- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
סוף יולי איז מיר אויסגעקומען צו באַזוכן אַזערבײַדזשאַן, וווּ איך בין געקומען אין באַשטאַנד פֿון אַ ישׂראלדיקער דעלעגאַציע פֿון פֿינף מענטשן, צווישן וועלכע עס האָבן זיך געפֿונען: דער כּנסת־דעפּוטאַט ראָבערט אילאַטאָוו; פּרעזידענט פֿון דער צווישן־פֿעלקישער אַסאָציאַציע "אַזערבײַדזשאַן־ישׂראל", יוסף שאַגאַל; דער שטעל־פֿאַרטרעטער פֿונעם הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער רוסישער צײַטונג "וועסטי", סערגיי פּאָדראַזשאַנסקי, און דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער רוסישער צײַטונג "קאַווקאַזסקאַיאַ גאַזעטאַ", יונתן מישיעוו. "איין מאָל איז הערשעלע געזעסן צווישן אַ גרויסער געזעלשאַפֿט מיט וויכטיקע סוחרים. פֿרעגן זיי אים, "ר' הערש, ווער נייט אײַך צו דעם, וואָס איר פֿאַרברענגט די צײַט כּסדר אין לצנות. זאָגט הערשעלע — "זעקס זאַכן האָבן מיך געבראַכט דערצו. איך האָב איין ווײַב מיט פֿיר קינדער און קיין ברויט." די סוחרים איז זייער געפֿעלן געוואָרן דער ענטפֿער פֿון הערשעלען האָבן זיי אים געמאַכט אַ שיינע נדבֿה". דער וויצלער הערשעלע אָסטראָפּאָליער (בײַ אונדז זאָגט מען — "הערשעלע סטראָפּעלער", אַנדערע "עסטראָפּאָלער) איז איינער אין אַ לאַנגער אייראָפּעיִשער טראַדיציע פֿון וויצלערס, וואָס רעאַגירן אויף זייער ביטערער דאָליע מיט קלוגע, שאַרפֿע ווערטער און שפּיצלעך. מיר ווייסן שוין, אַז ייִדישיזם האָט קיין מאָל ניט געשאַפֿן קיין באַוועגונג. איך רעד וועגן "ייִדישיזם" ניט פֿון דעם איצטיקן שניט (דאָס הייסט, פֿון זאָגן "קוקווינקל" אַנשטאָט "שטאַנדפּונקט"), נאָר וועגן דער אידעאָלאָגיע פֿון אַ הונדערט יאָר צוריק, ווען צענדליקער טויזנטער יחידים האָבן געגלייבט, אַז אַרום ייִדיש און ייִדישער קולטור האָט מען געקענט אויסבויען אַ מאָדערנע ייִדישע נאַציע, צעשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט. דאָס מיינט ניט, פֿאַרשטייט זיך, אַז מע האָט לחלוטין ניט געפּרוּווט צו שאַפֿן אַזעלכע אָרגאַניזאַציאָנעלע קאָנסטרוקציעס. "די גאָלדענע קייט", איז געווען אַמאָל אַ צײַטשריפֿט אַזאַ. זי איז דערשינען אין ישׂראל, געהאַט אַן אָנזען אויף דער גאַנצער וועלט, אין אַ געוויסן טאָג האָט זי אויפֿגעהערט צו דערשײַנען. געבליבן איז דער אָנדענק. דאָ נישט לאַנג האָט מען זי דערמאָנט; נאָך מער, מ’האָט אַפֿילו דורכגעפֿירט אַ קליינעם סעמינאַר אויף אָט דער טעמע. געווען אינטערעסאַנט, בפֿרט פֿאַר אַן עולם וואָס איידער די לעקציע איז פֿאָרגעקומען האָט כּמעט קיינער נישט געהאַט קיין אַנונג, וואָס איז דאָס אַזעלכעס "די גאָלדענע קייט"; און דער עיקר, ס’האָט דאָרט אויפֿגעטראָטן, דערציילט און געלייענט וועגן דער היסטאָרישער צײַטשריפֿט, די דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, וואָס איז געשטאַנען בײַם וויגעלע פֿון "דער גאָלדענער קייט", דעמאָלט — אַ יונגע דיכטערין. אין דוד בערגעלסאָנס בוך "ביראָבידזשאַנער" (מאָסקווע, 1934) באַווײַזט זיך אַ לעכערלעכע פֿיגור פֿון אַ פּערסאָנאַזש, וואָס הייסט יודל ליפֿשיץ: געווען אַ מעשׂה מיט יודל ליפֿשיץ נאָך איידער ער איז געפֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן — ער איז דענסטמאָל בײַ זיך אין דער היים געווען אין "קראָליק-קאָאָפּעראַטיוו". איז אים אָנגעקומען אַ בריוו פֿון אַ האַלב-פֿאַרגעסענעם פֿרײַנד פֿון אַמעריקע. יענער האָט געגעבן צו וויסן, אַז אין אַמעריקע שרײַבט ער אין די צײַטונגען, געבעטן אים אָנשרײַבן, ווי אַזוי לעבט זיך אין שטאָט. מיט קרובֿ דרײַסיק יאָר צוריק, ווען איך האָב אָנגעהויבן שרײַבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס", האָבן מענטשן געהאַט ספֿקות צי איך שרײַב די געדרוקטע אַרטיקלען. האָט מיר איינער אַרײַנגעלאַכט אין פּנים: "מסתּמא שרײַבט דײַן מאַן דײַנע אַרטיקלען פֿאַר דיר." אַ צווייטער האָט מיט אַ חוזקל אויף דער נאָז צוגעגעבן: "מסתּמא שרײַבט דײַן טאַטע דײַנע אַרטיקלען." איך האָב געהערט, אַז עמעצער, דאַכט זיך אין דײַטשלאַנד, שרײַבט שוין יאָרנלאַנג אַ דאָקטאָר-אַרבעט אויף דער טעמע פֿון טראַקטאָריסטן און טראַקטאָריסטקעס אין דער ייִדישער ליטעראַטור. געהערט האָב איך עס מיט אַ יאָר זעקס, צי זיבן, צוריק. אָבער קיין פֿאַרטיקער פּראָדוקט איז, אויף וויפֿל איך ווייס, פֿון אָט דער אידעע דערווײַל ניט אַרויס. אַ שאָד. די טעמע איז אַן אינטערעסאַנטע און אַ רײַכע. דער עיקר, אַ סאָוועטישע, פֿאַרשטייט זיך. (הײַנטיקע קלעזמאָרים האָבן ליב אַזעלכע "עקזאָטישע" זאַכן — ניט צופֿעליק האָט זיך פֿאַראַיאָרן באַוויזן אַ קאָמפּאַקטל מיטן נאָמען "טראַקטאָריסט".) צו זײַן 45סטן יאָרצײַט אַז מע וועט פֿרעגן געוויסע מענטשן צו דערמאָנען אַ ייִדישן פֿירער וואָס האָט געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף זייערע לעבנס, וועלן עטלעכע טויזנטער ענטפֿערן אַז דאָס איז געווען לייבוש לעהרער, דער פֿאַרטראַכטער און גײַסט פֿונעם זומערקעמפּ "בויבעריק". וויפֿל גײַסטיקע שפּײַז מענטשן ווי איך און מײַן פֿאַמיליע, למשל, האָבן גענאָסן פֿון לייבוש לעהרערס "בויבעריק" — איך און מײַן שוועסטער מלכּה גאָטליב, ווי אויך מײַן שוואָגער בנימין "בינג" זײַנען געווען קעמפּערס — מלכּה איז געווען אַקאָמפּאָניסטקע ווען זי איז אויפֿגעוואַקסן, "בינג" — פֿאָרזיצער פֿון קעמפּ־קאָמיטעט, און איך — געזאַנג־לערערין. אין יוני האָט די ייִדישע קהילה אין קעשענעוו דורכגעפֿירט אַ פֿעסטיוואַל, געווידמעט דעם 150סטן געבוירן־טאָג פֿון שלום־עליכמען. אָנגעהויבן האָט ער זיך מיט דער פֿאָרשטעלונג, "די לעצטע תּפֿילה", וואָס גייט שוין 20 יאָר אויף דער בינע פֿונעם רוסישן דראַמאַטישן טעאַטער, אַן אינסצעניזאַציע פֿון טבֿיה דער מילכיקער, געמאַכט פֿונעם באַקאַנטן דראַמאַטורג גריגאָרי גאָרין. במשך פֿון די אַלע יאָרן האָבן שוין אין דער פֿאָרשטעלונג געשפּילט עטלעכע דורות אַקטיאָרן, און זי גייט נאָך אַלץ אָן מיט דערפֿאָלג. אויף דער איניציאַטיוו פֿון גראָפּער־פֿאָנד האָט די ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים אײַנגעאָרדנט אַ פֿײַערלעכן אָוונט צום אָנדענק פֿון ייִדישן דיכטער אין רומעניע יעקבֿ גראָפּער. עס האָבן זיך באַטייליקט פּערזענלעכקייטן אָפּשטאַמיקע פֿון רומעניע, וועלכע האָבן פּערזענלעך געקענט גראָפּערן און האָבן דערציילט וועגן דעם דיכטער און מענטש, און וועגן זײַן שעפֿערישער טעטיקייט: ד"ר יעקבֿ (יאַנקו) שעכטער, פֿאָרזיצער פֿון גראָפּער־פֿאָנד, דער פּראָמינענטער פּסיכאָלאָג, גרינדער פֿון אינסטיטוט צו באַהאַנדלען קינדער מיט לערן־שוועריקייטן און לאַורעאַט פֿון ישׂראל־פּרײַז; מיט 75 יאָר צוריק, סוף יוני 1934, איז די הויפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע אַריבערגעפֿאָרן פֿון כאַרקאָוו (אָדער כאַרקיוו, לויטן אוקראַיִנישן נוסח) קיין קיִעוו. פֿריִער, נאָך דער רעוואָלוציע, איז "ניט אָנגעשטאַנען" צו האָבן קיִעוו פֿאַרן צענטער פֿון סאָוועט-אוקראַיִנע, ווײַל די שטאָט האָט אויף זיך געטראָגן די שרעקלעכע זינד פֿון נאַציאָנאַליזם. מיט קיִעוו איז דאָך געווען פֿאַרבונדן די געשיכטע — אמת, אַ קורצע — פֿון דער אוקראַיִנישער אומאָפּהענגיקייט. אין כאַרקאָוו האָט מען געשאַפֿן די סאָוועטישע רעגירונג נאָך איידער מע האָט סאָוועטיזירט קיִעוו, און אַזוי איז עס שוין פֿאַרבליבן. צו זײַן 25סטן יאָרצײַט דער פּאָעט חיים לייב פֿוקס איז באַקאַנט נישט בלויז פֿאַר זײַן דיכטונג, נאָר אויך פֿאַר זײַנע עסייען, ווערק אויף ליטעראַטור־געשיכטלעכער טעמאַטיק — אַנטאָלאָגיעס, לעקסיקאָנען און אַנדערע ווערק. למשל, ער איז געווען איינער פֿון די אַקטיווסטע מיטאַרבעטער אין דעם "לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור". ער האָט געשריבן לידער און פּאָעמעס וועגן ישׂראל, וועגן דער היים און זײַן משפּחה; וועגן מאָנטרעאָל, וווּ ער האָט, צווישן אַנדערע, געלעבט אַ געוויסע צײַט. ער האָט אַרײַנגעוועבט פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון זײַן לעבן אין זײַנע לידער: |