אַרום אַרויסגעבן אַ צווייטן באַנד וועגן די "באַגעגענישן" צווישן ביידע קולטורן אין דער איצטיקער צײַט.