דזשאָנאַטאַן ברענט |
דער ייִוואָ (ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט) אין ניו־יאָרק איז אַ צענטער פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג, דעריבער איז זײַן צוקונפֿט און זײַנע פּלענער פֿאַרבונדן מיט דער גאַנצער ייִדיש־וועלט. מיטן אויסקלײַב פֿון דזשאָנאַטאָן ברענט ווי דער נײַער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר, האָט מען באַשטימט אַן אָנפֿירנדיקע פּערזענלעכקייט פֿון דער פֿאַרלעגערישער וועלט, וואָס האָט געדאַנקען און אײַנפֿאַלן, וועגן דער ווײַטערדיקער אַרבעט פֿון ייִוואָ.
"פֿאָרווערטס": צי קענט איר ייִדיש פֿון אײַערע קינדער־יאָרן?
ברענט: איך בין אויפֿגעוואַקסן הערנדיק ייִדיש; די באָבע מײַנע, וועלכע האָט געשטאַמט פֿון זשיטאָמיר, האָט גערעדט בלויז ייִדיש, און מײַן טאַטע האָט געקענט ייִדיש, אָבער עס נאָר גערעדט מיט איר. ווי אַ סך ייִדן האָט ער אַרײַנגעפֿלאָכטן אין זײַן טאָג־טעגלעכער שפּראַך הונדערטער אויסדרוקן און ווערטער. איך בין אויפֿגעוואַקסן אין שיקאַגע, און מײַן באָבעס געגנט אויף דער מערבֿ־זײַט פֿון דער שטאָט, איז געווען אַ ייִדיש־רעדנדיקע.
איך האָב אויך שטודירט ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט מיט קורט לעוויאַנט. אַזוי ווי איך קען דײַטש און רוסיש העלפֿט דאָס אויך צו פֿאַרשטיין די שפּראַך.
איר האָט שוין פֿריִער מיטגעאַרבעט מיטן ייִוואָ?
פֿאַר דער שטעלע בין איך געווען דער ראָש פֿונעם רעדאַקציע־אָפּטייל בײַם "יעיל־אוניווערסיטעט־פֿאַרלאַג". מיטן ייִוואָ האָב איך אַ לאַנגע באַציִונג, אַ דאַנק מײַן פֿרײַנדשאַפֿט מיטן ייִוואָ־פֿאָרשער לוציאַן דאָבראָשיצקי, וועלכע איז געוואָרן מײַן נאָענטער חבֿר. פֿאַרן יעיל־אוניווערסיטעט, האָב איך געאַרבעט בײַם "נאָרט־וועסטערן־אוניווערסיטעט־פֿאַרלאַג" לעבן שיקאַגע. עוואַ קוריליק, אַ פּוילישע קינסטלערין, וועלכע וווינט הײַנט אין פּאַריז, האָט מיך באַקענט מיט דאָבראָשיצקי און ער האָט מיך באַקענט מיטן ייִוואָ.
במשך פֿון די יאָרן האָט דער פֿאַרלאַג געדרוקט עטלעכע נומערן פֿונעם YIVO Annual און אַ באַנד Field of Yiddish. ווען איך בין געקומען קיין "יעיל", האָב איך ממשיך געווען די פֿאַרבינדונג. יעיל האָט שוין פֿריִער געהאַט אַרויסגעגעבן דאָבראָשיצקיס בוך וועגן לאָדזשער געטאָ. מײַן ערשטער בוך־קאָנטראַקט, אונטערגעשריבן בײַם יעיל איז געווען די איבערזעצונג פֿון מאַקס ווײַנרײַכס "געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך", וואָס איז אַרויס דאָס יאָר. צווישן אַנדערע ביכער וואָס מיר האָבן אַרויסגעגעבן בשותּפֿות מיטן ייִוואָ, זענען הערמאַן קרוקס טאָגבוך, און די צוויי־בענדיקע ייִוואָ־ענציקלאָפּעדיע.
מײַן דיסערטאַציע האָט אַנאַליזירט ענגלישע ליטעראַטור און קריטיק; טעמעס וואָס זענען גאַנץ ווײַט פֿון ייִדיש. כ׳בין אָבער געבליבן פֿאַראינטערעסירט אין רוסלאַנד און מיזרח־אייראָפּע, ווײַל מײַן משפּחה איז געקומען פֿון יענע מקומות און איך קען רוסיש.
אין די 1980ער יאָרן האָב איך אָנגעהויבן רעדאַקטירן אַ זשורנאַל Formations (פֿאָרמירונגען), און אין יעדן נומער האָט מען דאָרט געדרוקט מיזרח־אייראָפּעיִשע שרײַבער מיט אַ סך איבערגעזעצטע מאַטעריאַלן. איך האָב געוווּסט, אַז אַ דינאַמישע וועלט עקזיסטירט אין מיזרח־אייראָפּע און איך האָב געוואָלט וויסן וועגן דעם. אַ דאַנק דאָבראָשיצקי, האָב איך אָנגעשטעלט אינטערעסאַנטע פֿאַרבינדונגען. דער אַלבאָם פֿון צייכענונגען פֿונעם שרײַבער און מאָלער ברונאָ שולץ, האָט דער פֿאַרלאַג אַרויסגעבן ווי אַ רעזולטאַט.
דער פֿילאַנטראָפּ דזשאָרדזש סאָראָס האָט געזען מײַן אַרבעט מיטן זשורנאַל און מיך פֿאַרבעטן קיין פּראָג, איך זאָל זיך באַקענען מיט די אָרטיקע קינסטלער און שרײַבער. צו דער צײַט האָב איך אויסגעפֿונען, אַז די אַרכיוון פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד וועט מען באַלד פֿאַרעפֿנטלעכן און איך האָב געזאָגט צו סאָראָס, אַז דאָס וועט מיט זיך אפֿשר פֿאָרשטעלן דער וויכטיקסטער פֿאַרלאַג־פּראָיעקט אינעם 20סטן יאָרהונדערט, און ער האָט מסכּים געווען. האָב איך אָנגעהויבן די סעריע "Annals of Communism" בײַם יעיל־פֿאַרלאַג, וואָס האָט זיך אָפּגעגעבן מיט אָפּדרוקן וויכטיקע דאָקומענטן אין די סאָוועטישע אַרכיוון, צווישן זיי, מאַטעריאַלן מיט אַ שײַכות צו די ייִדן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אַרײַנגערעכנט דאָקומענטן פֿאַר מײַן אייגן בוך Stalin’s Last Crime, וועגן דער "דאָקטוירים־אינטריגע".
נעמענדיק אין באַטראַכט די אַלע זאַכן, טראַכט איך, אַז, דעריבער, איז דאָס קומען קיין ייִוואָ אַ נאַטירלעכער עטאַפּ אין מײַן לעבן. קודם־כּל, געפֿינט זיך אינעם ייִוואָ דער ריזיקער אַרכיוו און איך אַרבעט שוין צוואַנציק יאָר מיט אַרכיוון פֿון רוסלאַנד און מיזרח־אייראָפּע. אין די ייִדישע קולטור־אַרכיוון ליגט אַן אוצר. דאָ געפֿינען זיך, למשל, בריוו פֿון אײַזיק באַבעל וואָס באַווײַזן, אַז זײַן באַציִונג צו די ייִדישע שרײַבער איז געווען אַ סך נענטער ווי מע ווייסט. פֿון דער אַנדערער זײַט, ווייסט מען נישט גענוג וועגן דער "רוסישער" זײַט פֿון אַנ־סקי. די פֿילזײַטיקייט פֿון דער ייִדישער קולטור וויל איך אַרויסהייבן פֿאַר דער וועלט.
וואָס פֿאַראַ ספּעציפֿישע פּראָיעקטן האָט איר אין זינען דורכצופֿירן?
צווישן די פּראָיעקטן וואָס איך האָב פֿאָרגעלייגט אונדזער אַקאַדעמישן ראָט אין ייִוואָ — "די געשיכטע פֿונעם שטעטל" פֿונעם אָנהייב ביז זײַן צעשטערונג. וואָס איז דאָס געווען, האָט עס עקזיסטירט בכלל? ווי אַזוי האָבן די ייִדישע שרײַבער, ווי פּרץ און בערגעלסאָן, עס באַשריבן? די באַציִונגען צווישן דער ייִדישער און נישט־ייִדישער באַפֿעלקערונג איז געווען אַ סך נענטער ווי מע מיינט, סײַ קולטורעל, סײַ סאָציאַל. איך וויל פּובליקירן מאָנאָגראַפֿיעס, צוגרייטן אויסשטעלונגען, האַלטן סימפּאָזיומס אויף דער טעמע. איך וואָלט געוואָלט פֿאַראינטערעסירן טעלעוויזיע־סטאַנציעס, זיי זאָלן אַנטוויקלען אַ סעריע און נאָכפֿאָלגן די געשיכטע פֿון עטלעכע משפּחות במשך פֿון דורות — ווער איז געוואָרן אַ פּאָעט, ווער איז אַוועק אין ישׂראל, קיין אַמעריקע אאַ״וו.
איך וויל אויך האַלטן אַ סימפּאָזיום וועגן די גרויסע ייִדישע שרײַבער — זייער וועלט, אָנהייבנדיק מיט פּרץ און אַנ־סקי. איך וויל ווײַזן, אַז די ייִדישע קולטור איז געווען אַ טייל פֿון אַ גרעסערער אייראָפּעיִשער ציוויליזאַציע. ביידע צדדים האָבן שוועריקייטן דאָס צו אָנערקענען. למשל — אַזאַ ייִדישער שרײַבער ווי דוד בערגעלסאָן, האָט דאָך אַזוי טיף פֿאַרוואָרצלט דעם אייראָפּעיִשן מאָדערניזם אין זײַן שאַפֿונג. די לעבן־נסיעה פֿון די שרײַבער איז אַ פֿאַרכאַפּנדיקע טעמע און מע דאַרף זי אויספֿאָרשן.
קלענערע פּראָיעקטן וועגן חורבן־זאַמלונגען, וואָס מע דאַרף אויסשטעלן, ליגן מיר אויך אין זינען, ווי אויך דובנאָווס מאַטעריאַלן, וואָס מע דאַרף פֿאַרעפֿנטלעכן. איך וויל תּמיד אַרויסהייבן, אַז דאָס איז אַ לעבעדיקע קולטור, וואָס האָט אַ שײַכות צו אונדז און צו דער וועלט.
דער "מאַקס ווײַנרײַך־צענטער" פֿאַרנעמט אַ הויפּט־ראָלע אין מײַן וויזיע. ייִוואָ האָט זיך אָנגעהויבן ווי אַ פֿאָרש־אינסטיטוט מיט אַ דירעקטאָר און פֿאָרשער וואָס האָבן געזוכט דעם ענטפֿער צו דער פֿראַגע — "וואָס הייסט דאָס צו זײַן אַ ייִד?" האָבן זיי געזאַמלט מאַטעריאַלן כּדי דאָס צו פֿאַרענטפֿערן. ייִוואָ איז דער איינציקער אינסטיטוט אויף דער וועלט וואָס פֿאָרשט בלויז די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע ציוויליזאַציע (און, אין דער אמתן, די אייראָפּעיִשע ייִדישע ציוויליזאַציע): אַ ציוויליזאַציע אָן אַ טעריטאָריע, אָן אַן אַרמיי, אָן אַ רעגירונג... אַ ספּעציעל פֿאָלק.
די זומער־שפּראַך־פּראָגראַם מיט ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט וועט מען אַוודאי ממשיך זײַן, און איך אַליין וועל האָבן פּריוואַטע לעקציעס יעדע וואָך אין ייִדיש.
צי וועט דער ייִוואָ בלײַבן אומאָפּהענגיק?
איך וויל אַבסאָלוט האַלטן ייִוואָ אומאָפּהענגיק, און נישט קוקן אויף דעם אַנשטאַלט נאָר ווי אַ ביבליאָטעק און אַרכיוו; ווײַל אויב אַזוי, קען מען דאָס לײַכט צעטיילן. ייִוואָ דאַרף בלײַבן אַ צענטראַלער פֿאָרש־צענטער פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור.