פֿאַר אַ יאָרן, אין דעם "פּינטעלע" וואָס איז אַרויס דעם 25סטן יולי און האָט געהייסן "די ליטוואַקעס און אַנדערע ייִדן", האָב איך שוין אָנגערירט די טעמע פֿון פֿאַרשיידענע מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדישע "שבֿטים" און זייערע צווישן־באַציִונגען. די קאָנסאָלידאַציע פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן האָט זיך ביסלעכווײַז — זייער ביסלעכווײַז — אָנגעהויבן אין די 1860ער יאָרן,
ווען אין דער רוסישער קרוינשטאָט, פּעטערבורג, האָט זיך באַזעצט (און דערלויבט געווען זיך באַזעצן) אַ תּחילת קליינטשיקע גרופּע ייִדישע פּני. אַרום זיי איז געוואַקסן די עליט פֿון רוסישן ייִדנטום, און דער פֿאַקט אַליין, אַז אַזאַ עליט האָט זיך באַוויזן, איז געווען אַ סימן פֿון צענטראַליזאַציע און קאָנסאָלידאַציע. ניט צופֿעליק, אַ פּנים, האָט זיך אין די זעלבע יאָרן באַוויזן די ייִדישע פּרעסע — אויף רוסיש, העברעיִש און ייִדיש. דאָס איז אויך געווען אַ צענטראַליזירנדיקער פֿאַקטאָר.
בכלל, די אָרגאַניזירטע "ייִדישע מלוכה" האָט געהאַלטן אין איין וואַקסן אין רוסלאַנד. דאָס זײַנען געווען פֿאַרשיידענע פֿילאַנטראָפּישע און, שפּעטער, פּאָליטישע אָרגאַניזאַציעס, פֿאַרלאַגן און צײַטונגען. מיגראַציע האָט אויך בײַגעטראָגן צו קאָנסאָלידאַציע. באַזונדערס שטאַרק האָט זיך עס דערפֿילט אין די יאָרן פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה. אַן אינטענסיווער פּראָצעס פֿון "צונויפֿמישן זיך" איז אָנגעגאַנגען אויך אין די קרײַזן פֿון אימיגראַנטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אַנדערע לענדער.
אָבער אין דעם ייִדישן "שמעלצטאָפּ" זײַנען תּמיד געווען קאָנפֿליקטן און ניט-צופֿרידנקייט איינער מיטן אַנדערן, צו מאָל אַפֿילו, אַ שׂינאה צו אַן אַנדער מין ייִדן. די קאָנפֿליקטן האָבן געהאַט עקאָנאָמישע און קולטורעלע סיבות און תּירוצים. אין דער אַקאַדעמישער ליטעראַטור האָט מען וועגן די אַספּעקטן פֿון ייִדישן לעבן געשריבן רעלאַטיוו ווייניק. אָבער אין דער ייִדישער ליטעראַטור און, נאָך מער, אין זשורנאַליסטישע ווערק קען מען געפֿינען אַ סך מאַטעריאַל וועגן די צווישן-"שבֿטימדיקע" באַציִונגען. פֿאַרן איצטיקן "פּינטעלע" האָב איך אונטערגעקליבן דרײַ אַזעלכע מאַטעריאַלן: י. י. זינגערס "פֿאָרווערטס"-אַרטיקל (אונטערן פּסעוודאָנים י. קופּער), וואָס ווערט איבערגעדרוקט כּמעט אָן קירצונגען, און צוויי אויסצוגן פֿון ביכער, געשריבן פֿון אַ. אַלמי (אליהו-חיים שעפּס) און נחמן מײַזיל. אַ סבֿרא, אַז ביידע טעקסטן האָבן אויך זיך פֿריִער באַוויזן ווי אַרטיקלען אין צײַטשריפֿטן.
אין די דרײַ עסעען גייט די רייד וועגן וואַרשע שוין אין די יאָרן צווישן די וועלט-מלחמות, ווען פּוילן האָט אַרײַנגענומען אין זיך טעריטאָריעס, באַפֿעלקערט דורך פֿאַרשיידענע גרופּעס ייִדן. ווי עס האָט געשריבן אַ. אלמי: "וואַרשע, די עיר ואם בישׂראל, איז געווען אַ שמעלצטאָפּ פֿון די פֿאַרשידענע ׳ייִדנטומס׳. ליטוואַקעס, אוקראַיִנער, קורלענדער און ׳גרויס-רוסן׳ האָבן זיך ׳פּאָלאָניזירט׳ — דאָס הייסט: ייִדיש-פּויליש געוואָרן. ס׳איז געווען אַ נאַטירלעכע, פֿרײַוויליקע ׳אַסימילאַציע׳." אָבער פּראָבלעמען זײַנען אויך געווען, און ניט ווייניק.
"פּוילישע ייִדן, גאַליציאַנער און ליטוואַקעס
מישן זיך איצט אויס אין די פּוילישע שטעט"
(י. קופּער, "פֿאָרווערטס", דעם 10טן אָקטאָבער 1929)
איך ווייס נישט, ווי עס איז געווען און ווי עס איז נאָך איצט בײַ אײַך אין אַמעריקע, נאָר בײַ אונדז אין פּוילן איז אין די לעצטע יאָרן, זינט פּוילן איז געוואָרן אַ מלוכה, פֿאָרגעקומען אַ גרויסע "אַסימילאַציע" צווישן די פּוילישע, גאַליצישע, ליטווישע און וואָלינער ייִדן, וואָס וווינען אין זעלבן לאַנד. עס האָבן זיך שטאַרק צונויפֿגעמישט דער ליטווישער "איך" מיטן פּוילישן "יאַך" און מיטן גאַליצישן "עך".
פֿאַרן קריג זײַנען די עטלעכע מינים ייִדן געווען שטאַרק אָפּגעשיידט איינער פֿון אַנדערן, פֿרעמד ווי באַזונדערע פֿעלקער. מילא, פֿון גאַליציע איז אָפּגערעדט. גאַליציע האָט געהערט צו עסטרײַך. און טאָמער פֿלעגט אַ מאָל אַרײַנפֿאַלן אַ "רוסישער", דאָס הייסט, אַ ליטוואַק אָדער אַ פּוילישער ייִד, קיין גאַליציע, האָט מען פֿאַר אים קיין אַנדער נאָמען ווי "חזיר" נישט געהאַט. גאַליציאַנער ייִדן זײַנען געווען זייער שטאָלץ מיט זייער קייזער פֿראַנץ יאָזעף, אָדער "פֿראָיִם-יאָסל", ווי זיי האָבן אים גערופֿן ייִדישלעך. ווער האָט זיך צו זיי געקענט גלײַכן? אונדזערע ייִדן, ווידער, פֿלעגן אַ גאַליציאַנער האַלטן פֿאַר נישט קיין איבעריקן חכם, פֿאַר אַ "דײַטש", און קיין אַנדער נאָמען ווי "קירה-מאָק" [פֿונעם צונאָמען פֿאַר עסטרײַך און דעם עסטרײַכישן אימפּעראַטאָר: קיר״ה — קיסר ירום הודו, "דער קיסר, זײַן גלאַנץ זאָל געהויבן ווערן"] האָט מען פֿאַר גאַליציאַנער נישט געהאַט. אמת, אַז צווישן פּוילישע "חזירים" פֿון לעבן דער קירהשער גרענעץ און "קירה-מאָקס" פֿלעגן קומען צו שידוכים, אָבער דאָס איז געשען דערפֿאַר, ווײַל אין גאַליציע איז אַלע מאָל געווען אַ מאַנגל אין חתנים. אַ גאַליציאַנער תחן-בחור פֿלעגט זיך הייסן אָפּצאָלן מיט גאָלד, מיידלעך פֿלעגן פֿאַרזיצן, האָט מען קיין אַנדער ברירה נישט געהאַט און אײַנגעהאַנדלט פּוילישע "חזירים" צו טויזנט רײַניש (גולדן) אַ שטיק... אַזוי האָט מען זיך שטאַרק נישט ליב געהאַט.
נאָר אַפֿילו צווישן די ייִדן, וואָס האָבן געהערט צו איין מלוכה, צו רוסלאַנד, איז געווען אַ גוואַלדיקע ווײַטקייט און אויך אַ שׂינאה. אַ פּוילישער ייִד האָט געהאַלטן יעדן ייִד, וואָס זאָגט "גיין" אַנשטאָט "גײַן", פֿאַר אַ ליטוואַק אַ צלם-קאָפּ, פֿאַר אַ שמדניק, גנבֿ און שווינדלער. יעדער ליטוואַק, ווידער, האָט חוזק געמאַכט פֿון "פּויליסן דריפּקע", "טשמײַער" (איטשע-מאיר), געהאַלטן אים פֿאַר אַ פֿאַנאַטיקער, פֿרעסער, פּרא-אָדם און וואָס אין דער קאָרט שטייט.
די פּוילישע ייִדענע פֿלעגט בעטן בײַ גאָט: "רבונו של עולם, העלפֿסט דאָך אַפֿילו אַ ליטוואַק, פֿאַר וואָס זאָלסטו נישט העלפֿן מיר, אַ געבוירענער אַ וואַרשעווערין?"
דער ליטוואַק, וואָס פֿלעגט קומען קיין וואַרשע קויפֿן סחורה, פֿלעגט אין וואַגאָן זידלען די פּוילישע מיט דער בלאָטע גלײַך. "טשמײַערס, עפֿנט אַ פֿענצטער אין וואַגאָן, לאָזט אַרײַן אַ ביסל וואָזדוך (לופֿט)."
וואָס פֿלעגן די פּוילישע ייִדן נישט אויסטראַכטן אויפֿן ליטוואַק! אַ ליטוואַק, האָבן פּוילישע ייִדן געזאָגט, קאָן זיצן בײַ דער גמרא און גלײַכצײַטיק טראָגן אויפֿן האַרץ אַ צלם... אַ ליטוואַק איז פּסול ווי אַ עדות. קינדער פֿלעגן נאָכלויפֿן יעדן ליטוואַק און זינגען אַ לידל: "ליטוואַק חזיר, טשו, טשו, טשו, /לייג זיך אין דר׳ערד אַרײַן, ליו, ליו, ליו..."
אַפֿילו וועגן ווילנער גאון פֿלעגן פּוילישע ייִדן זאָגן, אַז ער זיצט אין גן-עדן מיט אַ פֿאַרקאַלטענטער [פֿאַרשטיינערטער] באָרד, אַלץ דערפֿאַר ווײַל ער איז געווען אַ ליטוואַק. פֿרומע ייִדן אין וואַרשע פֿלעגן זיך באַרימען, אַז אין זייער משפּחה געפֿינען זיך נישט קיין בעל-מלאכה, נישט קיין זעלנער, נישט קיין אַמעריקאַנער און נישט קיין ליטוואַק... פֿרומע ווײַבער פֿלעגן נישט וועלן שטעלן קיין טשאָלנט צום בעקער, וווּ עס האָט געשטעלט טשאָלנט אַ ליטוויטשקע, ווײַל טאָמער האָט זי אַרײַנגעלייגט אין טשאָלנט אַ שטיקל חזיר. רײַכע ייִדן-מיוחסים פֿלעגן נישט וועלן פֿאַרדינגען אין זייערע הײַזער קיין ליטוואַק אַ וווינונג. אין דער גזשיבאָווער געגנט, וווּ עס פֿלעגן וווינען די רײַכסטע חסידים פֿון וואַרשע, פֿלעגט מען קיין ליטוואַק נישט אַרײַנלאָזן, פּונקט ווי מע לאָזט נישט אַרײַן אין אַמעריקע קיין נעגער צווישן ווײַסע. די ליטוואַקעס פֿלעגן וווינען אין וואַרשע אַם מיינסטן אויף נאַלעווקעס. און צוליב דעם טאַקע האָבן זיך ייִדן פֿון גזשיבאָווער געגנט געהאַלטן שטאָלץ קעגן אַ ייִדן פֿון נאַלעווקעס, וווּ עס וווינען יאָ ליטוואַקעס. בײַ אַ שידוך טאָן האָט אַ ייִד פֿון נאַלעווקעס, וואָס וווינט צוזאַמען מיט ליטוואַקעס, געמוזט טײַערער באַצאָלן זײַן מחותּן, וואָס וווינט אויף גזשיבאָוו אָן ליטוואַקעס.
עס איז אַ פֿאַקט, אַז אַ מאָל איז אַ רײַכער וואַרשעווער חסיד געפֿאָרן צו אַ פּוילישן רבין פֿרעגן אַן עצה, צי ער קען חתונה מאַכן זײַן טאָכטער פֿאַר אַ רײַכן ליטוואַק. האָט דער רבי, נישט פֿאַרטראַכטנדיק זיך אַפֿילו, געענטפֿערט: "שמד זי בעסער!" עס האָט אַזוי ווײַט דערגאַנגען, אַז בעתן פּאָגראָם אין ביאַליסטאָק, אין די יאָרן פֿון דער רעוואָלוציע פֿון 1905, האָבן טייל ייִדן אין פּוילן זיך אויסגעדריקט, אַז "אויף ליטוואַקעס איז אַ מיצווה". איך האָב עס אַליין געהערט זײַענדיק אַ ייִנגל. איך געדענקט נאָך, ווי מײַן פֿאָטער האָט זיך שטאַרק אויף די ייִדן געבייזערט.
די איינציקע ליטוואַקעס, וועלכע פּוילישע ייִדן האָבן געדולדט, זײַנען געווען אַגענטן פֿון אינשורענס (פֿאַרזיכערונג) קאָמפּאַניעס און מגידים. אַזעלכע האָבן געמוזט זײַן ליטוואַקעס. טאָמער האָט זיך אַ פּוילישער ייִד גענומען צו אַזאַ ביזנעס, האָט מען אַפֿילו מיט אים נישט געוואָלט רעדן. "אַ ליטוואַק איז אַ גנבֿ, אַ צלם-קאָפּ, נאָר אַ קלוגער יונג, אַ קאָפּ-מענטש" — האָבן פּוילישע געהאַלטן. און אַזוי ווי אינשורענס און מגידות זײַנען קאָפּ-זאַכן, צו וועלכע מען דאַרף אַ פּיסקל, קענען אײַנרעדן, דעריבער דאַרף זיך דערצו נעמען נאָר אַ ליטוואַק און נישט קיין פּוילישער.
אמתע חסידים פֿלעגן אַפֿילו נישט גיין הערן קיין ליטווישן מגיד, ווײַל "וווּ אַ ליטוואַק, דאָרט ברענט דאָס גיהנום". אָבער פּראָסטע פּוילישע ייִדן האָבן געלעקט די פֿינגער פֿון די ליטווישע מגידים. אמת, אַז אַ ליטוואַק איז אַ צלם-קאָפּ, אָבער זאָגן קאָן ער, אַ מויל האָט ער, אַז ער מעג נאָר פֿאַרברענט ווערן!
די ליטווישע מגידים האָבן דערפֿון געוווּסט און זיך באַמיט צו "נעמען" די פּוילישע. זיי פֿלעגן שפּילן, מאַכן מימיק, וואַרפֿן מיט די הענט, טײַטלען מיט די פֿינגער דעם עולם אין די אויגן. "אוי, — פֿלעגן זיי זינגען, — פֿאַראַן פֿיר מאָרעס (ימען ["מאָריע" איז "ים" אויף רוסיש]) אויף דער וועלט: דער באַלטיצעסקע מאָרע (באַלטישער ים), אַדריאַטיצעסקע מאָרע (אַדריאַטישער ים), קאַספּיסקע מאָרע (קאַספּישער ים) און צאָרנע מאָרע (שוואַרצער ים). אָבער די עלטסטע מאָרע פֿון אַלע איז די גמרא, די גרעסטע מאָרע פֿון אַלע מאָרעס."
אַ שטיק געזונט איז צוגעקומען די פּוילישע ייִדן סײַ פֿון די רוסישע ווערטער, סײַ פֿון ליטוואַקס "געלערנטקייט", סײַ פֿון די דריידלעך, אַז די גמרא איז גאָר אַ מאָרע (אַ ים). "אוי, פֿאַרברענט זאָל ער ווערן!" — האָבן ייִדן געשאָלטן פֿון אַנטציקונג און געגעבן געלט אויף די ליטווישע ישיבֿות. אמת, אַז אַ ליטווישע ישיבֿה איז נישט דאָס וואָס אַ פּוילישע ישיבֿה, בלויז דאָרט אַפּיקורסות. אָבער דער מגיד איז אַ מײַסטער, אַ פֿאַרגעניגן צו הערן אים, בעסער ווי צו גיין, להבֿדיל, אין טעאַטער. וואָס שאַדט עס, וואָס דער מגיד איז אַ ליטוואַק? פֿאַרקערט, אַלע קאָמעדיאַנטן דאַרפֿן זײַן ליטוואַקעס. וואָס דען, אַ פּוילישער ערלעכער ייִד זאָל זיך פֿאַרנעמען מיט אַזעלכע זאַכן?
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די אָפּגעזונדערטקייט איז געווען אַזוי גרויס, אַז אַפֿילו אויסערלעך האָט מען געקענט אונטערשיידן אַ ליטוואַק פֿון אַ פּוילישן. און נישט נאָר לויט די קליידער, נאָר אַפֿילו לויטן אויסזען. דער פּוילישער ייִד איז בטבֿע געווען אַן עולם-הזהניק, פֿון נגידים איז אָפּגערעדט. יעדער וואַרשעווער ייִדישער נגיד און נגידיתטע אַמאָליקע צײַטן האָט זיך באַמיט צו זײַן וואָס דיקער, וואָס בײַכיקער, כּדי צו פֿאָרן יעדן זומער קיין מאַריענבאַד שמאַלץ צו צאַפּן... אַפֿילו בײַם אָרעמסטן וואַרשעווער ייִד האָט געמוזט אויף שבת זײַן אַ געבראָטענע גאַנז און עטלעכע פֿונט פֿיש.
אַ וואַרשעווער ייִדישער בעל-מלאכה האָט געמוזט יעדן פֿרײַטיק זיצן אין ביר-שענק, טרינקען ביר און פֿאַרבײַסן מיט טרוקענע געפֿעפֿערטע אַרבעס, נאָך וועלכע עס גלוסט זיך נאָך מער טרינקען. אַ וואַרשעווער גאַסן-הענדלער, אַ שלעפּער, האָט פֿונדעסטוועגן געמוזט עטלעכע מאָל אין טאָג אַרײַנכאַפּן זיך אין שענק, מאַכן אַ לחיים און פֿאַרבײַסן מיט אַ לעבערל אָדער אַ פּופּיקל. אַ ליטוואַק האָט געגעסן קרענק מיט קנאָבל. אַפֿילו אַ ליטווישער נגיד האָט זיך נישט געפּאַשעט קיין בויך, און בעסער געטראַכט פֿון אַ תּכלית, צו קומען צו געלט. פּוילישע האָבן געלאַכט פֿון ליטווישע "הערינג מיט באָרשט", ליטוואַקעס האָבן פֿאַראַכטעט די פּוילישע פֿרעסערס, וואָס פֿון די זיסע פֿיש, פֿעטע מאכלים, געבראָטענע גענז און נאַשוואַרג ווערן זיי דיק, פֿויל, נישט-רירעוודיק און צופֿרידן.
אַ וואַרשעווער ייִדענע, אָדער אַ ייִד, האָט זיך געקענט אַרײַנכאַפּן אין אַ מיטן דערינען אין אַ קאָנדיטערײַ און גאָרנישט, גלאַט אַזוי זיך, צוליב פֿאַרגעניגן, אויפֿעסן עטלעכע זיסע קיכלעך און אַפֿילו פֿאַרבײַסן מיט אַ שטיקל שאָקאָלאַד. אַז אַן אויסגעדאַרטער, שאַרף-אויגיקער ליטוואַק האָט אַזעלכעס געזען, איז אים אַזש דער שפּיציקער קנאָפּ אין האַלדז געלאָפֿן פֿאַר כּעס. "געהערט אַ מאָל, — האָט דער ליטוואַק נישט געקענט זיך שענקען, — געהערט, אַז אַ דערוואַקסענער מענץ [מענטש] זאָל אין מיטן דערינען אַוועקזעצן זיך און נאַסן [נאַשן] ווי אַ קינד... דאָס קענען נאָר פּויליסע דריפּקעס..."
דער פּוילישער האָט געקוקט פֿון אויבן אַראָפּ אויף דעם ליטוואַק-חזיר, וואָס איז גרייט צוליב תּכלית אָפּקומען אַ טאָג מיט אַ דאַרן בייגל, אַבי מאַכן אַ געשעפֿטל. דער פּוילישער האָט נישט געהאַלטן פֿון יאָגן זיך, מען דאַרף לעבן און הנאה האָבן. און טאָמער וועט נישט קלעקן, איז אויך, חלילה, קיין אומגליק נישט. גאָט איז אַ פֿאָטער און באַנקראָטירן קאָן מען אויך. אַ ליטוואַק האָט נאָר געקלערט וועגן תּכלית. וואַרשע איז פֿאַר אים געווען אַן אָרט צו קומען צו עפּעס, פּונקט ווי אַמעריקע איז פֿאַר כינעזער. עס איז רעכט אין די ערשטע טעג צו גיין מיט פֿאַרדרייטע שיך, מיט אַ פּאַפּירענעם קראַגן, מיט אַ צעשפּאָלטענעם הוט, עסן קדחת מיט קנאָבל, שלאָפֿן ערגעץ אויף אַ בוידעם, פֿאַרקויפֿן וואָס עס לאָזט זיך, האַנדלען מיט נעכטיקע טעג און אַוועקלייגן אַ גראָשן צו גראָשן. אַזוי לאַנג ביז מען קומט צו געלט, און מיט אַ מאָל עפֿנט מען אַ געשעפֿט.
אין די רעוואָלוציע-יאָרן 1904—1905 און שפּעטער הייבן די ליטוואַקעס אָן באַקומען אַ גרויסן אײַנפֿלוס אין פּוילן. די באַפֿרײַונגס-באַוועגונג, דער "בונד", קומט פֿון ליטע קיין פּוילן, ציט אַרײַן מאַסן ייִדישע אַרבעטער פֿון פּוילן אין די רייען פֿון די קעמפֿער. אויך די ייִדישע פּרעסע, וואָס ווערט צוערשט געמאַכט כּמעט אויסשליסלעך פֿון ליטוואַקעס, באַקומט אַ גרויסן אײַנפֿלוס אויף די פּוילישע ייִדן. פֿון דער צווייטער זײַט, ווערט דער האַנדל מיט רוסלאַנד געפֿירט מערסטנס דורך ליטווישע און רוסישע ייִדן, וואָס קענען דעם רוסישן מאַרק און די רוסישע שפּראַך. פּוילישע ייִדן ווערן דורך די אַלע זאַכן אַרײַנגעצויגן, דערנעענטערט צו די ליטוואַקעס, מיט וועלכע עס קומט אויס זיך צו באַגעגענען.
אָבער בײַם פּראָסטן ייִדישן עולם, בײַם פֿאָלקסמענטש, בלײַבט נאָך אַלץ אַ פֿרעמדקייט צו די פֿרעמדע. די באַציִונג פֿון אַ פּוילישן ייִד צום ליטוואַק איז פּונקט ווי די באַציִונג פֿון אַ גוי צום ייִדן. "וואָס קאָן דען נישט אַ ייִד?" — טראַכט דער גוי. און "וואָס דען קאָן נישט אַ ליטוואַק?" — טראַכט דער פּוילישער ייִד.
ערשט נאָך דעם ווי פּוילן ווערט אַ זעלבסטשטענדיקע מלוכה, רוסלאַנד ווערט אָפּגעריסן, גאַליציע קומט צו, הייבן זיך אָן צו דערנעענטערן די דרײַערליי ייִדן — דער "איך", "יאַך און "עך"; הייבן אָן פֿאַרשווינדן די ווײַטקייטן און אָפּגעגרענעצטקייט צווישן דעם ליטווישן "צלם-קאָפּ", קירהשן "מאָק" און פּוילישער "דריפּקע". דער ווילנער ליטוואַק מיט דעם שאַרפֿן "ס" אַנשטאָט "ש" פֿאָרט קיין לעמבערג, כּדי צו קויפֿן סחורות און פֿאַרקויפֿן. דער גאַליציאַנער סטודענט פֿאָרט קיין ביאַליסטאָק, כּדי אויסצולערנען די ליטוואַקעס רעדן פּויליש מיט דער ווייכער גאַליצישער אויסשפּראַך. דער וואַרשעווער שריפֿטשטעלער פֿאָרט אין די ליטווישע שטעטלעך האַלטן פֿאָרלעזונגען.
צוערשט קוקט נאָך איינער אויפֿן אַנדערן מיט אומצוטרוי. דער וואַרשעווער קוקט מיט אומצוטרוי אויפֿן גאַליציאַנער, וואָרעם דער גאַליציאַנער איז דער מענטש פֿון בילדונג. אין גאַליציע, בײַ עסטרײַך, האָבן ייִדן זיך געקענט בילדן וויפֿל נאָר זיי האָבן געוואָלט. אַ סך ייִדן זײַנען געוואָרן רעגירונגס-באַאַמטע. יעדער קען גוט דײַטש, פּויליש. דערצו איז יעדער אַ שטיק ווינער, אַן אייראָפּעער, מיט שיינע מאַנירן, און וווּ ערגעץ אַ בעסערער פּאָסטן, ווערט ער באַזעצט דורך אַ גאַליציאַנער. פֿון גויים-גאַליציאַנער איז אָפּגערעדט. זיי פֿאַרכאַפּן די בעסטע מלוכה-פּאָסטנס. נאָר אַפֿילו ייִדן-גאַליציאַנער, וואָס קריגן נישט קיין רעגירונגס-שטעלעס צוליב ייִדישקייט, ווערן אויך שול-דירעקטאָרן, לערער פֿון גימנאַזיעס, פֿאָלקסשולן אאַ״וו. וואָס דאַרף מען מער — אַפֿילו אין די פּוילישע אַנטיסעמיטישע פּאַרטייען פֿעלן נישט קיין גאַליצישע ייִדן-משומדים.
פֿון איין זײַט, רופֿט עס אַרויס אַ ביסל האַס מצד די פּוילישע. פֿון דער צווייטער זײַט, אָבער, באַקומען די פּוילישע אַ גרויסן אײַנפֿלוס אין גאַליציע. די ייִדישע פּרעסע פֿון פּוילן גייט אַ סך בעסער אין גאַליציע, ווי די אייגענע לעמבערגער צײַטונג. דער ייִדישער זשורנאַל, דאָס ייִדישע בוך, דאָס ייִדישע בעסערע טעאַטער קומט פֿון וואַרשע קיין גאַליציע און האָט דערפֿאָלג. אויך די ייִדישע פּאַרטייען באַקומען אײַנפֿלוס אין גאַליציע. גאַליציאַנער קומען קיין פּוילן, פּוילישע קומען קיין גאַליציע. זיי ביידע ווײַזן זיך אין ליטווישע שטעט און שטעטלעך. די ליטוואַקעס קומען צו זיי. דער האַנדל, די פּרעסע, די פּאַרטייען, די ליטעראַטור, דאָס טעאַטער — דאָס אַלץ ווערט פֿאַראייניקט, מישט זיך צונויף.
געווען צײַטן, אַז ווען אַ ליטוואַק איז אויסגעקומען אַרײַנצופֿאַלן קיין לעמבערג פֿאַר דער שיל, האָט ער כּמעט נישט פֿאַרשטאַנען וואָס ייִדן רעדן. דאָס זעלבע איז געווען מיטן פּוילישן, וואָס איז אַרײַנגעפֿאַלן קיין ווילנע אויף דער יאַטקע-גאַס. הײַנט פֿאַרשטייט מען זיך זייער גוט. כּמעט יעדן ליטוואַק איז שוין אויסגעקומען צו הערן צענדליקער רעדעס פֿון פּוילישע און גאַליציאַנער, פּונקט ווי די פּוילישע און גאַליציאַנער איז אויסגעקומען צו הערן רעדעס פֿון ווילנער אָדער הערן שפּילן די ווילנער טרופּעס.
דאָס האָט געווירקט, אַז נישט נאָר די גרעסטע מערהייט אינטעליגענטן, רעדנער, פּאַרטיי-פֿירער, לערער אאַ״וו פֿון פּוילן און גאַליציע האָבן אָנגעהויבן רעדן אַ האַלב-ליטוואַקישן ייִדיש, נאָר אַפֿילו אַ סך ליטוואַקעס האָבן אויפֿגעהערט רעדן זייער שאַרפֿן ליטוויש, ווײַל מאַכנדיק די שפּראַך מיט האַלב-פּוילישע און גאַליצישע טענער. איך געדענק נאָך וואָס פֿאַר אַ גרויסע סענסאַציע איך האָב אַ מאָל אַרויסגערופֿן בײַ ליטוואַקעס ווען איך האָב געזאָגט "קיק" אַנשטאָט "קוק". "וויי איז מיר, ׳קיק׳ האָט ער געזאָגט!" — האָבן ווײַבער געלאַכט. הײַנט איז "קיק" קיין שום נײַעס נישט מער אין ווילנע. אַפֿילו דער "עך" רופֿט נישט אַרויס קיין געלעכטער.
דער ליטוואַק קוקט מער נישט אויף וואַרשע ווי אויף אַ פֿרעמדן פּלאַץ, וווּ מען קאָן טאָן אַלץ, אַבי מאַכן געלט. וואַרשע איז אייגן, און קיין געלט מאַכן קען מען נישט, אַפֿילו ווען מען זאָל וועלן. אויך די אַלטע ליטווישע קאַרגשאַפֿט מערקט זיך נישט מער צווישן די ליטוואַקעס. דער ליטוואַק עסט גאַנץ געשמאַק אַ פֿערטל גענזנס, אַבי ער האָט נאָר געלט. ליטווישע ווײַבער שעמען זיך נישט עסן שאָקאָלאַד, ווי קליינע קינדער. און וואָס דאַרף מען מער — אַפֿילו קושן אַ דאַמע אין האַנט האָבן זיך די ליטוואַקעס אויסגעלערנט פֿון די פּוילישע. גאַנץ אָפֿט קאָן מען עס זען אויף די גאַסן פֿון ווילנע, ביאַליסטאָק, גראָדנע און אַנדערע שטעט. פֿון שידוכים איז אָפּגערעדט. גאַנץ אָפֿט קומען פֿאָר שידוכים צווישן וואַרשע, לעמבערג און ווילנע. די ייִדישע זעלנער-ליטוואַקעס ברענגען זיך מיט פּוילישע און גאַליצישע מיידלעך, פּונקט ווי פּוילישע און גאַליצישע זעלנער ברענגען זיך מיט ליטווישע מאַריאַשקעס און גנעשקעס. אַפֿילו חסידים, אַ באַשעפֿעניש וואָס ליטע האָט קיין מאָל נישט פֿאַרמאָגט, קאָן מען איצט געפֿינען היפּש אין ליטווישע שטעטלעך.
עס האָט דערגרייכט דערצו, אַז אַפֿילו אויסערלעך האָט מען אויפֿגעהערט אַ ליטוואַק צו דערקענען. ביזן קריג האָט מען אַ ליטוואַק דערקענט אויף אַ מײַל פֿון דערווײַטן. וואָרעם, קודם-כּל, האָט אַ ליטוואַק געטראָגן קאַלאָשן, און טאַקע טיפֿע קאַלאָשן דערצו, פֿון ימים-נוראים ביז פּסח. דערצו האָט אַ ליטוואַק זיך נישט גערירט אָן אַ טולופּ און אָן אַ "זאָנטיק" (אַמברעלאַ). איז אַ ליטוואַק געפֿאָרן אין אַ באַן, איז ער געווען באַהאָנגען מיט אַ טשײַניק און מיט אַ טעפּל צו טרינקען און מיט אַלע איבעריקע גוטע זאַכן. הײַנט איז אויס קאַלאָשן, אויס טשײַניק, אויס אַמברעלאַ. אַפֿילו דער סאַמאָוואַר, דער נאַציאָנאַלער ליטווישער צייכן, פֿאַרשווינדט פֿון שטוב, און אויף זײַן פּלאַץ קומט די פּוילישע קאַווע.
אויך צווישן די פּוילישע און גאַליציאַנער פֿאַרשווינדן ביסלעכווײַז די אונטערשיידן. אין אַ סך גאַליצישע שטעט קאָן מען באַמערקן, ווי די פֿרומע בחורימלעך טוען אויס די סאַמעטענע קאַפּעליושן און טוען אָן פּוילישע קליינע קאַשקעטלעך. דאַקעגן קאָן מען טרעפֿן אין פּוילן יונגעלײַט מיט רבנישע קאַפּעליושן, וואָס טראַכטן אַפֿילו נישט צו זײַן רבנים.
אמת, עס איז נאָך אַלץ צו דערקענען אַן אונטערשייד צווישן פּוילן, פּוילישע ליטע און גאַליציע. נאָך ביז איצט זײַנען דאָ אַ סך ייִדן פֿון עלטערן דור אין גאַליציע, וואָס וועלן נישט לייענען קיין שום אַנדערע צײַטונג, אויסער די ווינער "נײַע פֿרײַע פּרעסע". אַנדערע וועלן נישט פֿאַרזוכן קיין "רוסישן" פּאַפּיראָס מיט אַ מונדשטוק, אַפֿילו מען זאָל זיי אָפּגילטן, און וועלן נאָר רייכערן עגיפּטישע ציגאַרעטלעך, ווי אין די גוטע אַלטע צײַטן פֿון פֿראַנץ יאָזעפֿן. ייִדן פֿון עלטערן דור וועלן אײַך נאָך ביז הײַנט נישט ענטפֿערן אויף ייִדיש, ווען איר וועט זיי פֿרעגן אויף אַ גאַס, נאָר אין דײַטש, מיט פּסחן אַנשטאָט קמצן. פֿאַראַן נאָך אויך אין פּוילן ייִדן פֿון עלטערן דור, וואָס פֿאַרטראָגן נישט קיין ליטוואַקעס און זײַנען פֿעסט איבערצײַגט, אַז אַלע צרות, וואָס קומען אויף ייִדן אויף גאָר דער וועלט, קומען אַלץ דורך די ליטוואַקעס.
אָבער אין אַלגעמיין האָבן זיך ייִדן צווישן זיך אויסגעמישט און מישן זיך אויס אַלץ מער און מער. די יוגנט ווייסט נישט מער פֿון קיין שום אָפּגעזונדערטקייט. אַפֿילו אין די רבנישע הויפֿן איז מען זיך שוין משדך מיט ליטוואַקעס.
נחמן מײַזיל, "געווען אַמאָל אַ לעבן"
(בוענאָס אײַרעס, 1951):
עס איז גאָרנישט אַזוי לײַכט געווען דאָס צוזאַמענלעבן פֿון די אין פֿלוג באַזונדערע "שבֿטים", וואָס האָבן אָפֿט מאָל גאָרנישט אַזוי גערן געוואָלט אַרײַנפֿאַלן אינעם ייִדישן שמעלצטאָפּ און אַרײַנגעדרייט ווערן אינעם קרײַז פֿון ייִדישע אינטערעסן און אײַנפֿלוסן. אָבער אפֿשר אָן דעם אייגענעם וויסן און ווילן האָט יעדער טייל פֿון דער ייִדישער מאַסע, וואָס איז פֿאַראייניקט געוואָרן צום גרויס פּוילן, אָנגעהויבן צוטראָגן זײַן חלק, זײַנע באַזונדערע אייגנשאַפֿטן און מעלות-טובֿות (ווי אויך חסרונות, שוואַכקייטן, נעגאַטיווע שטריכן) אין דעם אַלגעמיינעם ייִדיש-פּוילישן אָרגאַניזם.
דאָס "פּוילישע ייִדנטום" [...] האָט אָן ספֿק זייער פֿיל גענאָסן פֿון דעם צופֿלוס פֿון די מיליאָנען "פֿרעמדע" ייִדן.
און באַזונדערס האָט זיך עס געלאָזט פֿילן אין דער מעטראָפּאָליע פֿון פּוילן, אין דער גרעסטער ייִדיש-פּוילישער קהילה, אין וואַרשע, וווּהין עס האָבן זיך באַזונדערס געצויגן די אינטעלעקטועלע כּוחות, די פּראָמינענטע טוער אויף די פֿאַרשידנסטע געביטן און צווײַגן פֿונעם לעבן. וווּ נאָר מען האָט זיך געקערט און געווענדט, אין דער ייִדישער פּרעסע, אין דער קונסט, אין טעאַטער, אין די פֿירנדיקע פּאָליטיש-געזעלשאַפֿטלעכע קרײַזן, — אומעטום האָט מען אויך געטראָפֿן ייִדן פֿון גאַליציע, ליטע, וואָלין, ווײַסרוסלאַנד. עס איז געגאַנגען אַזוי ווײַט, אַז מען האָט אין געוויסע "עכט-פּוילישע" ייִדישע קרײַזן גענומען מורמלען און אַרויסווײַזן אומצופֿרידנקייט, וואָס די "ליטוואַקעס", די "גאַליציאַנער" (אונטערן נאָמען "ליטוואַקעס" האָט מען גערופֿן אויך ייִדן פֿון וואָלין, פּאָדאָליע) האָבן פֿאַרכאַפּט אַלע וויכטיקע פּאָסטנס, אַמטן אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכקייט.
און ווירקלעך: אין דער צײַטונג "מאָמענט", למשל, זײַנען צווישן די עטלעכע צענדליק מיטאַרבעטער געווען בלויז עטלעכע אמת-פּוילישע ייִדן. אַזוי אויך אין "הײַנט" און אין דער "פֿאָלקסצײַטונג". און דאָס נעמלעכע איז דער פּראָצענט פֿון נישט-אמת-פּוילישע ייִדן געווען פֿיל גרעסער אינעם ייִדישן טעאַטער, אין דער צענטראַלער שול-אָרגאַניזאַציע, צווישן די ייִדישע שרײַבער. י. מ. ווײַסענבערג, דער טאַלאַנטפֿולער ייִדישער דערציילער, האָט אַפֿילו דערקלערט אַן אָפֿענעם קאַמף קעגן די אָנגעלאָפֿענע, געשריבן אין זײַנע אויסגאַבעס קעגן דער "פֿרעמדער" אינוואַזיע, קעגן דער פֿאַרפֿלייצונג פֿון דעם ייִדישן פּוילן דורך די ליטוואַקעס. ער איז, אמת, אָפֿט דערגאַנגען מיט זײַן דאָזיקן קאַמף ביז לעכערלעכקייט, אָבער אַ "יסוד" איז געווען צו זײַן אומצופֿרידנקייט. ער האָט דאָך אַפֿילו לסוף גענומען אַרויסגעבן אַ זשורנאַל מיט זײַן, עכט-פּוילישער, זשעליכאָווער אָרטאָגראַפֿיע.
אַ. אלמי, "מאָמענטן פֿון אַ לעבן"
(בוענאָס אײַרעס, 1948)
מודה זײַן מוז מען, אַז קיין גרויסע ליבע צו ליטוואַקעס האָט בײַ וואַרשעווער ייִדן נישט געהערשט. די פֿאָראורטיילן זײַנען אַרויסגעוואַקסן ערשטנס דערפֿון, וואָס אַ גרויסער פּראָצענט פֿון די ליטוואַקעס, די אמתע, איז באַשטאַנען פֿון "אויפֿגעקלערטע" און דערצו זײַנען זיי אַלע געגאַנגען קטרץ געקליידט, מעשׂה "דײַטשן", וואָס דאָס איז בײַ די פֿרומע וואַרשעווער ייִדן געווען חוקת הגוי, אַפּיקורסות.
אַ ראָל האָט דאָ אויך געשפּילט דער עקאָנאָמישער פֿאַקטאָר. די ליטוואַקעס זאָלן האָבן "פֿאַרכאַפּט" די בעסטע עקאָנאָמישע פּאָזיציעס... די פֿאָראורטיילן און באַציִונגען פֿון די וואַרשעווער ייִדן צו די ליטוואַקעס זײַנען געווען כּמעט אַזעלכע ווי די פֿון די פּאָליאַקן צו ייִדן אין אַלגעמיין. אמת איז אמת.
[...] פּיינלעך ביז גאָר איז פֿאַר מיר געווען, וואָס דער דאָזיקער נאַרישער און שעדלעכער פֿאָראורטייל פֿון איין גרופּע פֿאַרפֿאָלגטע צו אַן אַנדער גרופּע פֿאַרפֿאָלגטע אין דעם אייגענעם פֿאָלק, האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אויך אין דער ליטעראַטור.
איטשע מאיר ווײַסענבערג, דער גרויסער ייִדישער פֿאָלקס-קינסטלער, איז געווען דער טשאַמפּיאָן פֿון אַנטי-ליטוויציזם אין דער ייִדישער ליטעראַטור. ס׳איז געווען אין אים אַ מין פּאַטאָלאָגישע שׂינאה צו ליטוואַקעס, ממש אַ ייִדישער "אַנטיסעמיטיזם" קעגן נישט-פּוילישע ייִדן, איבערהויפּט "פֿרעמדע" ייִדישע שרײַבער.
די ליטוואַקעס האָבן פֿאַרכאַפּט די ייִדישע ליטעראַטור! — האָט ער געשריבן — און געשריבן. און אויך בײַ אים, ווי בײַ די פּשוטע פֿאָלקס-מענטשן, זײַנען געווען ליטוואַקעס אַלע, וואָס זײַנען נישט געבוירן געוואָרן אין וואַרשע, אָדער אין זײַן שטעטל זשעליכאָוו. אַפֿילו די אָרטאָגראַפֿיע פֿון ייִדיש איז בײַ אים [ד״ה. לויט זײַן מיינונג] געווען אַ ליטווישע און ער האָט דעריבער אײַנגעפֿירט זײַן זשעליכאָווער אָרטאָגראַפֿיע. דאָס הייסט: אַן אויסלייג פֿון ייִדישע ווערטער ווי זיי ווערן אַרויסגערעדט פֿון זײַנע זשעליכאָווער לאַנדסלײַט.
פֿאַר זײַן אַנטי-ליטווישער פּראָפּאַגאַנדע האָט ווײַסענבערג געגרינדעט דעם זשורנאַל "אינזער [טאַקע אַזוי!] האָפֿענונג", וווּ ער האָט ביטער געקעמפֿט קעגן ליטוואַקעס און בכלל קעגן אַלע, וואָס זײַנען נישט מסכּים געווען מיט זײַן שטעלונג און מיט זײַן אָרטאָגראַפֿיע.
פֿרוידיאַניש קאָן מען דערקלערן ווײַסענבערגס "אַנטיסעמיטיזם" לגבי "ליטוואַקעס" מיט דעם שפֿלות-געפֿיל אין אים. ווײַסענבערג, דער גרויסער קינסטלער, דער שאַפֿער פֿון "דער טאַטע מיט די בנים", "דאָס וואַלד-מיידל", "אַ שטעטל" און אַנדערע וווּנדערלעכע ווערק, האָט קיין שום בילדונג נישט באַזיצט, איז געווען אומגעהובלט, פֿאָלקסטימלעך פּשוט, און דאָס האָט אין אים דערוועקט אַ קינאה-שׂינאה צו די "אינטעליגענטן", וואָס באַנוצן אַזאַ הויכע שפּראַך.
אים זײַנען אַלע מאָל געווען דערווידער די "יונגעלײַטלעך אין די צימערלעך", ווי ער האָט כאַראַקטעריזירט די "עקסטערנס", די יונגעלײַט, וואָס זײַנען געקומען פֿון דער ליטע און פֿון אַנדערע טיילן אין דער רוסישער אימפּעריע קיין וואַרשע שטודירן. די לײַכטע איראָניע לגבי ליטוואַקעס אין זײַנע ערשטע ליטעראַרישע יאָרן האָט זיך ביסלעכווײַז פֿאַרוואַנדלט אין אים אין אַן אָפֿענער, קריגערישער שׂינאה, אין אַן אידעע-פֿיקס.
קאָן זײַן, אַז ווען די קאָלעגן-שריפֿטשטעלער וואָלטן אים געפּרוּווט פֿאַרשטיין און אים באַהאַנדלט מיט אײַנזעעניש, וואָלט זײַן פֿאָראורטייל זיך מיט דער צײַט אויסגעוועבט; אָבער אַנשטאָט דעם, האָט מען אים גערייצט מיט חוזק, מיט ביטול, מיט בייזע אַטאַקעס. דאָס האָט אים נאָך ביטערער געמאַכט און צעפֿלאַקערט זײַן שׂינאה.
אַ קרעפֿטיקער, אַ ברייט-פּלייציקער, ממש אַן אַטלעט, מיט אַ מאָנגאָליש פּנים, וווּ אונטער אַ שמאָלן שטערן זײַנען געווען צוויי קליינע אייגעלעך — אַ פּנים, וואָס דערמאָנט אָן לענינס געזיכט — האָט ער אין די "אינטעליגענטן" אויך פֿײַנט געהאַט זייער ווייכקייט, זייער שוואַכקייט. און ער פֿלעגט פֿון זייער "ווײַבלעכקייט" אָפּלאַכן. אויף דעם ליטוואַק נח פּרילוצקין (וואָס ער איז גאָר געווען אַן אוקראַיִנער) האָט ווײַסענבערג, למשל, אַ מאָל געזאָגט, אַז ער האָט "געקאָכטע הענטלעך". וואָס-וואָס, נאָר אַרײַנזאָגן האָט ער געקענט, גערעכט צי אומגערעכט — און ס׳רובֿ טאַקע, אומגערעכט.
דערצו האָט אים פֿאַרביטערט זײַן אייביקע אָרעמקייט, כאָטש די אַנדערע ייִדישע שרײַבער אין וואַרשע זײַנען אויך נישט געווען קיין גרויסע גבֿירים.