ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

באָריס סאַנדלער,
"רויטע שיכעלעך פֿאַר רייטשעל".
ניו־יאָרק׃"פֿאָרווערטס־אויסגאַבע", 2008.


זינט איר סאַמע אָנהייב איז די ייִדישע ליטעראַטור אַלוועלטלעך אין איר מהות. הגם דאָס רובֿ ייִדישע שרײַבער שטאַמען פֿון מיזרח־אייראָפּע, זאַפּן זיי אין משך פֿון זייער שעפֿערישן לעבן אַרײַּן ביז גאָר פֿאַרשידענע קולטורעלע השפּעות. דער זכר פֿון דער אַלטער היים קומט אין באַריר מיט נײַע אײַנדרוקן און דערפֿאַרונגען; דאָס ייִדישע מאַמע־לשון ווערט באַרײַכערט און באַפֿרוכפּערט דורך נײַע קלאַנגען און באַגריפֿן. די ייִדישע ליטעראַטור איז קיין מאָל ניט געווען "ריין" און "אויטענטיש" אינעם לינגוויסטישן אָדער קולטורעלן זין. זי איז תּמיד געשטאַנען אין אַן אָפֿענעם דיאַלאָג מיט דער אַרומיקער וועלט. ווען מען וויל פֿאַרשטיין אַ ייִדישן שרײַבער און אָפּשאַצן זײַן ווערט, דאַרף מען זיך קודם־כּל דערוויסן, פֿון וואַנען ער שטאַמט און וואָס פֿאַר אַ וועג ער האָט דורכגעמאַכט אין זײַן לעבן.

אין דעם זין איז באָריס סאַנדלערס שעפֿערישע ביאָגראַפֿיע סײַ טיפּיש און סײַ יוצא־דופֿנדיק. אַ סך ייִדישע שרײַבער אינעם 20סטן יאָרהונדערט האָבן געוואַנדערט צווישן מיזרח־אייראָפּע, ישׂראל און אַמעריקע. אַזאַ מין וועג איז אויך ניט קיין זעלטנקייט פֿאַר די סאָוועטישע ייִדן. אָבער סאַנדלער איז דער איינציקער ייִדישער שרײַבער פֿון זײַן דור, וואָס האָט שעפֿעריש פֿאַרפֿיקסירט אָט די קאָלעקטיווע דערפֿאַרונג אין זײַנע ווערק.

דאָס נײַע בוך "רויטע שיכעלעך פֿאַר רייטשעל" באַשטייט פֿון דרײַ מעשׂיות, וועלכע שפּיגלען אָפּ אַלע דרײַ תּקופֿות אינעם מחברס ביאָגראַפֿיע. די געאָגראַפֿיע פֿון סאַנדלערס שאַפֿונגען איז ברייט, אָבער דער רוים, וואָס זײַנע העלדן באַוווינען, בלײַבט תּמיד גאַנץ שמאָל׃ אַ קליין דירהלע ערגעץ אין בעלץ, נצרת־עילית אָדער ברײַטאָן־ביטש. די נאָענטע פּערספּעקטיוו דערמעגלעכט דעם מחבר צו באַשרײַבן זײַנע העלדן מיט אַלע פּישטשעווקעס. דאָס זײַנען כּסדר היימישע מענטשן, בעסאַראַבער ייִדן, וועלכע פֿילן זיך אַ ביסל פֿאַרלוירן אין דער פֿרעמדער סבֿיבֿה. זיי האַלטן זיך אָן פֿאַר די רעשטן פֿונעם אַלטן לעבן, פֿאַר אַלטע זאַכן און אַלטע זכרונות.

שׂרה־סאַרוניע, די עלטערע העלדין פֿון דער נאָוועלע "ערגעץ אויפֿן האַלבוועג פֿון בענקשאַפֿט", "האָט ליב צו לייענען די שיינע, רירנדיקע געשיכטעס פֿון פּשוטע ייִדישע מענטשן, מערסטנס, פֿון איר דור און שניט", וואָס זי געפֿינט אין דער ישׂראלדיקער רוסישער צײַטונג. איר טאָג־טעגלעכער סדר–היום ווערט צעשטערט, ווען עס באַווײַזט זיך אַ גאַסט פֿון דער שפּילבערג־פֿונדאַציע, וואָס וויל פֿילמירן איר לעבנס־געשיכטע פֿאַרן חורבן־אַרכיוו.

דער אינטערוויו וועקט אויף שווערע מלחמה־זכרונות פֿון טולטשינער געטאָ און דעם טויט־לאַגער אין פּעטשערע. סאַרוניע פֿילט, "אַז זי איז ווידער געבליבן שטיין ערגעץ אין מיטן אַ וועג, איינע אַליין, און זי קען בשום־אופֿן ניט באַשליסן, צי זי דאַרף גיין גלײַך, אָדער זיך פֿאַרקערעווען אויף צוריק". סאַרוניעס געפֿיל "אין מיטן וועג", פֿון שטעקן אין נצרת־עילית צווישן בעלץ און טאָראָנטאָ, וווּ עס וואַרט אויף איר די טאָכטער; און האַמבורג, וווּ ס'האָט זיך באַזעצט איר זון, איז אַ שליסל־מעטאַפֿאָר, וואָס העלפֿט צו פֿאַרשטיין סאַנדלערס קינסטלערישן וועלטבאַנעם.

זײַנע העלדן זײַנען "קליינע מענטשעלעך", וואָס בענקען נאָך רו און היימישקייט. אָבער אַנשטאָט דעם מוזן זיי, נעבעך, וואַנדערן איבער דער וועלט. זיי קאָנען פֿאַרלאָזן איין אָרט און זיך אַריבערקלײַבן אויף אַן אַנדערן, אָבער זיי זײַנען ניט בכּוח אָפּצושטעלן דעם לויף פֿון דער צײַט. און מיט דער צײַט באַקומט דער נעכטן אַלץ מער שליטה איבערן הײַנט׃ "קום, זיי וואַרטן מיר זאָלן קומען צו זיי, די שאריתן פֿון אונדזער נעכטן..." — די דאָזיקע ווערטער הערט סאַרוניע פֿאַרן טויט.

דער שטעטלדיקער עבֿר וואַרפֿט אַ לאַנגן שאָטן אַפֿילו אויף די, וואָס האָבן צו אים ניט קיין דירעקטן שײַכות, ווי עס קומט פֿאָר מיט דער העלדין פֿון דער נאָוועלע "רויטע שיכעלעך פֿאַר רייטשעל". געבוירן אין ניו־יאָרק, בלײַבט רייטשעל־רחל, אַפֿילו קעגן איר ווילן, צוגעבונדן צו איר מאַמעס היימשטעטל מעזריטש. דאָס שטעטל איז "געבליבן ליגן ערגעץ פֿאַררוקט אין זכּרון, ווי אַן אויסגעטריקנט בלימעלע, אַ פֿאַרקוועטשטס ערגעץ צווישן די זײַטעלעך פֿון אַ דיקן אויסגעלייענטן בוך."

רייטשעל איז באַשערט צו טרעפֿן אַ מאַן פֿון דער "אַלטער היים". אין דעם איז פֿאַראַן אַ שטיקל "איראָניע פֿונעם גורל"׃ בעת דער עלטערער דור פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן ווערט צעזייט און צעשפּרייט איבער ישׂראל, אייראָפּע און אַמעריקע, טרעפֿן זיך זייערע קינדער, וואָס זײַנען געבוירן געוואָרן אויף פֿאַרשידענע קאָנטינענטן, ווי על־פּי־צופֿאַל, אין ברײַטאָן־ביטש, כּדי ממשיך צו זײַן דעם אַלטהיימישן לעבנס־שטייגער. אין דער פּשוטער ליבע־געשיכטע פֿון רייטשעל און יאַשע שפּילט זיך אויס די אַלטע חומש־מעשׂה וועגן יעקבֿ־אבֿינו און רחל־אימנו אויף אַ באַשיידענעם, שטעטלדיקן אופֿן, וואָס דערמאָנט אין איציק מאַנגערס "חומש־לידער".

די לעצטע דערציילונג אינעם בוך, "לימודים פֿון סאָלפֿעדזשיאָ", ברענגט דעם לייענער צו דעם מחברס יוגנט. מיט אַ ווייכער איראָניע דערציילט ער די אַלטע מעשׂה וועגן אָדם און חווה, וואָס שפּילט זיך אויס צווישן דעם יונגן בחור און זײַן מוזיק־לערערין אין בעלץ. די ראָלע פֿונעם פֿרוכט פֿונעם עץ־הדעת שפּילט דערבײַ דאָס אַלטע אינדישע בוך "קאַמאַסוטראַ", וואָס זיי לייענען אין איינעם — ביז עס קומט דער שטראָף, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַזאַ "חטא".

די לעצטע מעשׂה, וואָס ווערט דערציילט פֿון דער ערשטער פּערזאָן, וואַרפֿט אַ נײַע שײַן אויף די ביידע פֿריִערדיקע, גרעסערע נאָוועלעס אינעם בוך. סאַנדלער אַטנפּלעקט דאָ די טעכניק פֿון זײַן דערציילערישער מײַסטערשאַפֿט. זײַנע ווערטער ווערן געבוירן פֿון דער צײַט־מוזיק, וואָס ער הערט אַרום זיך. אין דעם, אַגבֿ, באַשטייט די קונסט פֿון סאָלפֿעדזשיאָ, ווי עס ווערט דערקלערט אינעם עפּיגראַף צו דער דערציילונג׃ "רופֿן אויף אַ קול די נעמען פֿון די נאָטן, וואָס מען הערט."