- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין די יאָרן 1963—1968 האָב איך זיך געלערנט אין טיראַספּאָלער מלוכישן פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. צווישן די לימודים, וואָס איך האָב דאָרט שטודירט איז אויך געווען די דײַטש. מיט דער קאַטעדרע פֿון גערמאַנישע שפּראַכן האָט אין יענע יאָרן אָנגעפֿירט שמעון (סעמיאָן אַנאַטאָליעוויטש) סאַנדלער. מיט 75 יאָר צוריק, אין די טעג צווישן דעם 17טן אויגוסט און דעם 1טן סעפּטעמבער 1934, איז אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען דער ערשטער צוזאַמענפֿאָר פֿון סאָוועטישע שרײַבער, וואָס האָט פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר אַ נײַער תּקופֿה אין דער סאָוועטישער קולטור — די תּקופֿה פֿון דעם אַזוי-גערופֿענעם סאָציאַליסטישן רעאַליזם. דער צוזאַמענפֿאָר האָט געשאַפֿן דעם סאָוועטישן שרײַבער-פֿאַראיין, אַ מין מיניסטעריום פֿאַר ליטעראַטור. דזשעני מערקין, איינע פֿון מײַנע אַמאָליקע סטודענטקעס, האָט זיך ווידער רעגיסטרירט און גענומען אַ סעמעסטער מיט מיר. יענע וואָך האָט זי מיר דערלאַנגט אַן אַרבעט, באמת אַ גאַנצע שטודיע וועגן איר משפּחה וואָס אַ טייל פֿון זיי האָבן געוווינט אין פּוילן, אַריבער קיין דײַטשלאַנד און צום סוף קיין בעלגיע. זי דערציילט אַז אין 1940, ווען די דײַטשן זײַנען באַפֿאַלן בעלגיע, דעם זעלבן פֿרײַטיק, האָט איר זיידע, זײַן עלטערער ברודער, עלטערע שוועסטער, זייערע עלטערן, די באָבע־זיידע פֿון טאַטנס צד, הײַנט, ווען עס פֿאַלן אויס די ימים־נוראים, ברענגען מיר די לידער וואָס ייִדישע דיכטער האָבן אין פֿאַרשיידענע צײַטן געשאַפֿן וועגן ראָש־השנה און יום־כּיפּור. אין די לידער הערן זיך די ברכות און גוטע וווּנטשן, מען הערט דאָס בלאָזן פֿון די תּקיעות. דער ייִוואָ (ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט) אין ניו־יאָרק איז אַ צענטער פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג, דעריבער איז זײַן צוקונפֿט און זײַנע פּלענער פֿאַרבונדן מיט דער גאַנצער ייִדיש־וועלט. מיטן אויסקלײַב פֿון דזשאָנאַטאָן ברענט ווי דער נײַער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר, האָט מען באַשטימט אַן אָנפֿירנדיקע פּערזענלעכקייט פֿון דער פֿאַרלעגערישער וועלט, וואָס האָט געדאַנקען און אײַנפֿאַלן, וועגן דער ווײַטערדיקער אַרבעט פֿון ייִוואָ.
"רב קרובֿ, איר פֿאָרט ניט קיין כעלעם?"
יעדעס יאָר בײַ דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון די אַמעריקאַנער פֿאָלקלאָריסטן, קומט פֿאָר אַ באַנקעט און מע זיצט בײַ געדעקטע טישן — אַ טיש פֿאַר יעדן מין מומחה; דהײַנו, די פֿאָרשער פֿון אַלטע באַלאַדעס זיצן, געוויינטלעך צוזאַמען בײַ איין טיש. די זאַמלערס פֿון ווערטלעך און אויסדרוקן זיצן בײַ אַן אַנדער טיש, און די ספּעציאַליסטן אין וויצן און וויציקע מעשׂיות בײַ זייער אייגענעם טיש. (צו די שלושים נאָך דער פּטירה פֿון יוסף בורג) געשטאָרבן איז ער אין עלטער פֿון איבער 97 יאָר, נאָר קיין שפּעטצײַטיקער טויט איז ניטאָ. אַזוינס איז ניט צום אויסריידן. געשען איז עס נאָך אַ לאַנגדויערנדיקער קרענק, דעם 10טן אויגוסט 2009, אין דער אַמאָל ייִדיש־ייִדישער שטאָט טשערנאָוויץ. פֿאַר מיר איז די טרויעריקע ידיעה געווען ניט אומגעריכט און דאָך, האָט זי אַ קלאַפּ געטאָן מיט גרויס צער און ווייטיק. אונדזער בידנע ליטעראַטור האָט געליטן אַ שווערן פֿאַרלוסט, וואָס איז ניט צום פֿאַרריכטן. מײַנע קאָלעגן בײַם זוכן אַ פֿאַראַיאָריקן שניי אין די אַלטע צײַטונגען ווייסן, אַז בײַ אַזאַ לייענען קען מען ניט זײַן זיכער וועגן דעם רעזולטאַט. אָפֿט מאָל געפֿינט מען ניט דאָס וואָס מע זוכט. אָבער מע קען זײַן זיכער, אַז עס וועט אַרויסשווימען אַן אינטערעסאַנטער מאַטעריאַל, וועלכער האָט קיין שום שײַכות ניט צו דײַן איצטיקער אַרבעט. בײַ מיר קומט עס פֿאָר די גאַנצע צײַט, בפֿרט בײַם לייענען דעם "פֿאָרווערטס", וואָס איז, ערשטנס, געווען אַ טעגלעכע, גרויסע צײַטונג, און, צווייטנס, האָט געדעקט אַ ברייטע גאַמע געשעענישן און, בכלל, טעמעס. די נאַכט פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג ווערט פֿאַרפֿאַלן איינע פֿון אונדזערע אַקטריסעס, די באָסטאָנער מויד, וואָס האָט געשריבן די מוזיק. זי איז געפֿאָרן פֿון באָסטאָן מיטן אויטאָ און אַרום האַלבער נאַכט האָט זי באַשלאָסן צו קומען צו אונדז אַהיים קיין "ריווערדייל" איבערצונעכטיקן. זי איז אָבער נישט אָנגעקומען. אַזוי ווי איך האָב זיך געלייגט פֿרי שלאָפֿן, האָב איך צו מאָל נישט געוווּסט פֿון דער קאַטאַסטראָפֿאַלער לאַגע. פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק נאָכמיטאָג, בשעת די אַנדערע באַטייליקטע פֿון דער ייִדיש־וואָך האָבן געלייענט די פּאָעמעס פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, אָדער געשוווּמען אין שווים־באַסיין, אָדער גערודערט מיט אַ שיפֿל, זענען אַכט ייִדיש־לערער פֿון איבערן לאַנד געזעסן אין אַ קרײַז און זיך געטיילט מיט די פּראָבלעמען פֿון לערנען אַ ייִדיש־קלאַס, ווען די סטודענטן געפֿינען זיך אויף פֿאַרשידענע מדרגות. צי געפֿינט זיך אַ מין ייִדישע מוזיק וואָס איז לויטער; וואָס איר ייִחוס־בריוו ציט זיך נאָך פֿון דוד־המלכס צײַטן, וואָס קיין פֿרעמדע השפּעה הערט מען אַבסאָלוט נישט? מע ניצט אַזוינע טערמינען ווען מע רעדט וועגן פֿאָלק־ און עטנישער מוזיק ווי "עכט" און "אַלט", אָבער אין דער אמתן, איז עכטקייט אַ רעלאַטיווער באַגריף, און די עלטער פֿון פֿאָלקמוזיק איז כּמעט ווי אוממעגלעך אָפּצושאַצן. נישט געקוקט אויפֿן שווערן עקאָנאָמישן קריזיס אין דער וועלט, און אַ פֿאַרקלענערטער צאָל אָנטיילנעמער, האָט מען אויף 7 טעג, פֿונעם 24סטן ביזן 30סטן אויגוסט, פֿאַרבראַכט אין אַ געהויבענער שטימונג, מיט ייִדישער מוזיק און טענץ, צווישן די בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל. די טרײַבנדיקע כּוחות פֿונעם פֿעסטיוואַל, וואָס פּראַוועט זײַן 14טן יאָר, זענען, פֿון זײַן אָנהייב אָן, געווען און געבליבן ד״ר חיים און סאַנדי גאָלדמאַן פֿון טאָראָנטאָ. ישׂשׂכר וואַרשאַוער האָט אָנגעפֿירט מיט דער קינסטלערישער פּראָגראַם. |