|
פֿון רעכטס: יוסף בורג, יחיאל שרײַבמאַן און מישע לעוו |
|
(צו די שלושים נאָך דער פּטירה פֿון יוסף בורג)
געשטאָרבן איז ער אין עלטער פֿון איבער 97 יאָר, נאָר קיין שפּעטצײַטיקער טויט איז ניטאָ. אַזוינס איז ניט צום אויסריידן. געשען איז עס נאָך אַ לאַנגדויערנדיקער קרענק, דעם 10טן אויגוסט 2009, אין דער אַמאָל ייִדיש־ייִדישער שטאָט טשערנאָוויץ. פֿאַר מיר איז די טרויעריקע ידיעה געווען ניט אומגעריכט און דאָך, האָט זי אַ קלאַפּ געטאָן מיט גרויס צער און ווייטיק. אונדזער בידנע ליטעראַטור האָט געליטן אַ שווערן פֿאַרלוסט, וואָס איז ניט צום פֿאַרריכטן.
יוסף בורג איז געווען דער לעצטער פֿון יענע דורות ייִדישע שריפֿטשטעלער וואָס האָבן געלויכטן און באַלויכטן אונדזער ייִדיש לעבן, וואָס האָבן פֿאַרהאַמעוועט דעם וועג פֿאַר דער אָנגרײַפֿנדיקער אַסימילאַציע.
יוסף בורג איז געווען אַ שילדערער פֿון מענטשלעכע איבערלעבונגען און פֿילאָזאָפֿישער באַזיניקונג; אויב קאָנקרעטער, איז דער הויפּט־צענטער פֿון זײַנע ווערק געווען דער מענטש און די נאַטור. וועגן אים לאָזט זיך זאָגן, אַז ער אַליין איז מיט דער צײַט געוואָרן אַ שטיק געשיכטע, וואָס איז אײַנגעפֿלאָכטן אין אונדזערע ליטעראַרישע אוצרות. כּמעט אַלע זײַנע יאָרן האָט יוסף בורג געלעבט אין טשערנאָוויץ, אַ שטאָט וואָס איז געווען די היים פֿון אַזוינע אָנגעזעענע ייִדישע שרײַבער, ווי אליעזר שטיינבאַרג (1880—1932), יעקבֿ שטערנבערג (1890—1973), משה אַלטמאַן (1890—1981), איציק מאַנגער (1901—1969), שלמה ביקל (1896—1969), יעקבֿ פֿרידמאַן (1910—1972), מאיר חרץ (1912—1993).
און ווי ניט דערמאָנען אַזאַ אייגנאַרטיקע אימפּרעזע, ווי דער שולפֿאַראיין, טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ, "טשערנאָוויצער בלעטער" און נאָך און נאָך...
קיין געזונט וועט אויך ניט צוקומען, אויב צו פּרוּוון "צעקײַען" בורגס ווערטער: "און אָט בין איך איין ייִדישער שרײַבער נישט נאָר אין טשערנאָוויץ, נאָר אין דער גאַנצער אוקראַיִנע". עפּעס אַ קלייניקייט — אוקראַיִנע, דאָרט וווּ ס’האָבן געלעבט און געשאַפֿן אונדזערע קלאַסיקער און דערנאָך די קיִעווער "קולטור־ליגע", ווען די נײַ־צוגעקומענע שרײַבער האָבן ביז דעם ווי סטאַלין האָט זיי אומגעבראַכט, דערגרייכט דעם רענעסאַנס פֿון אונדזער ייִדישער ליטעראַטור.
מיט יוסף בורגן איז געווען אַ פֿאַרגעניגן זײַן אין איין סבֿיבֿה. וועגן אים האָב איך ליב געהאַט צו דערציילן, שרײַבן. ערשט מיט עטלעכע חדשים צוריק איז אין דײַטשלאַנד דערשינען וועגן אים מײַנס אַ ביכעלע. נאָר דאָס מאָל לאָזט זיך ניט די פּען גרינג פֿירן. ס’איז ווי אָטעם זאָל אויספֿעלן.
יוסף בורג, אַ גײַסטרײַכער און איידעלער מענטש, אַן עכטער אינטעליגענט, שטאַמט פֿון די סאַמע פֿאָלקס־טיפֿענישן. איז פֿון וואַנען איז ער געקומען און וווּהין האָט ער זיך דערקליבן. אויף דער וועלט האָט ער זיך באַוויזן דעם 30סטן מײַ 1912. זײַן געבורטסאָרט, וויזשניץ, אַ שטעטל וואָס האָט געשמט מיט זײַנע צדיקים, מיט דער חסידישער דינאַסטיע, וועמענס שפּעטערדיקע דורות האָבן זיך באַזעצט ניט ווײַט פֿון תּל־אָבֿיבֿ, אין בני־ברק און דאָרט געגרינדעט די באַוווּסטע ישיבֿות פֿאַר חסידים.
כ’וועל ניט אָפּלייגן אויף שפּעטער, ווי דאָס פֿאָדערט כראָנאָלאָגיע און מיטטיילן, אַז נאָך מיט זיבעצן יאָר צוריק האָט מען איינע פֿון די שענסטע גאַסן אין וויזשניץ אָנגערופֿן אויפֿן נאָמען פֿון יוסף בורג — אַ זעלטענע געשעעניש, וואָס בעט זיך דערמאָנט צו ווערן. מיר האָט ער די־אָ בשׂורה אָנגעזאָגט אין דער זעלבער שעה, ווען ער האָט זיך וועגן דעם דערוווּסט. אויב דערציילן אַלץ ווי געווען, האָט ער שטענדיק ליב געהאַט מען זאָל אים אָפּגעבן כּבֿוד און דאָ האָט זיך געפֿילט ווי זײַנע אויגן לויכטן פֿון פֿרייד.
איז צוריק צום דורכגעלאָזטן. געלערנט אין אַ פֿאָלקשול. אין 1932 פֿאַרענדיקט ער אַ לערער־סעמינאַר. זײַנע ערשטע פֿאַרצייכענונגען באַווײַזן זיך אין די "ליטעראַרישע בלעטער", אַן אומאָפּהענגיקע וואָכנצײַטונג, וואָס איז דערשינען אין די יאָרן 1929—1939. דאָרט דרוקט ער זײַן ערשטע גרויסע דערציילונג "אויפֿן ספּלאַוו", וואָס איז דערנאָך אַרײַן אין זײַן בוך "אויפֿן טשערעמאָש", דערשינען אין בוקאַרעסט אין 1939. די הויפּטהעלדן זײַנען פּליטן־טרײַבער, וואַלדהעקער. זייער לעבן ווייסט ער גוט, ווײַל זײַן טאַטע איז געווען אַ דורותדיקער פּליטן־טרײַבער, וואָס האָט ליב געהאַט צו דערציילן זײַנע שכנים, הוצולן, פֿרעמדע און אַליין־צוגעטראַכטע ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות. אויך די קאַרפּאַטן־בערג מיט זייערע וועלדער און צעווילדעוועטע טײַכן זײַנען פֿון קינדווײַז אָן פֿאַרוואָרצלט געווען אין זײַן געמיט. זײַן ערשטלינג "אויפֿן טשערעמאָש", זײַן שרײַבערישער קאַיאָר, איז שוין געווען אַ בוך, וואָס האָט פֿאַרמאָגט די ברכה פֿון טאַלאַנט.
אין 1940 דערשײַנט אין טשערנאָוויץ בורגס אַ נײַע זאַמלונג נאָוועלעס "סאַם" (סם). זײַנע קורצע דערציילונגען, סקיצעס ווערן געדרוקט אין די "ליטעראַרישע בלעטער" (פּוילן) און די "וואָך" — אַ פּראָ־קאָמוניסטישע צײַטונג, וואָס יעקבֿ שטערנבערג און משה אַלטמאַן האָבן אַרויסגעגעבן אין רומעניע. זיי, און אליעזר שטיינבאַרג, זײַנען געווען זײַנע לערער און ער — זייער געטרײַער תּלמיד.
דאָס אַלץ איז געווען ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה און דערנאָך איז בורג נעלם געוואָרן. און וועמען איז עס דאַן אָנגעגאַנגען צו זוכן אַ פֿאַרלוירענעם יונגן ייִדישן שרײַבער. אָפּגעפֿונען האָט ער זיך אין פֿיל יאָרן אַרום. אין טשערנאָוויץ, וווּהין ער האָט זיך אומגעקערט, האָבן די לעבן־פֿאַרבליבענע שרײַבער אים פֿאַרגעדענקט, נאָר אין מאָסקווע, קיִעוו האָט זעלטן ווער געהערט פֿון אַזאַ מחבר.
מען קען זאָגן אָן אַ פֿאַרוואָס, נאָר דעם הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד", אַהרן ווערגעליס, איז ער פֿון דער ערשטער מינוט, ווען ער האָט אים נאָך ניט געלייענט, נאָר דערזען, ניט געפֿעלן. קוים אַזוי, איז שוין בורגן ניט געווען וואָס מקנה צו זײַן. פֿאַר אים האָט זיך אָנגענומען יעקבֿ שטערנבערג. נאָר ס’איז ווי צו דער וואַנט. ס’איז געווען ניט צום דרוקן זיך, ניט צום אָנגענומען ווערן אין שרײַבער־פֿאַראיין און פֿאַרבליבן זײַנען שטענדיקע פּרנסה־דאגות. צײַטנווײַז, האָט די באַציִונג צו אים עטוואָס זיך געענדערט, נאָר ס’איז גענוג געווען, אַז אין דער וואַרשעווער "פֿאָלקס־שטימע" אָדער אין דער פּאַריזער "נײַע פּרעסע" זאָל זיך באַווײַזן זײַנע אַ נאָטיץ, און ווידער האָט זיך פֿאַרשטאַרקט דער אומחן.
אין די יאָרן 1935—1938, ביז היטלער האָט פֿאַרכאַפּט עסטרײַך און ס’האָבן זיך אָנגעהויבן די שרעקלעכע רדיפֿות אויף ייִדן, שטודירט בורג גערמאַניסטיק אין ווינער אוניווערסיטעט. אָט די לערע וועט אים אויף דער עלטער זייער גוט צו נוץ קומען. אָנהייבנדיק פֿון די 1990ער יאָרן האָבן זײַנע ביכער אין דײַטש אָנגעהויבן דערשײַנען כּמעט איינס נאָך איינס. ס’איז אויך געוואָרן שטאַרק דער נאָכפֿרעג ניט נאָר אויף זײַנע געשריבענע, נאָר אַרויסגעבראַכטע פֿון מויל ווערטער. מיר האָט ער געהאַט צוגעשיקט אַן אַפֿיש, וווּ זײַנע אַ ציקל לעקציעס איז אַפֿישירט געוואָרן ווי ער זאָל זײַן אַ קינאָשטערן.
פֿון בורגס אַ בריוו:
"...ווי איר זעט, שיק איך אײַך דאָס בריוועלע פֿון דײַטשלאַנד. ווידער לייען איך לעקציעס אין אוניווערסיטעטן. איך האָב קיין מאָל ניט געטראַכט, אַז ניט מײַן ייִדיש, נאָר דײַטש וועט מיר אויף דער עלטער גיבן אַ שטיקל ברויט. פֿון דאַנען פֿאָר איך אויף אַ וואָך קיין האָלאַנד. ווען ניט דאָס פֿאָרעכץ וואָלט איך מיט מײַן משפּחה שיִער ניט אויסגעגאַנגען פֿון הונגער, נאָר איך בין שוין מיד פֿון אַרומשלעפּן זיך פֿון לאַנד צו לאַנד. מיך נעמט אַ פּחד וועגן דער נאָענטער צוקונפֿט. איך בין עלנט אַליין. כ’האָב קיינעם ניט אַחוץ גוטע, ליבע פֿרײַנד און די ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט, וואָס צאַפּלט נאָך אַזוי לאַנג ווי איך אָטעם".
(י. בורג איז געווען דער גרינדער און פֿאָרזיצער פֿון דער טשערנאָוויצער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט א״נ פֿון אליעזר שטיינבאַרג און פֿונעם ייִדישן בוקאָווינער ראַט. אין דער זעלבער צײַט איז ער אויך געווען דער רעדאַקטאָר פֿון דער אויף ס׳נײַ אויפֿגעקומענער צײַטונג "טשערנאָוויצער בלעטער", געדרוקט אין דרײַ שפּראַכן: ייִדיש, אוקראַיִניש און רוסיש).
אויף די יוביליי־פֿײַערונגען, ווען אין טשערנאָוויץ האָט מען אָפּגעמערקט י. בורגס נײַנציק און דערנאָך פֿינף און נײַנציק יאָר זײַנען פֿון קיִעוו ספּעציעל געקומען הויך־אָנגעשטעלטע דײַטשישע און עסטרײַכישע דיפּלאָמאַטן. ווידער האָט ער זיך, ווי זײַן טבֿע איז געווען, אַ באַרים געטאָן, אַז אַליין דער עסטרײַכישער קאַנצלער לאַדט אים אײַן צו קומען קיין ווין ווי זײַן פּערזענלעכער גאַסט.
שוין נאָך די פֿײַערונגען קומט קיין טשערנאָוויץ צו באַגריסן בורגן מיט זײַן יוביליי, מיינט איר ווער? פּרוּווט אַליין ניט טרעפֿן, ווײַל צו אַזוינס וועט זיך קיינער נישט דערטראַכטן. געקומען איז אַן אייניקל פֿון דעם געוועזענעם עסטרײַכישן אימפּעראַטאָר און פֿאַראיינס קעניג פֿון אונגאַרן פֿראַנץ יאָזעף. פֿראַנץ יאָזעפֿס אייניקל האָט זיך ניט געפֿוילט און איז געקומען צו באַגריסן דעם ייִדישן שרײַבער יוסף בורג, וואָס אַמאָל, ביז דעם ווי בוקאָווינע איז נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה אָפּגעריסן געוואָרן פֿון דער עסטרײַכישער מלוכה, זײַנען זיי געווען לאַנדסלײַט; געקומען באַגריסן און פֿאַר איינס דערמאָנען מיט וואָס פֿאַר אַן אָפּשײַ זײַן זיידע, קײַזער פֿראַנץ יאָזעף, האָט זיך באַצויגן צו ייִדן בכלל און צו די בוקאָווינער באַזונדערס. דער קײַזער אַליין וועט שוין מיטן קאָפּ ניט צובאָמקען, אַז יאָ, אַזוי איז טאַקע געווען. ווי בורג האָט דערציילט, האָבן די ייִדן ביזן אָנקום פֿון היטלערן דאָרט גענאָסן פֿון אַלע רעכט.
איז מיט וואָס, קען מען פֿרעגן, האָט אַ ייִדישער שרײַבער געקענט זיי אַזוי פֿאַרכּישופֿן.
איז ווידער אַ מעשׂה־שהיה, וואָס האָט פּאַסירט גאָר ניט לאַנג פֿאַר דעם ווי יוסף בורג איז געשטאָרבן. די קרענק האָט אים ווי מיט אײַזערנע קייטן צוגעשמידט צו זײַן בעט. פֿיזיש אַ פּאָלנע שיבֿרי־כּלי, נאָר אַ בעל־מוח איז ער פֿאַרבליבן. דער קאָפּ האָט בײַ אים געאַרבעט ווי עס דאַרף צו זײַן. פֿאַר מיר האָט ער זיך וועגן דעם ווידער אַ באַרים געטאָן אין טעלעפֿאָן, נאָר אין דעם פֿאַל וועט זײַן בעסער, אויב כ’וועל עפּעס אַרויסכאַפּן פֿון דעם אויספֿירלעכן אַרטיקל, פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער טשערנאָוויצער צײַטונג "חסד שושנה" פֿאַר אויגוסט 2009:
"כּדי איבערצוגעבן יוסף בורגן די קראַמער־פּרעמיע (טעאָדאָר קראַמער — 1897—1958 — עסטרײַכישער דיכטער) איז קיין טשערנאָוויץ געקומען אַ רעפּרעזענטאַטיווע דעלעגאַציע — ד״ר ערכאַרד בוציק, געוועזענער וויצע־קאַנצלער; מאַריאַ גרובער, פֿאָרזיצערין פֿון עסטרײַכישן ליטעראַרישן פֿאַרבאַנד, און אַנדרעאַס ווענינגער, קולטור־אַטאַשע בײַ דער עסטרײַכישער אַמבאַסאַדע אין אוקראַיִנע".
איז וואָס האָט באַוועגט די עסטרײַכישע זשורי צוצוטיילן אַ ביז גאָר וואָגיקן ערן־ און מאַטעריעלן פּרײַז אַ ייִדישן שרײַבער? כּדי ווי געהעריק באַנעמען און אַזוי הויך אָפּצושאַצן די וואָרט־שאַפֿונגען פֿון אַ "פֿרעמדן" שרײַבער פֿאָדערן זיך, מסתּמא, ביכער־אַנטיקן, וואָס זאָלן אויסנעמען ניט נאָר בײַם ייִדישן לייענער.
ליטעראַטור, וואָס איז אויך געשיכטע, אַ שפּיגל פֿון פֿאָלקס־לעבן, לאָזט אָפּפֿרעגן די בייזוויליקע אויסטראַכטענישן און דערמיט קאָנען אַפֿילו די פֿאַרבלאָנדזשעטע דערזען אַ פֿאָלק אין אַן אמתער ליכט, און עס פֿאַרקלענערט די אָפּגעפֿרעמדקייט צו אים. איך שרײַב וועגן דעם, ווײַל עפּעס ענלעכס האָב איך אויסגעלייענט אין דעם בריוו צו יוסף בורגן, געשריבן פֿון דעם פֿאָרזיצער פֿון דער קראַמער־געזעלשאַפֿט, פּראָפֿ’ קאַרל מילער.
דערקלערנדיק די מאָטיוון פֿאַרוואָס די זשורי פֿון דעם קראַמער־פּרײַז האָט איינשטימיק באַשלאָסן צוצוטיילן דעם ייִדישן שרײַבער יוסף בורג דעם פּרײַז פֿאַרן יאָר 2008, שטרײַכט פּראָפֿ’ מילער אונטער ווי וויכטיק ס’איז, וואָס אַזאַ הויך־טאַלאַנטירטער שרײַבער שאַפֿט זײַנע ווערק אין ייִדיש, אַ שפּראַך, אויף וועלכער ס’האָבן גערעדט די איבערוועגנדיקע מערהייט פֿון די זעקס מיליאָן אומגעבראַכטע. ער קאָנסטאַטירט ווי אַ פֿאַקט, אַז בורגס שאַפֿונגען זײַנען איצט אײַנגעשלאָסן אין רײַכן פֿאַרמעגן פֿון דער וועלט־ליטעראַטור. זײַנע נאָוועלעס ווערן געדרוקט אין פֿיל שפּראַכן (אויף רוסיש, אוקראַיִניש, דײַטש, ענגליש און עבֿרית) און רופֿן אַרויס אינטערעס בײַ מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע נאַציאָנאַליטעטן. אַ דײַטשישער פֿאַרלאַג גיט איצט אַרויס אַ נײַע אויפֿלאַגע פֿון זײַנע ווערק. לעצטנס, איז דערשינען יוסף בורגס זיבעטער בוך אויסגעוויילטע דערציילונגען אונטערן קעפּל "אַ שטיקל פֿאַרטריקנט ברויט".
(ווי איך פֿאַרשטיי, קען אײַך אויסזען מאָדנע, וואָס אין אַזאַ אַרטיקל האָב איך אַזוי פֿיל אָרט אָפּגעגעבן דער טעמע יוסף בורג און זײַנע לייענער, צוהערער — ניט־ייִדן. איך האָב זיך עס דערלויבט דערפֿאַר, ווײַל בײַם לעבן האָבן גראָד זיי און ניט מיר, ייִדן, ווי געהעריק אָפּגעשאַצט דעם שרײַבערס ליטעראַרישע פֿאַרדינסטן. אין זײַנע פֿילצאָליקע בריוו צו מיר האָט בורג אַליין עס געהאַלטן אין איין באַטאָנען און געוואָלט, אַז וועגן דעם זאָל מען וויסן).
פֿאַר די וואָס וועלן זיך נאָך ווען ניט איז אינטערעסירן מיט י. בורגס שאַפֿונגען, ברענג איך נאָך אייניקע ביבליאָגראַפֿישע שטריכן: אין מאָסקווע זײַנען בײַ אים דערשינען אַזוינע ביכער: "דאָס לעבן גייט ווײַטער" (1980), "איבעררוף פֿון צײַטן" (1983), "אַ פֿאַרשפּעטיקטע עכאָ" (1990). שפּעטער, אין טשערנאָוויץ — "אונטער איין דאַך" (1992), "צוויי וועלטן" (1997) און אין דעם זעלבן יאָר אין אָדעס "צעוויקלטע סטעזשקעס".
מײַן לעצטער געשפּרעך מיט יוסף בורגן (דאָס מאָל האָב ניט איך אים, נאָר ער האָט מיר געקלונגען) איז פֿאָרגעקומען אַ טעג צען און אפֿשר אַפֿילו ווייניקער פֿאַר זײַן טויט. אָנגעהויבן האָט ער לאַנגזאַם, ווי געציילט יעדעס וואָרט. קיין קרעכץ מיט אַ צעצויגענעם "אוי־וויי" האָט, ווי שטענדיק, ניט אויסגעפֿעלט, נאָר גראָד דאָס מאָל האָט ער זיך ווייניקער געקלאָגט אויף די אומדערטרעגלעכע ווייטיקן, אויף זײַן איינזאַמקייט (יוספֿס פֿרוי איז נאָך פֿריִער געשטאָרבן און זייער טאָכטער, מאַרינע, מיט איר משפּחה האָבן זיך באַזעצט אין דײַטשלאַנד).
יוסף האָט באַדאַנקט פֿאַר דעם צוגעשיקטן לעצטן נומער "די צוקונפֿט", אויסגעפֿרעגט וועגן אינהאַלט, ווײַל זײַן איינציקער פֿרײַנד אין טשערנאָוויץ, וואָס קען לייענען ייִדיש, פֿילט זיך ניט מיט אַלעמען און וועט קומען צו אים ערשט אין עטלעכע טעג אַרום. זיך נאָכגעפֿרעגט ווי האַלט עס מיטן תּל־אָבֿיבֿער פֿערטליאָר־שריפֿט פֿאַר ליטעראַטור און קונסט "טאָפּלפּונקט", וווּ ער איז געווען אַ מיטגליד פֿון דער ערן־קאָלעגיע. דערמאָנט מרדכי צאַנינען און געבעטן כ’זאָל איבערגעבן זײַנע עטלעכע ווערטער באָריס סאַנדלערן. מיט איין וואָרט, אַ געשפּרעך וואָס האָט קיין שלעכטס נישט אָנגעזאָגט. גיכער — פֿאַרקערט.
בורגס ביטע האָב איך אויסגעפֿילט און געוואָלט אים איבערגעבן אַלץ, וואָס כ’האָב זיך דערוווּסט. לאַנג איז מיר אויסגעקומען זיך באַנוגענען מיט די ווײַטע טעלעפֿאָן־סיגנאַלן ביז ס’האָט זיך דערהערט די שטים פֿון זײַן טאָכטער, מאַרינע. אַן אויפֿגערודערטע, האָט זי מיר אָנגעזאָגט, אַז דער טאַטע געפֿינט זיך אָן באַוווּסטזײַן. בײַ אים איז אַ לונגען־אָנצינדונג. ווי געפֿערלעך ס’איז אַזאַ קרענק פֿאַר אַלטע לײַט, דאָס האָב איך געוווּסט און דאָך האָט זיך געוואָלט גלייבן, אַז ער וועט נאָך ווי ניט איז זיך אַרויסדרייען. פֿאַר מײַנע אויגן האָב איך, אַ גוטער בעל־זכּרון, נאָך אַלץ געזען דעם אַמאָליקן יוסף בורג. זײַן ביז גאָר דינע, שלאַנקע פֿיגור, אַ קאָפּ מיט האָר, וואָס זײַנען שיִער ניט ביז איבער די אַקסל, דעם הויכן שטערן, זײַן אָפֿט פֿאַרזאָרגט פּנים און אַפֿילו זײַנע כּמעט טעאַטראַלע זשעסטיקולאַציעס; ווען אים האָט זיך געוואָלט אַ ביסעלע פּיעשטשען, איז זײַן שמייכל געווען אַ ווייכער, אַ צאַרטער.
זעט אויס, אַז שבת, דעם 8טן אויגוסט, ווען איך האָב גערעדט מיט מאַרינען, איז יוסף בורג שוין געווען מער טויט ווי לעבעדיק. אַזוי האָט זיך עס נאָך געצויגן בײַ צוויי מעת־לעת ביזן 10טן אויגוסט. נאָך זײַענדיק בײַם פֿולן באַוווּסטזײַן האָט יוסף געבעטן זײַן איבערגעגעבענעם פֿרײַנד שײַע קליימאַן, אַז צו קבֿורה זאָל מען אים ברענגען אַן אײַנגעוויקלטן אין אַ טלית און אויף דער מצבֿה זאָל אויסער זײַן נאָמען און פֿאָטערנאָמען, דעם טאָג און יאָר פֿון געבוירן און טויט זאָל אויפֿן אָנדענקשטיין זײַן אויסגעקריצט: "אַ ייִדישער שרײַבער" און "דאָס לעבן גייט ווײַטער".
אַזוי האָט ער מיט צענדליקער יאָרן צוריק אָנגערופֿן זײַן קרוינווערק.
יוסף בורג איז שוין זײַנס איבערגעקומען. פֿאַרבליבן זײַנען זײַנע ביכער אויף עטלעכע שפּראַכן. בײַ זײַן פֿרישן קבֿר בלײַבט פֿאָרזאָגן:
ערע זײַן אָנדענק!