אין די פֿריִערדיקע קאַפּיטלעך פֿון דער סעריע וועגן ייִדישן פֿאָלקלאָר, האָט איר אפֿשר באַמערקט, אַז אין ווייניק פֿון די דערמאָנטע לעגענדעס, פֿאָלקס־מעשׂיות, וויצן און אַנעקדאָטן פֿאַרנעמען חיות דאָס הויפּט־אָרט. בײַ די אַשכּנזים, זעט אויס, האָט מען ליבערשט געוואָלט דערציילן וועגן מענטשן, פֿלייש און ביין, ווי וועגן רעדנדיקע, טראַכטנדיקע חיות, וועלכע פֿירן זיך אויף ווי מענטשן. אַזוינע מעשׂיות וועגן חיות לייענט מען אין די זאַמלונגען פֿון פֿאַבלען, אָדער משלים, אַ זשאַנער וואָס איז באַקאַנט דעם ייִדיש־לייענער שוין הונדערטער יאָרן.
בײַ געוויסע פֿעלקער און קולטורן האָבן מעשׂיות וועגן חיות, וועלכע פֿירן זיך אויף ווי מענטשן, פֿאַרנומען דעם אויבן־אָן. בײַ די אַמעריקאַנער אינדיאַנער, אין אַפֿריקע, אין אינדיע, האָט די חיות־דערציילונג געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אינעם פֿאָלקלאָר. מיט צוויי און אַ האַלב טויזנט יאָר צוריק האָט דער גריכישער שקלאַף עזאָפּ דערציילט זײַנע פֿאַבלען, וועלכע זענען פֿאַרשפּרייט געוואָרן איבער דער וועלט אין אַלע שפּראַכן, און ווערן דערציילט עד־היום.
פֿאַבלען און חיות־מעשׂיות האָט מען זיכער דערציילט בײַ ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע, אָבער אַזאַ מין מעשׂה, האַלט איך, איז נישט געווען אַזוי פּאָפּולער, ווי בײַ אַנדערע פֿעלקער. אין געוויסע פֿאַלן לייענט מען אַ מעשׂה מיט חיות־כאַראַקטערן בײַ אַנדערע פֿעלקער, אָבער אויף ייִדיש, דערציילט מען די מעשׂה מיט מענטשן אויפֿן אָרט פֿון חיות. אין דער קלאַסישער זאַמלונג פֿון "הויז־וווּנדער־מעשׂיות" פֿון די ברידער גרים, למשל, געפֿינט זיך די מעשׂה וועגן דער ציג און די זיבן ציגעלעך. עס דערציילט זיך דאָרטן וועגן דער מאַמע־ציג וואָס לאָזט אירע ציגעלעך אין דער היים אַליין און אַ וואָלף קומט און עסט זיי אויף. לויטן סיפּור־המעשׂה ווערט דאָס קאַטאַלאָגירט פֿון פֿאָלקלאָריסטן ווי אַ נוסח פֿון דער באַקאַנטער "קליינער רויט־הויביקער"־דערציילונג (אויף דײַטש "ראָטקעפּכען"). בײַ ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע האָט מען דאָס דערציילט ווי "די באַבע מיט די קינדערלעך", און אַ בער איז די חיה וואָס עסט אויף אַלע קינדערלעך. די באָבע, נישט די מאַמע־ציג, איז די העלדין. דאָס איז, אַגבֿ, איינע פֿון די פֿאַרשפּרייטסטע פֿאָלקס־מעשׂיות בײַ אונדז — מער פּרטים וועגן דער פֿאָלקס־מעשׂה בײַ אַן אַנדער געלעגנהייט.
ווי געזאָגט, האָט די פֿאַבל אויף ייִדיש טיפֿע וואָרצלען אין אונדזער ליטעראַטור. אין 1994 האָט פּראָפֿ׳ אלי קאַץ ע״ה, אַרויסגעגעבן אַ נײַע אויסגאַבע פֿון אַ ווערק "ספֿר משלים", וואָס איז צום ערשטן מאָל דערשינען אין 1697 אין פֿראַנקפֿורט־אַם־מײַן פֿון רב משה וואַליך. אויפֿן שער־בלאַט שרײַבט דער מחבר, אַז זײַן ווערק האָט אין די פֿריִערדיקע יאָרן געהייסן "דאָס קו־בוך", און די משלים פֿונעם ספֿר האָט מען גענומען פֿון די פֿריִער געדרוקטע ווערק "משלי שועלים" און "משל הקדמוני", ביידע לכתּחילה געשריבן אויף לשון־קודש, און דערנאָך איבערגעזעצט אויף ייִדיש. קאַץ גיט צו, אַז אַנדערע משלים האָט וואַליך גענומען פֿון דער דײַטשער פֿאַבל־זאַמלונג "דער איידלשטיין", צוזאַמענגעשטעלט פֿון אולריך באָנער.
דער "ספֿר משלים" נעמט אַרײַן 34 משלים, וואָס שטאַמען פֿון דער אַראַבישער ליטעראַטור און דער עזאָפּישער טראַדיציע. וועגן דעם "קו־בוך", וואָס איז געווען אַ פֿריִערדיקער נוסח פֿונעם "ספֿר משלים", האָט מען נאָר געקענט לייענען אין אַלטע ביבליאָגראַפֿיעס, ווײַל קיין עקזעמפּלאַר האָט מען נישט געפֿונען. אָבער אין יאָר 1983 האָט זיך יאָ, סוף־כּל־סוף, אָפּגעזוכט אַן עקזעמפּלאַר געדרוקט אין וועראָנע, איטאַליע. פּראָפֿ׳ חנא שמערוק האָט אָנגעוויזן, אַז נישט נאָר שטאַמען די משלים אינעם "ספֿר משלים" פֿונעם "קו־בוך", נאָר אויך די שפּראַך מיט אירע איטאַליאַניזמען, האָט דער "ספֿר משלים" געירשנט פֿונעם "קו־בו", כאָטש דאָס בוך איז אַרויס אין דײַטשלאַנד.
אַלע מאָל, ווען מע האָט אין דער אַלטער ייִדישער ליטעראַטור, איבערגעזעצט פֿון לשון־קודש, אָדער פֿון אַן אַנדער שפּראַך אויף ייִדיש, האָט עס מיט זיך פֿאָרגעשטעלט נישט בלויז אַן איבערזעצונג, נאָר אויך אַ באַאַרבעטונג פֿאַר אַן אַנדער עולם. דער היסטאָריקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ישׂראל צינבערג, באַמערקט וועגן "ספֿר משלים" און "קו־בוך", אַז, "דער פֿאַרפֿאַסער פֿונעם קו־בוך איז טאַקע געווען אַ טאַלאַנטפֿולער פֿאַבל־דיכטער מיט זײַן אייגענעם סטיל און נוסח... אין קו־בוך זײַנען די חיות און עופֿות פֿיל באַרעדעוודיקער ווי אין ברכיה הנקדנס ׳משלי שועלים׳; דער דיאַלאָג איז אָבער דערפֿאַר פֿול מיט לעבן" (באַנד 6 פֿון זײַן "די געשיכטע פֿון דער ליטעראַטור בײַ ייִדן").
אלי קאַץ האָט דעם חילוק צווישן דער ייִדישער איבערזעצונג און דעם לשון־קודש אָריגינאַל אויך באַטראַכט אין די טערמינען — "די שטריכן פֿון ווערק, כאַראַקטעריסטיש פֿאַר דער ייִדישער פּאָפּולערער ליטעראַטור, זענען: באַרעדעוודיקייט, פֿאָלקישקייט, הומאָר און אַן אינטערעס צום טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון די ייִדן". קאַץ באַמערקט, אַז ס'רובֿ משלים אינעם ייִדישן ווערק זענען לענגער ווי די מקור־פֿאַבלען אויף לשון־קודש, צי דײַטש, און 28 פֿון די 35 משלים זענען כּמעט צוויי מאָל לענגער, ווי די אָריגינעלע משלים. מיט "טאָג־טעגלעכן לעבן" מיינט קאַץ, דער עיקר, פּרטים וועגן עסן, קליידונג און פֿאַרברענגען. אין ערשטן משל אינעם "ספֿר משלים" וועגן אַ שטאָרך, גרייט צו דער פֿויגל קרעפּלעך פֿאַר זײַן גאַסט! דער מחבר פֿון "ספֿר משלים"/"קו־בוך", לויט קאַץ, גיט אויך צו זײַן אייגענעם קריטישן קוק אויף דער געזעלשאַפֿט מיט אַ קרומען שמייכל. אינטערעסאַנט איז זײַן באַמערקונג, אַז דווקא אין די משלים, אין וועלכע מענטשן זענען די כאַראַקטערן האָט דער מחבר זיי פֿאַרלענגערט.
די שטריכן וואָס קאַץ הייבט אַרויס, זענען אויך אַ סימן פֿונעם בעל־פּה־כאַראַקטער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור; ווען מע האָט געשריבן די מעשׂיות אויף ייִדיש, האָבן זיי זיך פֿאַרבונדן מיט דער גערעדטער שפּראַך פֿון די ייִדן — ייִדיש, און מער נישט מיט דער לומדישער און הייליקער שפּראַך בײַ ייִדן — העברעיִש, לשון־קודש. אין אַנדערע ווערטער, שרײַבט קאַץ, האָט מען געביטן דעם פֿאָרמעלן סטיל פֿון לשון־קודש און פּרעדיק־סטיל פֿון דײַטש, אויף אַ פֿאָלקישן ייִדיש, און קאַץ באַצייכנט אַזאַ פּראָצעס אין די משלים ווי "שטוביקונג". קאַץ איז זיך משער, אַז די סיבה הלמאַי דער מחבר האָט אויסגעקליבן דעם טיטל "קו־בוך", און נישט ממשיך געווען די טראַדיציע פֿון ניצן אַ פֿוקס אין טיטל פֿון אַ משלים־זאַמלונג, האָט אויך אָפּגעשפּיגלט דעם פֿאַקט, אַז פֿאַרן ייִדיש־לייענער האָט די קו מער אַ שײַכות מיטן טאָג־טעגלעכן לעבן ווי אַ פֿוקס, וואָס איז שוין געוואָרן אַן עקזאָטישע פֿיגור אין דער וועלט־ליטעראַטור.
לאָמיר לייענען אַ פֿאַבל פֿונעם "ספֿר משלים", וואָס איז באַאַרבעט אינעם מאָדערנעם ייִדיש, וועגן אַ הונט וואָס האָט געפֿונען אַ שטיק פֿלייש.
"אַ הונט האָט אַ שטיק פֿלייש געפֿונען. ער איז גיך אַוועקגעלאָפֿן פֿון די אַנדערע הינט. ער האָט צו זיך געטראַכט: ׳זאָלן זיי עסן די טרוקענע ביינער׳. ער האָט געוואָלט אַליין אויפֿעסן דאָס פֿלייש. ער איז געלאָפֿן מיטן שטיק פֿלייש איבער אַ לאַנגער בריק. אונטער דער בריק איז געפֿלאָסן אַ טײַכל, און ווען ער איז געלאָפֿן, האָט ער געזען די אָפּשפּיגלונג אינעם וואַסער און עס האָט זיך אים געדאַכט, אַז ער זעט נאָך אַ שטיק פֿלייש ליגנדיק אונטער אים. זײַן נאַרישער זינען האָט אים אָפּגענאַרט און ער האָט געוואָלט נאָך. ער האָט געטראַכט: ׳ווען איך וואָלט געהאַט דאָס צווייטע שטיקעלע פֿלייש צווישן מײַנע ציין אויך, וואָלט איך געוואָלט זען צי עמעצער קען עס אַוועקנעמען פֿון מיר. איך נעם עס איצט. דאָס קען נישט זײַן קיין שווינדל — אויב גאָט גיט מיר מזל, וועל איך האָבן צוויי שטיקלעך׳. ער האָט זיי ביידע געוואָלט אַראָפּשלינגען. געטראַכט: ׳אַזאַ מזל האָט ער!׳ אָבער ער האָט פֿאַרלוירן דאָס שטיק וואָס ער האָט שוין געהאַט. ער האָט פֿון ביידע נישט געהאַט קיין הנאה — נישט פֿונעם ערשטן, נישט פֿונעם צווייטן. איך וויל דערציילן דעם אמת און אים נישט באַהאַלטן. ער האָט געדאַרפֿט זײַן צופֿרידן מיט איינעם. דער וואָס וויל אַ סך, דאַרף אָפֿט זײַן צופֿרידן מיט ווייניק."
אין דער ייִדישער פֿאַבל האָט מען סײַ דערציילט אַ מעשׂה, סײַ געלערנט מיטן לייענער דעם נימשל, און אַזוי אַרום, צוגעצויגן אַ גרעסערע לייענערשאַפֿט.