|
דער וואָלף רײַסט זיך אַרײַן אין שטוב אין דער פֿאָלקס־מעשׂה — "דער וואָלף מיט זיבן ציגעלעך". קינסטלער: קאַרל אָפֿטערדינגער, 19טער יאָרהונדערט, דײַטשלאַנד. |
|
ווען די ברידער גרים האָבן אַרויסגעגעבן זייערע קלאַסישע פֿאָלקס־מעשׂיות זאַמלונגען מער ווי מיט צוויי הונדערט יאָר צוריק אין דײַטשלאַנד, האָבן זיי דערמיט אָנגעהויבן צעאַקערן דאָס פֿעלד פֿון פֿאַרגלײַכיקער פֿאָלקס־ליטעראַטור. יעדעס לאַנד אין אייראָפּע האָט זיך פֿאַרטראַכט — "מיר האָבן אויך אַזוינע שיינע מעשׂיות וואָס די פּויערים דערציילן" — און די ערשטע פֿאָלקלאָריסטן זענען אַרומגעגאַנגען אין די דערפֿער און זיי פֿאַרשריבן און אַרויסגעגעבן.
נאָך דעם ווי אַ צאָל אַזעלכע זאַמלונגען זענען אָפּגעדרוקט געוואָרן, האָט מען תּיכּף באַמערקט תּוכיקע ענלעכקייטן צווישן די מעשׂיות. די דײַטשן האָבן דערציילט די מעשׂה אויף איין אופֿן, און די פֿראַנצויזן, אָדער די נאָרוועגער מיט אַן אַנדער דריי אין מיטן אָדער בײַם סוף. דורך פֿאַרגלײַכן די וואַריאַנטן פֿון דער זעלבער מעשׂה האָט מען געקענט לערנען די געשיכטע פֿונעם טעקסט; ווי אַזוי און ווי ווײַט אַ געוויסער נוסח האָט זיך פֿאַרשפּרייט איבער אייראָפּע און נאָך ווײַטער.
דער ייִדישער פֿאָלקלאָריסט י. ל. כּהן (1881—1937), וואָס האָט גוט געקענט די וועלט־ליטעראַטור וועגן פֿאָלקלאָר, האָט געוואָלט, אַז אויך די ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות זאָלן ווערן אַ טייל פֿון דער גלאָבאַלער פֿאָלקס־מעשׂה־מאָזאַיִק און האָט געזאַמלט מעשׂיות, האַלטנדיק אַן אויג אויף דער גרים־זאַמלונג. אַנדערע ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן ווי ש. אַנ־סקי און שמאול לעהמאַן האָבן באַוווּסטזיניק, אָדער אומבאַוווּסטזיניק, געזאַמלט זייערע מאַטעריאַלן, כּדי אַרויסצוהייבן דאָס פּינטעלע ייִד אינעם פֿאָלקלאָר. נישט כּהן — ער האָט נישט געשטרעבט צו ווײַזן ווי איינציק ס'זענען געווען די ייִדישע וואַריאַנטן פֿון די גרים מעשׂיות, נאָר פֿאַרקערט — צו ווײַזן, אַז די ייִדן דערציילן ענלעכע מעשׂיות, ווי אַלע אַנדערע אייראָפּעיִשע פֿעלקער און דעריבער זענען זיי גלײַך צו זיי ווי אַ פֿאָלק. מע דאַרף געדענקען, אַז דאָס פֿעלד פֿון פֿאָלקלאָר איז אַנטוויקלט געוואָרן אין אַ תּקופֿה פֿון נאַציאָנאַליסטישע שטימונגען און איז תּמיד געווען פֿאַרבונדן מיטן שטאָלץ פֿון אַ פֿאָלק.
האָט כּהן טאַקע פֿאַרשריבן פֿײַנע ייִדישע וואַריאַנטן פֿון די ברידער גרים־מעשׂיות און האָט אָנגעהויבן פֿאַרצייכענען די פּאַראַלעלן (זעט די ייִוואָ־אויסגאַבע פֿון כּהנס כּתבֿים: "שטודיעס אין ייִדישער פֿאָלקשאַפֿונג"). הײַנט וועלן מיר זיך אָפּשטעלן אויף איין מעשׂה, וואָס מיר פֿאַרצייכענען ווי "די באַליבסטע ייִדישע פֿאָלק־מעשׂה", ווײַל פֿון דער דאָזיקער מעשׂה אויף ייִדיש האָט מען געזאַמלט זייער אַ סך וואַריאַנטן. זי איז אויך, צופֿעליק, די איינציקע פֿאָלקס־מעשׂה וואָס מײַן באָבע ("באַבע") ליפֿשע האָט אונדז קינדער דערציילט, און איר וועט באַלד פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס.
די מעשׂה אויף ייִדיש האָט פֿאַרשיידענע נעמען, צווישן זיי — "די באַבעטשקע מיט די קינדערלעך", "אַ רבֿ מיט אַ רביצין" "זשאַדעלע־באַבעלע" און איז, ווײַזט אויס, אַ ווײַטער "קרובֿ" פֿון דער באַקאַנטער פֿאָלקס־מעשׂה, וואָס מע רופֿט אויף דײַטש, "ראָטקעפּפֿכען" ("רויטקעפּעלע") און אויף ענגליש "לידל רעד רײַדינג הוד". בײַ די ברידער גרים, אָבער, איז פֿאַראַן אַ נאָענטער וואַריאַנט צו דער ייִדישער מעשׂה, וואָס הייסט "דער וואָלף און די זיבן ציגעלעך" (נומער פֿינף אין זייער זאַמלונג). בײַ די גרים ברידער, און אין אַ סך אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, זענען די כאַראַקטערן אין דער מעשׂה נאָר חיות; אָבער אויף ייִדיש פֿאַרנעמט די ראָלע פֿון דער מאַמע־ציג די באַבעטשקע, אָדער באָבע, און אויפֿן אָרט פֿון די ציגעלעך, פֿאַרנעמען די ראָלע די קינדערלעך, אָדער אייניקלעך.
מײַן באָבעס נוסח, ווען זי האָט עס מיר דערציילט, האָט זי איבערגעגעבן אַזוי —
"אַמאָל איז געווען אַ באַבע מיט אַ סך, אַ סך קינדערלעך. איינס האָט געהייסן חיימל, אַן אַנדער טײַבעלע, אַ דריטס גיטעלע, אַ פֿערטס רחלע, און דאָס קלענסטע האָט געהייסן — איציעלע. איין טאָג האָט די באָבע געזאָגט צו די קינדערלעך: ׳קינדערלעך, איך דאַרף אַרויס קלויבן שפּענדעלעך, שליסט די טיר און לאָזט קיינעם נישט אַרײַן!׳ און די באַבע איז אַרויסגעגאַנגען קלויבן שפּענדעלעך. איז אָנגעקומען אַ גרויסער בער און געגעבן אַ קלאַפּ אין טיר — ׳קינדערלעך, קינדערלעך לאָזט מיך אַרײַן!׳ ׳ניין׳, האָבן געענטפֿערט די קינדער. האָט דער בער נאָך אַ מאָל געזאָגט ׳קינדערלעך, לאָזט מיך אַרײַן!׳ ׳ניין, מיר וועלן נישט׳, האָבן געענטפֿערט די קינדער. און דער בער האָט אַ דריט מאָל געזאָגט מען זאָל אים אַרײַנלאָזן, און די קינדער האָבן נאָך אַ מאָל געענטפֿערט — ׳ניין!׳. איז דער בער געגאַנגען צום קאָוועל און האָט זיך פֿאַרפּאַנצערט זײַן ׳הינטערן׳ און האָט אײַנגעבראָכן די טיר. די קינדערלעך האָבן זיך גיך באַהאַלטן. חיימל אויפֿן אויוון; טײַבעלע אונטערן אויוון. גיטל אויפֿן בעט; רחל אונטערן בעט, און איציעלע, דאָס קלענסטע האָט זיך באַהאַלטן אין זאַלצמעסטל. האָט דער בער זיך אַרײַנגעריסן אין שטוב און האָט געזוכט די קינדערלעך און זיי אַלע אויפֿגעגעסן — חיימל אויפֿן אויוון, טײַבעלע אונטערן אויוון; גיטל אויפֿן בעט; רחל אונטערן בעט. נאָר איציעלען, אין זאַלצמעסטל, האָט ער נישט געפֿונען, און ער האָט זיך געלייגט שלאָפֿן אויפֿן בעט. איז אַרויסגעקומען איציעלע און צוגעלאָפֿן צו דער באַבען וואָס איז צוריקגעקומען פֿון קלויבן שפּענדעלעך און איר אַלץ דערציילט. זי האָט צוגערופֿן דעם בער — ׳בערעלע, בערעלע, קום זיך וואַשן!׳. ׳איך וויל נישט׳, האָט ער איין מאָל געענטפֿערט. האָט זי אים נאָך אַמאָל געבעטן "בערעלע, בערעלע, קום זיך לויזן!׳ און נאָך אַ מאָל האָט ער געענטפֿערט, ׳איך וויל נישט׳. האָט זי דאָס דריטע מאָל אים צוגערופֿן ׳בערעלע, בערעלע, קום עסן קאַשע מיט מילך!׳ און אויף דעם האָט ער שוין געענטפֿערט יאָ. און ווען ער איז צוגעקומען האָט די באַבע גענומען אַ שער און געגעבן אַ שניט דעם בערס בויך — ׳כיק!׳ און אַרויסגענומען אַלע קינדערלעך, און זיי געוואַשן, און אָנגעטאָן ווײַסע קליידער, און זיי געשיקט אין חדר אַרײַן!"
אין אַנדערע וואַריאַנטן האָט די באַבע צעשניטן דעם בערס בויך, ווען ער איז געשלאָפֿן אויפֿן בעט, און האָט אַרײַנגעלייגט שטיינער אויפֿן אָרט פֿון די קינדערלעך, ער זאָל זיך נישט כאַפּן וואָס ס׳איז געשען, און זי האָט צוריקפֿאַרנייט דעם בויך. צום סוף פֿון דעם וואַריאַנט זינגט מען:
שטיינדעלעך און ביינדעלעך קלינגען אין בויך
ברכהלע און פּעשעלע וועלן עסן אַ גילדענע יויך!
איר פֿאַרשטייט שוין פֿאַר וואָס די באָבעס פֿון דער וועלט האָבן דערציילט די מעשׂה? אַוודאי, ווײַל די באָבע איז די העלדין. אין ס'רובֿ וווּנדער־מעשׂיות איז דער העלד דער שיינער, יונגער פּרינץ. אָבער דאָ, ווי אַ נאָווענע, ראַטעוועט די אַלטע באָבע אַלע קינדערלעך.
אינעם דאָזיקן ייִדישן וואַריאַנט פֿון דער מעשׂה — "דער וואָלף מיט די זיבן ציגן" — געפֿינט מען עטלעכע טשיקאַווע קולטורעלע קנייטשן. ווי מע ווייסט, אין באַקאַנטע וואַריאַנטן פֿון "ראָטקאָפּפֿכען", ראַטעוועט דאָס מיידל דער יעגער, וואָס שנײַדט זי אַרויס פֿונעם וואָלפֿס בויך. אין ערגעץ ווערט נישט דערמאָנט, אַז מע האָט זי געוואַשן, גערייניקט, און זיכער נישט אָנגעטאָן ווײַסע קליידער און געשיקט אין חדר. אָבער פֿאַרן ייִדישן צוהערער האָט מען דעם געדאַנק, אַז אַ מענטש זאָל אַרויסקומען פֿונעם בויך פֿון אַ חיה — בער אָדער וואָלף — און נישט זײַן פֿאַראומרייניקט, נישט געקענט אָנגענומען ווערן. דער מעשׂה־דערציילער האָט געדאַרפֿט צוגעבן די פּרטים וועגן רייניקן און אָפּוואַשן דאָס קינד.
דאָס שפּיגלט אָפּ, אַגבֿ, דעם טיפֿן חוש בײַ ייִדן פֿון טומאה, וואָס מע געפֿינט אין אַנדערע ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות און אויך אין באַלאַדעס. אַ מאָל געפֿינט מען ענלעכע טעקסטן בײַ די אַנדערע פֿעלקער, אָבער מיט פּרטים פֿול מיט בלוט־פֿאַרגיסונג, וואָס די ייִדן האָבן אויסגעשלאָסן אין זייערע וואַריאַנטן.
עס איז נאָך דאָ אַ סך צו דערציילן וועגן דער מעשׂה פֿון דער "באַבעטשקע מיט אַ סך קינדערלעך" — וועגן איר סטרוקטור, למשל, אין וועלכער די דיאַלאָגן פֿון קינדער און דעם בער האָבן אַן אָפּקלאַנג אינעם שפּעטערדיקן דיאַלאָג צווישן דער באָבע און בער — אָבער מיר ברענגען דאָס נאָר ווי איין משל פֿון דער ייִדישער וואַריאַציע פֿון די ברידער גרים־מעשׂיות.