"רב קרובֿ, איר פֿאָרט ניט קיין כעלעם?"
"נו, זענט איר דער גרויסער חכם"
יעדעס יאָר בײַ דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון די אַמעריקאַנער פֿאָלקלאָריסטן, קומט פֿאָר אַ באַנקעט און מע זיצט בײַ געדעקטע טישן — אַ טיש פֿאַר יעדן מין מומחה; דהײַנו, די פֿאָרשער פֿון אַלטע באַלאַדעס זיצן, געוויינטלעך צוזאַמען בײַ איין טיש. די זאַמלערס פֿון ווערטלעך און אויסדרוקן זיצן בײַ אַן אַנדער טיש, און די ספּעציאַליסטן אין וויצן און וויציקע מעשׂיות בײַ זייער אייגענעם טיש.
איין מאָל איז אויסגעקומען, איך זאָל זיצן מיט די וויצן־מבֿינים, ווײַל קיין אַנדער אָרט איז נישט געבליבן, און איך האָב געזען ווי איין פֿאָלקלאָריסט נאָך אַן אַנדערן איז געקומען צו דעם גרעסטן מײַסטער־וויצן־פֿאָרשער און אים דערציילט אַ וויץ, וואָס דער דערציילער איז געווען זיכער, אַז דער מײַסטער־וויצן־מבֿין האָט אים קיין מאָל פֿריִער נישט געהערט. דער מבֿין האָט זיך צוגעהערט און געשמייכלט נאָך יעדן וויץ, און דערנאָך דעם דערציילער געזאָגט, ווי אַלט דער וויץ איז — הונדערט יאָר, צוויי הונדערט יאָר, און ווען ער איז צום ערשטן מאָל געדרוקט געוואָרן.
איך האָב אויסגעניצט די געלעגנהייט און אים דערציילט צוויי וויצן. איינעם, וועגן אַ ייִד וואָס דאַרף באַגיין כאָטש איין עבֿירה, כּדי ער זאָל קענען אַרײַן אין גן־עדן; האָט ער מיר געזאָגט, אַז דער וויץ איז געדרוקט געוואָרן אינעם 16טן יאָרהונדערט, אָבער נישט וועגן אַ פֿרומען ייִד, נאָר וועגן אַ מאָנאַך! דעם צווייטן וויץ, וועגן ייִדן און אַראַבער אויף אַן עראָפּלאָן, אַ הײַנטצײַטיקער וויץ, איז שוין אויך אַ וויץ מיט אַ באָרד, דערציילט וועגן אַנדערע שׂונאים און אין אַנדערע אומשטאַנדן.
כאָטש מע קען מיינען, אַז כעלעמער מעשׂיות זענען עכט ייִדישלעך, האָבן זיי אויך פּאַראַלעלן אין אַנדערע קולטורן, וואָס האָבן "נאַרישע שטעט." אין ענגלאַנד, למשל, דערציילט מען וועגן די נאַראָנים פֿון גאָטאָם און אין דײַטשלאַנד וועגן די שילדבערגער. אַמאָל געפֿינט מען בפֿירוש די זעלביקע מעשׂה פֿון כעלעם בײַ די אַנדערע פֿעלקער; דאָס איז נאָך אַ באַווײַז, אַז פֿאָלקלאָר האָט נישט קיין גרענעצן צווישן לענדער, און וואַנדערט, ווערט באַאַרבעט פֿאַר אַ נײַעם עולם, נײַע צײַטן און לעבט ווײַטער... איין חילוק צווישן כעלעם און די אַנדערע נאַראָנים־שטעט, איז וואָס די דאָזיקע אַנדערע שטעט טראָגן נישט קיין נעמען פֿון אמתע שטעט, נאָר אין גאַנצן אויסגעטראַכטע. אונדזער כעלעם געפֿינט זיך יאָ אויף דער פּוילישער מאַפּע.
די "נאַרישע" שטאָט כעלעם איז געוואָרן אַ וויכטיקער טייל פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר, און אין אונדזער ליטעראַטור האָבן די שרײַבער פֿאַרשטאַנען, ווי מע קען אויסניצן כעלעם, אַרויסצוברענגען טיפֿערע און פֿילאָזאָפֿישע ענינים. אין זײַן אַרײַנפֿיר צו "כעלעמער חכמים אָדער ייִדן פֿון דער קליגסטער שטאָט אין דער וועלט" (1951) שרײַבט דער מחבר י. י. טרונק, אַז "אין אַלע תּפֿוצות־ישׂראל דערציילן ייִדן לוסטיקע געשיכטעס פֿון די כעלעמער חכמים. אין שפּיגל פֿון מעשׂיות האָט דאָס פֿאָלק־געמיט ליב צו זען אַ מוסר־השׂכּל און אַ לעבנס־לערע. און די מעשׂיות וועגן כעלעם און אירע חכמים האָבן ייִדן, זעט אויס, געוואָלט דערציילן בדרך־משל, וואָס זיי טראַכטן וועגן די מנהגים און פֿירעכצן אויף דעם עולם־הדמיון, וואָס רופֿט זיך וועלט... כעלעם איז דאָס משל פֿון דער וועלט".
אין יעקבֿ גלאַטשטיינס פּאָעמע "יאָסל לאָקש פֿון כעלעם" (1944), וועגן דעם נישט־ווילנדיק געקרוינטן פֿירער פֿון די כעלעמער, האָט דער פּאָעט געזען די עקזיסטענציעלע פּראָבלעמען, וואָס אַ שטאָט פֿון נאַראָנים רופֿט אַרויס. אַזוי האָט אויך באַשעוויס אויסגעטײַטשט כעלעם אין זײַנע קינדער־דערציילונגען. אין "שלימיאל גייט קיין וואַרשע", אין וועלכער שלימיאל מיינט, אַז ער איז שוין געקומען קיין וואַרשע, אָבער אין דער אמתן האָט ער זיך אומגעקערט צוריק, אַל־פּי־טועת, אין כעלעם. זעט ער, אַז זײַן ווײַב און אַלע כעלעמער געפֿינען זיך אויך אין וואַרשע, און טראַכט, איז וואַרשע פּונקט ווי כעלעם? איז די גאַנצע וועלט כעלעם?
די ביבליאָגראַפֿיע פֿון קינסטלערישע באַאַרבעטונגען פֿון כעלעם איז צו לאַנג, אָבער ס'איז כּדאַי צו דערמאָנען שלמה סײַמאַנס צוויי בענד וועגן די כעלעמער "העלדן", וואָס מען האָט איבערגעזעצט אויף ענגליש און דורך זיי האָט אַ ברייטערער עולם אין אַמעריקע זיך באַקענט מיט אונדזער כעלעם. מיט עטלעכע יאָר צוריק, האָט דער פּאַריזער זינגער און קאָמפּאָזיטאָר זשאַק גראָבער רעקאָרדירט אַן אָריגינעל ליד וועגן די כעלעמער.
פֿאַר וואָס איז כעלעם, די חשובֿע פּוילישע שטאָט, באַצייכנט געוואָרן ווי דער צענטער פֿון די ייִדישע נאַראָנים? דער פֿאָלקלאָר, אַז כעלעם איז אַ שטאָט פֿון נאַראָנים איז אַ רעלאַטיוו נײַער און איז אויפֿגעקומען נישט פֿריִער ווי סוף 19טן יאָרהונדערט. אין זײַן אַרײַנפֿיר צו חיים זעלצערס בוך "שטערן אויפֿן דאַך אָדער כעלעם: די פֿעסטונג פֿון חכמה" (1985) לייגט פֿאָר פּראָפֿ׳ דבֿ סדן עטלעכע אינטערעסאַנטע (און צו מאָל גאַנץ ווילדע) טעאָריעס בנוגע דעם שורש פֿון די כעלעמער נאַראָנים.
סדן שרײַבט וועגן דער געשיכטע פֿון דער פּוילישער שטאָט כעלעם און אירע באַקאַנטע רבנים ווי דער מהרש״א. ער ווײַזט אָן אויפֿן פֿאַקט, אַז לויט דער עלטערער טראַדיציע, איז אליהו בעל־שם טובֿ געווען דער רבֿ וואָס האָט געשאַפֿן דעם באַרימטן גולם אין כעלעם, נישט פּראָג. אַזוי ווי אַ גולם קען הייסן אויך אַ נאַר, ווי אינעם אויסדרוק "ליימענער גולם", איז כעלעם געוואָרן די שטאָט פֿון נאַראָנים. דערנאָך געפֿינט ער ראַיות, אַז ס'איז דאָ אַ פֿאַרבינדונג צווישן חולם־גולם און פֿון חולם קען ווערן כעלם. סדן שרײַבט אויך וועגן דער מעגלעכקייט, אַז מע מיינט גאָר נישט די שטאָט כעלעם, נאָר מע טראַכט וועגן כעלמנאָ, (באַקאַנט פֿאַרן נאַצי־לאַגער דאָרטן). אין דער געגנט פֿון כעלמנאָ געפֿינט זיך אַ שטעטל טאָרן, און די אײַנוווינער דאָרט הייסן טערנער, אויף דײַטש נאַראָנים. קען דעריבער געמאָלט זײַן, אַז ווען מע רעדט וועגן כעלמנער טערנער, האָט מען דאָס איבערגעמאַכט אויף כעלמער נאַראָנים?! סדן איז אָנגעפּיקעוועט מיט לומדות און קענטענישן פֿון פֿאַרשיידענע שפּראַכן, אָבער קיין איבערצײַגנדיקן אויספֿיר אין דעם פּרט קען מען דאָ נישט לייענען...
דער ניו־יאָרקער פֿאַרלאַג "היברו פּאָבלישינג קאָמפּאָני" מיט זייער זאַמלונג "כעלמער חכמים" איז געדרוקט געוואָרן אין עטלעכע אויסגאַבעס; אַ סימן פֿון דער פּאָפּולערקייט פֿון די מעשׂיות. "די חכמים פֿון כעלעם", געדרוקט אין וואַרשע אין 1966 און רעדאַקטירט פֿון פֿ. פֿריד, האָט אַרײַנגענומען מאַטעריאַלן וועגן כעלעם סײַ פֿונעם פֿאָלקלאָר, סײַ פֿון דער ליטעראַטור. צווישן די ליטעראַרישע ווערק — גלאַטשטיינס פֿריִער דערמאָנט ווערק, פּאָעמעס פֿון מאַני לייב און יאָסל לערנער, דערציילונגען פֿון ב. י. ביאַליסטאָצקי, י. י. טרונק, און י. ל. כּהנס פֿאָלקס־מעשׂיות.
אין דער זאַמלונג "כעלעמער מעשׂיות" (וואַרשע, 1930) באַמיט זיך מנחם קיפּניס צו ניצן אַן אויסגעהאַלטענעם פֿאָלקסטיל, ווי מע קען לייענען אין: "צוליב אַ וואַנט־לוח".
"דער גבאי פֿון כעלעמער שיל איז געווען אין בריסק וועגן מסחר האָט ער, דרך אַגבֿ, אײַנגעקויפֿט אַ גרויסן וואַנט־לוח פֿאַר דער שיל, כּדי דער עולם זאָל וויסן ווי אזוי זיך נוהג צו זײַן אַ גאַנץ יאָר מיט ליכטבענטשן, וויסן ווען דער מולד איז וכדומה. איז אויך דער צווייטער גבאי געווען אין בריסק און האָט אויך דאָרט געקויפֿט אַ וואַנט־לוח פֿאַר דער שיל. איז געוואָרן אין כעלעם אַ טומל: צוויי וואַנט־לוחות, צו וואָס דאַרף מען צוויי? האָט מען געמאַכט אַן אַספֿה, געטראַכט דרײַ טעג מיט דרײַ נעכט און ס'איז געבליבן, אַז צוליב דעם, וואָס סי'איז דאָ אַן איבעריקער וואַנט־לוח און ס׳איז אַ שאָד דאָס געלט, זאָל מען צום לוח צובויען אַ נײַע שול. און אַזוי האָט מען געטאָן".
אין דער דערציילונג קען מען דערשפּירן אַ חוזק פֿון די קהילה־פֿירערס און זייערע באַשלוסן, און אויך אַן אָפּלאַכעניש פֿון דער ייִדישער נטיה אַרײַנצוטראַכטן אַ ביסל צו טיף אין אַלץ אויף דער וועלט. כאָטש איך האָב אָנגעהויבן דעם אַרטיקל מיטן באַווײַז, אַז מע קען אָפֿט הערן כעלעמער מעשׂיות אין אַנדערע קולטורן און שפּראַכן, וויל איך פֿאַרענדיקן מיט אַ כעלעמער מעשׂה פֿון קיפּניס׳ זאַמלונג וואָס איז, מיר דאַכט, אַן עכט ייִדישע:
"כעלעם האָט אַמאָל דערהערט, אַז משיח קומט, האָט מען מורא געהאַט, אַז ער וועט פֿאַרבײַגיין לעבן כעלעם און אין שטאָט נישט אַרײַנגיין. האָט מען געדינגען אַ שומר, וועלכער איז געשטאַנען טאָג ווי נאַכט אויפֿן כעלעמער באַרג און אַכטונג געגעבן אויף משיחן — אַז ער וועט דורכגיין, זאָל ער אים אַרײַנבעטן אין שטאָט.
דערווײַל האָט דער שומר זיך אַרומגעקוקט, אַ צען גילדן אַ וואָך איז צו ווייניק אויף צו קענען מפֿרנס זײַן אַ ווײַב מיט קינדער, און ער איז געקומען בעטן פֿון דער קהלה אַ הוספֿה. האָט דער רבֿ אים אָפּגעזאָגט צו געבן אַ הוספֿה. ׳אמת טאַקע, האָט דער רבֿ געזאָגט, אַז צען גילדן אַ וואָך איז פֿאַרן שומר אַ קליינע שׂכירות, דערפֿאַר האָט ער אָבער אַן אייביקע שטעלע׳."