- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צו זײַן 55סטן יאָרצײַט נחום באָמזע איז אַהערגעקומען אין 1948 פֿון אייראָפּע, צו דער דערעפֿענונג פֿונעם אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס אין ניו־יאָרק, צוזאַמען מיט אַ גרופּע ייִדישע פּליטים־שרײַבער, ווי חיים גראַדע און שמערקע קאַטשערגינסקי צוו׳אַנד. די היגע שרײַבער און קולטור־טוער האָבן זיי אויפֿגענומען מיט פֿרײַנדלעכקייט און פֿרייד און זיי געהאָלפֿן זיך אײַנבירגערן אין לאַנד און אין דער ייִדישער קולטור־וועלט. איך שרײַב עס נאָך דעם ווי כ׳האָב איבערגעלייענט דעם נעקראָלאָג, וואָס די "ניו-יאָרק טײַמס" האָט פֿאַרעפֿנטלעכט דעם 7טן אָקטאָבער. עמעצער האָט דער רעדאַקציע אונטערגעזאָגט, אַז אין טשערנאָוויץ איז, אין עלטער פֿון 97 יאָר, געשטאָרבן דער ייִדישער שרײַבער, יוסף בורג. ס׳איז גוט, פֿאַרשטייט זיך, צו זען, אַז די בכּבֿודיקע צײַטונג רופֿט זיך אָפּ אויף דער פּטירה פֿון אַ שרײַבער פֿון דער וועלט פֿון ייִדיש. באַגעגנט צום ערשטן מאָל האָב איך זי אין "אַרבעטער־רינג", אויף קאַלישער־גאַס אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ זי איז אַן אָפֿטע אַרײַנגייערין, אין זכות פֿון איר באָבען, דער בונדיסטקע. אַזוי שטעלט זי זיך פֿאָר, גאַלי דרוקער־ברעם, אָט די יונגע פֿרוי מיטן מיידלשן אויסזען און אינטעליגענטן קוק, וואָס זעט אויס פֿיל ייִנגער פֿון אירע 36 יאָר און נעמט אָן מיט אויטענטישן ענטוזיאַזם מײַן פֿאָרשלאָג דורכצופֿירן אַן אינטערוויו מיט איר — "נאָר בײַ זיך אין דער היים" — גיט זי גלײַך צו. מיר גייען אַריבער די רוישיקע גאַס און זי פֿירט מיך אַרײַן צו זיך אין שטוב, וואָס דערמאָנט מער אַ סטודענטישע דירה איידער די וווינונג פֿון אַ מיטלקלאַס־פּאָר; איך קוק אַרײַן פֿון מאָל צו מאָל אין דעם "לעקסיקאָן פֿון 'פֿאָרווערטס’-שרײַבער זינט 1897", צונויפֿגעשטעלט דורך אליהו שולמאַן און שמעון וועבער. קיין יאָר טראָגט אויף זיך ניט די אויסגאַבע, אָבער אַרויס איז עס, אַ פּנים, אין 1986. וועגן מאַקס ווײַנרײַכן שטייט דאָרטן געשריבן: "אין 1919 האָט ווײַנרײַך אָנגעהויבן שרײַבן פֿאַרן 'פֿאָרווערטס’ און זינט דעמאָלט געדרוקט פּאָפּולערע אַרטיקלען וועגן צײַט-פּראָבלעמען און קאָרעספּאָנדענציעס. די דאָזיקע געשיכטע קען מען אָנהייבן אין יאָר 1953, ווען אין ניו-יאָרק האָט זיך געביטן דער מצבֿ פֿון דער ייִדישער פּרעסע. אין יענעם יאָר האָבן זיך צונויפֿגעגאָסן צוויי טאָג־צײַטונגען: דער ליבעראַלער "דער טאָג" און דער פֿרומער "מאָרגן-זשורנאַל". דער נײַער "טאָג-מאָרגן-זשורנאַל" האָט געהאַט אַ געמישטע לייענערשאַפֿט — טיילווײַז אַ וועלטלעכע און טיילווײַז אַ טראַדיציאָנעלע. ניט אַלעמען איז עס, פֿאַרשטייט זיך, געווען צום האַרצן. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך זיך אומגעקערט פֿון אַ רײַזע קיין אייראָפּע, וווּ כ׳האָב געהאַט אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט צוויי קליינע ייִדישע קהילות, און דערבײַ צו האָבן אַ פֿאָרשטעלונג, וואָס מיינט עס הײַנט זיך אויסצולעבן ווי אַ ייִד אין יענע קאַנטן. די הויפּט־סיבה פֿאַר וואָס איך און מײַן מאַן, לייבל, זענען געפֿאָרן אַהין איז געווען צו פּראַווען דעם 90סטן געבוירן־טאָג פֿון מײַן שווער, וועלכער וווינט אין מאַלמע — די דריט־גרעסטע שטאָט אין שוועדן. ווער עס וויל האָבן אַ גוטן שם אויף דער וועלט, דער דאַרף זיך דערווײַטערן פֿונעם חשש פֿון ייִדישיזם. בײַ אינטעלעקטואַלן וועט מען אים/איר אָדער אויסלאַכן, אָדער אָנקוקן מיט רחמנות־בליקן, אָדער ביידע אין איינעם, ווײַל אַזוינס איז דאָך אַפּנים בײַ לײַטן באמת בלויז צו לאַכן אָדער צו וויינען. מען וועט אײַך פּשוט ניט נעמען ערנסט, ווײַל דער ענין ייִדישיזם איז אי ניט דעפֿינירט, אי האָפֿענונגלאָז! מיר טוט עס וויי, ווײַל איך בין אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדישיסטישער היים און בין אין משך פֿון מײַן גאַנצער יוגנט געווען שטאָלץ צו זײַן אַ ייִדישיסט. איך האָב שוין אַ פּאָר מאָל געהאַט געשריבן וועגן איבערזעצונגען פֿון שלום-עליכמס ווערק אויף רוסיש. דאָס איז, גלייב איך, דער לעצטער צײַטונג-עסיי מײַנער אויף אָט דער טעמע, וועלכע איך קלײַב זיך אַרומרעדן אין אַ באַזונדערן אַקאַדעמישן אַרטיקל. אָבער הײַנט — איך שרײַב די דאָזיקע שורות אין דעם טאָג פֿון מײַן טאַטנס 100סטן געבוירן־טאָג — בין איך געשטימט ניט זייער "אַקאַדעמיש" און דערמאָן זיך אָן מײַן באַגעגעניש מיט אַן איבערזעצער פֿון שלום-עליכם. די באַציִונגען צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד איז איינער פֿון די הויפּט-פֿאַקטאָרן, וואָס האָט אין משך פֿון יאָרצענדליקער באַשטימט די מאָדערנע געשיכטע. נאָך איצט פֿילט זיך עס אין די באַציִונגען מיט רוסלאַנד. ביידע צדדים קוקן תּמיד מיט חשד איינער אויפֿן אַנדערן. רוסאָפֿאָביע פֿאַרלאָזט ניט די אַמעריקאַנער פּאָליטיק, בפֿרט אין דעם רעפּובליקאַנער לאַגער, בעת אין רוסלאַנד זײַנען די נאַציאָנאַליסטן בדרך-כּלל געשטימט זייער אַנטי-אַמעריקאַניש. פֿאַר אַ יאָרן, אין דעם "פּינטעלע" וואָס איז אַרויס דעם 25סטן יולי און האָט געהייסן "די ליטוואַקעס און אַנדערע ייִדן", האָב איך שוין אָנגערירט די טעמע פֿון פֿאַרשיידענע מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדישע "שבֿטים" און זייערע צווישן־באַציִונגען. די קאָנסאָלידאַציע פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן האָט זיך ביסלעכווײַז — זייער ביסלעכווײַז — אָנגעהויבן אין די 1860ער יאָרן, אין די פֿריִערדיקע קאַפּיטלעך פֿון דער סעריע וועגן ייִדישן פֿאָלקלאָר, האָט איר אפֿשר באַמערקט, אַז אין ווייניק פֿון די דערמאָנטע לעגענדעס, פֿאָלקס־מעשׂיות, וויצן און אַנעקדאָטן פֿאַרנעמען חיות דאָס הויפּט־אָרט. בײַ די אַשכּנזים, זעט אויס, האָט מען ליבערשט געוואָלט דערציילן וועגן מענטשן, פֿלייש און ביין, ווי וועגן רעדנדיקע, טראַכטנדיקע חיות, וועלכע פֿירן זיך אויף ווי מענטשן. אַזוינע מעשׂיות וועגן חיות לייענט מען אין די זאַמלונגען פֿון פֿאַבלען, אָדער משלים, אַ זשאַנער וואָס איז באַקאַנט דעם ייִדיש־לייענער שוין הונדערטער יאָרן. שווער צו געפֿינען דאַכט זיך אַ מער פּאַסיקע דערעפֿענונג פֿון קולטור־סעזאָן, ווי טאַקע די וואָס איז צו שטאַנד געקומען לעצטנס אין תּל־אָבֿיבֿער "אַרבעטער־רינג". צונויפֿגעזאַמלט האָט זיך דער עולם בײַצוזײַן אויף דער פּרעזענטאַציע פֿון דעם דערשינענעם בוך, אין צוויי בענד, "אין געיעג נאָך מאָמענטן" פֿון זשורנאַליסט און קונסט־קריטיקער יצחק לודען. פּאַסיק איז אויך געווען די צײַט פֿון דורכצופֿירן די פּרעזענטאַציע: ווען אַ היפּשע צאָל לייענער האָבן זיך שוין מיט די ביכער באַקענט, |