דאָס פּינטעלע ייִדיש
באַרי טראַכטנבערג איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע אין דעם אוניווערסיטעט פֿון שטאַט ניו־יאָרק אין אָלבאַני. זײַן בוך The Revolutionary Roots of Modern Yiddish, 1903—1917, (רעוואָלוציאָנערע וואָרצלען פֿון מאָדערנעם ייִדיש, 1903—1917) איז אַרויס אינעם פֿאַרלאַג פֿונעם סיראַקוזער אוניווערסיטעט אין 2008.

דער ערשטער און עד־היום דער איינציקער (חוץ דער ייִדישער "וויקיפּעדיע") פּרוּוו צו שאַפֿן אַן אַרומנעמיקע ענציקלאָפּעדישע אויסגאַבע אויף ייִדיש איז געווען "די אַלגעמיינע ענציקלאָפּעדיע" (בערלין, פּאַריז און ניו־יאָרק, 1932—1966). דער ציל פֿונעם דאָזיקן ווערק איז געווען צו באַקענען די ייִדיש־רעדנדיקע לייענערשאַפֿט מיט די לעצטע דערפֿינדונגען און דערגרייכונגען פֿון וויסנשאַפֿט און טעכניק, כּדי מען זאָל בעסער קענען פֿאַרשטיין די אַרומיקע וועלט.

ליטעראַטור, אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין 1948 איז אין רוים אַרויס אַ בוך אונטערן טיטל "דער ייִדישער אָנטייל אין דער פּאַרטיזאַנער-באַוועגונג פֿון סאָוועט-רוסלאַנד". מיר איז באַקאַנט, אַז ס׳איז דאָ אויך אַן ענגלישער נוסח, Jewish Partisans of Eastern) Europe 1985), אָבער כ׳ווייס ניט אויף וויפֿל ער פֿאַלט צונויף מיטן ייִדישן. צו דעם מחבר, משה קאַגאַנאָוויטש, וואָס איז אַליין געווען אַ פּאַרטיזאַנער, האָט מען געהאַט טענות, למאַי ער האָט צו וואַרעם געשריבן וועגן דעם סאָוועטישן רעזשים. לויט קאַגאַנאָוויטשן, באַקומט זיך טאַקע, אַז די סאָוועטישע רעגירונג האָט געטאָן זייער אַ סך, כּדי די פּאַרטיזאַנער זאָלן ראַטעווען וואָס מער ייִדן.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק
ערשטע ריי פֿון רעכטס: אַבֿרהם סוצקעווער, שמערקע קאַטשערגינסקי, יוסף אַפּאַטאָשו, חיים גראַדע, בן־ציון מיכטאָם, אלחנן וואָגלער. צווייטע ריי פֿון רעכטס: משה לעווין, פּרץ מיראַנסקי, שמשון כּהן, לייזער וואָלף, ווילנע, 1935

צו זײַן 40סטן יאָרצײַט

די שרײַבער־ און מאָלער־גרופּע “יונג־ווילנע" האָט אַרײַנגענומען אַזעלכע וויכטיקע ייִדישע פּאָעטן ווי אַבֿרהם סוצקעווער, חיים גראַדע, שמערקע קאַטשערגינסקי און אויך אלחנן וואָגלער, אַ געבוירענער אין ווילנע, וואָס איז געווען אַ שטענדיקער מיטבאַטייליקטער אין די שריפֿטן פֿון דער “יונג־ווילנע"־גרופּע און אַנדערע צײַטשריפֿטן אין די 20ער און 30ער יאָרן פֿאַרן קריג. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1907, איז פֿרי געוואָרן אַ יתום, דערצויגן געוואָרן אין אַ יתומים־הויז אין ווילקאָמיר, דערנאָך צוריקגעקומען קיין ווילנע.

ייִדיש־וועלט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מרדכי צאַנין

אַז מען זאָגט בײַ אונדז אין ישׂראל: "צאַנין", מיינט מען: ייִדיש; און אַז מען זאָגט: "ייִדיש" — מיינט מען צאַנין. די צוויי ווערטער, דער באַגריף און דער נאָמען, זענען פֿאַרבונדן איינער מיטן אַנדערן אין אַ גאָרדישן קנופּ. זיי זענען, למעשׂה, איינס און דאָס זעלבע.

איך בין צאַנינס אַ תּלמיד און אַ חסיד זינט איך בין, אין מערץ 1953 ווי אַ באַפֿרײַטער זעלנער נאָכן פֿאַרענדיקן מײַן דעמאָלט צוויי־יאָריקן מיליטער־דינסט און זוכנדיק אַרבעט, געקומען אין די "לעצטע נײַעס" פֿרעגן, אפֿשר האָבן זיי פֿאַר מיר עפּעס אַ צײַטווײַליקע טעכנישע אַרבעט אין דער רעדאַקציע.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור

משה לעמסטער "אַמאָל בראשית: געקליבענע לידער און פּאָעמעס 1982 — 2007"; ה. לייוויק־פֿאַרלאַג בײַם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן אין ישׂראל, תּל־אָבֿיבֿ תשס״ח/2008, אילוסטראַציעס פֿון עדואַרד גראָסמאַן


אויפֿן האַרטן טאָוול פֿון משה לעמסטערס נײַ בוך "אַמאָל בראשית: געקליבענע לידער און פּאָעמעס 1982—2007" זעט מען אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿונעם פּאָעט אין אַ כּמעט סורעאַליסטישן אימאַזש — אַ האָן שטייט אויף זײַן אַקסל און קרייעט, בשעת דער דיכטער, די הענט פֿאַרלייגט, קוקט צום לייענער, עלעהיי דאָס איז אַ גאַנץ נאַטירלעכע פּאָזע.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(דער ייִנגסטער פֿון די דרײַ באַרימטע ברידער פֿון טריסק)

מיט צוויי חדשים צוריק, דעם 4טן דעצעמבער 2008, איז אַוועק אין דער אייביקייט דער ייִדישער דיכטער און לערער מאַטעס אָליצקי ז"ל.

מיט זײַן פּטירה האָט אונדזער ייִדיש־מחנה פֿאַרלוירן איינעם פֿון די לעצטע ייִדישע פּעדאַגאָגן פֿון פֿאַרן חורבן, און אַן אייגנאַרטיקן דיכטער,

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַן אַרײַנבליק אין דער געשעפֿטלעך-עקאָנאָמישער געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס"

דעם 22סטן דעצעמבער 1918 האָט דער "פֿאָרווערטס" מיטגעטיילט, אַז פֿונעם נײַעם יאָר אָן וועט די צײַטונג אַרויסגיין אויך אין שיקאַגאָ. די דאָזיקע געשעעניש האָט מען אָפּגעמערקט מיט אַ צונויפֿקומעניש פֿון אַרום 15 טויזנט ענטוזיאַסטישע לייענער — דעם 2טן יאַנואַר 1919 איז עס אָנגערופֿן געוואָרן, אויפֿן ערשטן זײַט, "דער ריזיקער פּראַכטפֿולער יום-טובֿ לכּבֿוד דעם נײַעם ׳פֿאָרווערטס׳ אין שיקאַגאָ". ס׳איז טאַקע געווען מיט וואָס זיך צו גרויסן, ווײַל ביוראָען פֿון דער צײַטונג האָט מען גענומען עפֿענען אין פֿאַרשיידענע שטעט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צו זײַן 40סטן יאָרצײַט

אין לעצטן נומער "פּערל" האָבן מיר ציטירט אַ טייל פֿון איציק מאַנגערס עסיי, וווּ ער דערציילט אַן אינצידענט אין שײַכות מיט זײַן באַרימטן ליד "אויפֿן וועג שטייט אַ בוים". מאַנגער דערציילט ווײַטער וועגן אַ צווייטן עפּיזאָד אין וועלכן דאָס ליד האָט געשפּילט אַ ראָלע: "די דײַטשן האָבן געהאַלטן לאָדזש פֿאַר אַ היימישער שטאָט. זיי האָבן, ווי אין שלום־עליכמס מעשׂה וועגן דײַטשן, אויפֿגעהאָנגען אַ גלאָק בײַ דער באַנסטאַנציע, צוגעקלעפּט אַ ברעטל ‘Litzmannstadt’ און געהערט די וועלט ווי דעם קאָטער.

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, גענוי אין יאָר 1943, האָבן זיך באַוויזן אין אַמעריקע צוויי דעלעגאַטן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דאָס איז געווען דער באַרימטער דראַמאַטישער אַקטיאָר און רעזשיסאָר שלמה מיכאָעלס, און דער דיכטער איציק פֿעפֿער. זיי האָבן באַזוכט די שטאָט דעטרויט, וווּ עס האָט זיך געפֿונען די אויטאָמאָביל־אינדוסטריע. אויף דעם קבלת־פּנים, וואָס מען האָט פֿאַר זיי געמאַכט, איז אויך געווען פֿאַרבעטן דער פֿאַרטרעטער פֿון אַ געוויסער יוניאָן.

ייִדיש־וועלט, קהילה־לעבן, געשיכטע
גרשון זאַלצמאַן (לינקס), דער פֿירער פֿונעם סקי״ף־קעמפּ, אין 1928. מאיר ראַק שטייט לינקס פֿונעם אַרײַנגאַנג, אָן אַ העמד

"אויפֿמערקזאַם! אויפֿמערקזאַם!"

מיט דעם וואָרט פֿלעג זיך אָנהייבן יעדע מעלדונג, וואָס האָט זיך געטראָגן פֿונעם הילכער אינעם זומער־לאַגער "קעמפּ המשך". אין אייראָפּע האָבן די ייִדיש־רעדער מסתּמא גיכער געניצט דאָס וואָרט "אַכטונג!", אָבער ס׳איז פֿאַרשטענדלעך פֿאַר וואָס אין "המשך" האָט מען דאָס וואָרט אויסגעמיטן. בײַ די גרינדער פֿון קעמפּ, וואָס אַלע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, האָט "אַכטונג!" אפֿשר צו פֿיל דערמאָנט אין די באַפֿעלן פֿון די נאַצי־וועכטער.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

באָריס סאַנדלער,
"רויטע שיכעלעך פֿאַר רייטשעל".
ניו־יאָרק׃"פֿאָרווערטס־אויסגאַבע", 2008.


זינט איר סאַמע אָנהייב איז די ייִדישע ליטעראַטור אַלוועלטלעך אין איר מהות. הגם דאָס רובֿ ייִדישע שרײַבער שטאַמען פֿון מיזרח־אייראָפּע, זאַפּן זיי אין משך פֿון זייער שעפֿערישן לעבן אַרײַּן ביז גאָר פֿאַרשידענע קולטורעלע השפּעות. דער זכר פֿון דער אַלטער היים קומט אין באַריר מיט נײַע אײַנדרוקן און דערפֿאַרונגען;

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּסח פֿישמאַן

אויף וואָס איך האָב זיך יאָ געריכט, אָבער נישט אויפֿן פּלוצעמדיקן טויט פֿון מײַן גוטן פֿרײַנד פּסח פֿישמאַן. ערשטנס, ווײַל ער איז געווען אַן אײַנגעפֿונדעוועטער פֿאַקטאָר אויף דער מישטיינס געזאָגט, ייִדישער גאַס. ער האָט געגעבן ייִדיש קלאַסן וווּ נאָר מען האָט אים פֿאַרבעטן, אַפֿילו אַרומגעפֿאָרן איבער דײַטשלאַנד מיט אַ קלעזמער־קאַפּעליע, וווּ ער האָט דערציילט ייִדישע מעשׂיות פֿאַרן פֿאַרזאַמלטן עולם דײַטשן. זיכער האָט ער געליטן, מען האָט אים נישט אָפּגעשאַצט און נישט געשאַנעוועט.