ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור

שווער צו געפֿינען דאַכט זיך אַ מער פּאַסיקע דערעפֿענונג פֿון קולטור־סעזאָן, ווי טאַקע די וואָס איז צו שטאַנד געקומען לעצטנס אין תּל־אָבֿיבֿער "אַרבעטער־רינג". צונויפֿגעזאַמלט האָט זיך דער עולם בײַצוזײַן אויף דער פּרעזענטאַציע פֿון דעם דערשינענעם בוך, אין צוויי בענד, "אין געיעג נאָך מאָמענטן" פֿון זשורנאַליסט און קונסט־קריטיקער יצחק לודען.

פּאַסיק איז אויך געווען די צײַט פֿון דורכצופֿירן די פּרעזענטאַציע: ווען אַ היפּשע צאָל לייענער האָבן זיך שוין מיט די ביכער באַקענט, און איצט געקומען אויסצוהערן דאָס אויטאָריטאַטיווע וואָרט וועגן בוך פֿון די באַהאַוונטע אָנטייל־נעמערס.

דער ערשטער רעדנער, פּראָפֿ׳ אַבֿרהם נאָווערשטערן, האָט ווי זײַן שטייגער איז, דורכגעפֿירט אַ ברייט־פֿאַרנעמיקן טיפֿן קאָמענטאַר. ער האָט אונטערגעשטראָכן די סאַמע עיקרדיקע טעמעס וואָס דאַרפֿן גענומען ווערן אין באַטראַכט ווען מ׳קומט דורכצופֿירן אַ קריטישן איבערבליק איבער דעם דערשינענעם בוך "אין געיעג נאָך מאָמענטן" (דער ערשטער באַנד "טעלעוויזיאָנערן"; "די אייביקע רגע" — דער צווייטער באַנד).

פּראָפֿ׳ נאָווערשטערן האָט זיך פֿאַררופֿן קודם־כּל אויף די מעגלעכע סיבות וואָס האָבן באַוועגט יצחק לודענען אַרויסצוגעבן צוויי בענד פֿון געקליבענע אַרטיקלען, געדרוקט מיט צען אָדער מיט פֿופֿצן יאָר צוריק. און געפֿונען דעם ענטפֿער האָט ער דורך דעם נאָמען וואָס לודען אַליין האָט געגעבן זײַן בוך: "אין געיעג נאָך מאָמענטן", וואָס ווירקלעך איז עס דער תּמצית פֿון זשורנאַליסטישן וועזן — פֿאַרכאַפּן די רגע און דורך דעם אפֿשר אויך די אייביקייט.

ברייט און פּרטימדיק שטעלט זיך אָפּ פּראָפֿ׳ נאָווערשטערן אויף די צוויי טראַדיציעס אין וועלכע לודען איז אײַנגעוואָרצלט: אין דער טראַדיציע פֿון דער ייִדישער פּרעסע, פֿון ייִדישן זשורנאַליזם, און צווייטנס — אין דער טראַדיציע פֿון בונדיזם און מיט אָט דער טאָפּלטער מאָס דאַרף דאָס בוך אַנאַליזירט ווערן.

פּראָפֿ׳ נאָווערשטערן פֿאַרענדיקט זײַנע פּאָלעמישע ווערטער מיט דער האָפֿענונג, אַז אין פֿינף יאָר אַרום וועט לודען פֿאַרעפֿנטלעכן דעם דריטן באַנד און "אין דעם קומענדיקן באַנד, לאָמיר האָפֿן — וועט זײַן קוק אויף דער צוקונפֿט זײַן מער אָפּטימיסטיש".

עס באַקומט דאָס וואָרט דער רעדאַַקטאָר ישׂראל רודניצקי, וועלכער איז זיך מודה, אַז לודען איז זײַן גרעסטער אָפּאָנענט, גלײַכצײַטיק אָבער איז ער פֿול מיט התפּעלות איבער לודענס ווערטפֿולע אויפֿטוען אויפֿן אינטעלעקטועל־קולטורעלן געביט. בלעטערנדיק די צוויי בענד פֿון דעם דערשינענעם בוך, באַצייכנט רודניצקי: "די געבענטשטע האַנט פֿון אַ זשורנאַליסט, כּמעט אַ לינגוויסט, אַ פּובליציסט, און אַ פּראָזאַיִקער, אַ שאַפֿער מיט אַ ברויזנדיקן טאַלאַנט און מיטן כּוח פֿון אַ הערקולעס, וואָס האָט אויפֿגעהויבן אויף זײַנע פּלייצעס אַ גאַנצע וועלט".

רודניצקי פֿאַרגלײַכט לודענען אין זײַנע שפּראַך־השׂגות מיט דאָן קיכאָט, וועלכער קעמפֿט מיט די ווינטמילן, נאָר וואָס אַן אמת, מיט אַ סך זשורנאַליסטישן חן. "וווּ נעמט מען אַ צווייטן לודען?" פֿרעגט ער זיך און ווינטשט אים אַריכות־ימים, געזונט און נײַע יצירות ביז אין סוף.

"לודענס פּובליציסטיק האָט מיך שטענדיק אינספּירירט" — מיט די ווערטער הייבט אָן די דיכטערין רבֿקה באַסמאַן־בן־חיים איר באַטייליקונג אין דער פּרעזענטאַציע. "לודען שרײַבט ניט בלויז אין איין זשאַנער", זעצט פֿאָר רבֿקה באַסמאַן, "אין זײַן שאַפֿערישער זשורנאַליסטיק זײַנען פֿאַראַן די שפּורן פֿון הומאָריסטיק, פֿילאָסאָפֿיע, פּסיכאָלאָגיע און אַמאָל אויך, ניט ווילנדיק — פּאַראַפּסיכאָלאָגיע".

רבֿקה באַסמאַן באַוווּנדערט אויפֿריכטיק און רעכנט אויס לודענס פֿילצאָליקע פֿעיִקייטן: אַ שפּירנדיקער קונסט־קריטיקער, אַ גלענצנדיקער איבערזעצער פֿון פּויליש, העברעיִש, ייִדיש און מן־הסתּם באַווירקן זײַנע טיפֿע קענטענישן, אַז זײַן שרײַבן זאָל נישט בלויז "פֿאַראייביקן די רגע", נאָר אויך פֿאַרבלײַבן לאַנג איבער דער צײַט, ווען די שאַפֿונג איז געשריבן געוואָרן.

לויט די זעלטן איינמאָליקע מתּנות וואָס רבֿקה באַסמאַן איז זיך נוהג צו שענקען בײַ באַזונדערע געלעגנהייטן, האָט זי אויך דאָס מאָל פֿאַרפֿאַסט פֿאַר דער פּרעזענטאַציע אַ מאַקאַמע, צוזאַמענגעשטעלט מיט די טיטלען וואָס דער מחבר האָט געגעבן די קאַפּיטלען פֿון זײַן בוך. ביידע, סײַ די נעמען וואָס די קאַפּיטלען טראָגן, סײַ די מאַקאַמע זײַנען אײַנפֿאַלערישע מחשבֿה־אַרבעטן אויפֿן ראַנד פֿון קונסט.

דאָס אַלץ איז געווען אויף דער פּרעזענטאַציע און נאָך מער אויך. איצט איז געקומען די ריי פֿון מחבר אַליין, וועלכער פֿרעגט זיך אין פֿאַרלעגנהייט — קומט מיר טאַקע דאָס אַלץ? לודען דערציילט וועגן זײַנע ספֿקות און קווענקלענישן בײַם אויסוויילן די מאַטעריאַלן וואָס זײַנען אַרײַן אין זײַן צווילינג־בוך: דאָס ערשטע בוך נעמט אַרײַן זיבן און דאָס צווייטע נײַן טעמאַטישע פּרקים פֿון אויפֿגעכאַפּטע מאָמענטן פֿון טאָג־טעגלעכן לעבן, "די דראַמע פֿון דער גרויער טאָג־טעגלעכקייט", ווי ער רופֿט עס אָן. און לודען דערציילט, אַז דאָס איז אַן אויסווייל פֿון 207 פֿון צווישן קרובֿ צו זעקס טויזנט אַרטיקלען אין די 56 יאָר פֿון זײַן זשורנאַליסטישער טעטיקייט. דאָס זײַנען געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע רעפּאָרטאַזשן, רײַזע־רעפּאָרטאַזשן און צוויי דערציילונגען וואָס ער באַטיטלט מיטן נאָמען "דאָס לעבן דערציילט"; די אַנדערע זײַנען "אַן אַרײַנבליק אין קונסט", "אַן אַרויסקוק אין דרויסן", "היימישע סילועטן" און אַ גרעסערער פּרק פֿון גורל פֿון ייִדיש אין ייִדישן לאַנד.

יצחק לודענס בוך איז אַ לעבנס־אויפֿטו פֿון אַ פֿאַראַנטוואָרטלעכן זשורנאַליסט, וואָס איז פֿאַרפֿליכטעט פֿאַרן אמת, אַנגאַזשירט פֿאַרן שלום און וואָס בײַם סוף האָט געמוזט אײַנגיין, אַז "געבליבן איז דער חלום".