(דער ייִנגסטער פֿון די דרײַ באַרימטע ברידער פֿון טריסק)
מיט צוויי חדשים צוריק, דעם 4טן דעצעמבער 2008, איז אַוועק אין דער אייביקייט דער ייִדישער דיכטער און לערער מאַטעס אָליצקי ז"ל.
מיט זײַן פּטירה האָט אונדזער ייִדיש־מחנה פֿאַרלוירן איינעם פֿון די לעצטע ייִדישע פּעדאַגאָגן פֿון פֿאַרן חורבן, און אַן אייגנאַרטיקן דיכטער, וועלכער האָט מיט זײַנע צאַרטע, לירישע און געפֿילפֿולע לידער פֿאַרנומען אַ בכּבֿודיק אָרט אין אונדזער הײַנטצײַטיקער ייִדישער פּאָעזיע.
מאַטעס האָט געשטאַמט פֿון אַ מיוחסדיקער משפּחה אין טריסק, פּוילן, הײַנט אוקראַיִנע. ער איז געווען דער ייִנגסטער פֿון נײַן ברידער און שוועסטער. אין זײַן קינדהייט האָט ער באַקומען אַ טראַדיציאָנעלע ייִדישע דערציִונג און איז אויפֿגעוואַקסן צו זײַן אַ ייִדיש־לערער אין די ציש"אָ־שולן פֿאַר דעם קריג, און אַ ייִדישער דיכטער, אַזוי ווי זײַנע אַנדערע צוויי ברידער ברוך און לייב, וועלכע זענען געווען ברייט באַקאַנט מיט זייערע ליטעראַרישע שאַפֿונגען אין דעם פֿאַר־מלחמהדיקן פּוילן און אין דער גאָרער ייִדישער וועלט.
דרך־אַגבֿ: איך געדענק ווען זײַן ברודער ברוך איז געווען אין די לעצטע יאָרן פֿאַרן קריג אַ לערער אין דער ייִדישער פֿאָלקשול פֿון ציש"אָ אין מײַן היימשטעטל זשעטל. ער איז געווען שטאַרק באַליבט בײַ די שילער, און נאָך מער בײַ די שטעטלדיקע מיידלעך. מיט זײַן אַטראַקטיווער געשטאַלט, מיט זײַן הויכער, שוואַרצער, קוטשמע האָר, מיט זײַן ראָמאַנטישער פּערזענלעכקייט און מיט זײַנע שיינע לידער...
מיט מאַטעסן האָב איך זיך באַקענט נאָך דעם קריג, אין 1946, אין דעם פּליטים־לאַגער עשוועגע אין דײַטשלאַנד. אונדזער באַגעגעניש איז בײַ מיר טיף אײַנגעקריצט אין זכּרון. איך געדענק עס, ווי עס וואָלט ערשט נעכטן געשען. אויך מאַטעס האָט עס גוט געדענקט, ער האָט עס באַשריבן מיט 7 יאָר צוריק אין אונדזער “פֿאָרווערטס".
נאָך דער מלחמה האָבן מאַטעס און זײַן פֿרוי סאָניע, זיך אומגעקערט פֿון סיביר קיין פּוילן. נאָך לאַנגע וואָגלענישן זענען זיי אָנגעקומען אין 1946 קיין דײַטשלאַנד און זיך באַזעצט אין דעם D.P.־לאַגער “טײַכהאָף", ניט ווײַט פֿון קאַסעל, אין דער אַמעריקאַנער זאָנע. אין דעם דאָזיקן קליינעם לאַגער, האָט מאַטעס, דער דיכטער און געוועזענער ייִדיש־לערער, ניט געפֿונען קיין רו: עס איז אים געווען שווער זיך אַײַנצופּאַסן אין דעם דאָרטיקן צוזאַמענקום פֿון די פּליטים פֿון אומעטום, פֿון גאַנץ אייראָפּע. ער האָט געגאַרט ווידער צו זײַן טעטיק ווי אַ לערער און שעפֿעריש ווי אַ דיכטער און פּראָזאַיִקער. ער און זײַן פֿרוי זענען געווען שטאַרק פֿאַרצווייפֿלט. אין זײַן באַשרײַבונג וועגן אונדזער באַגעגעניש דערמאָנט ער:
"...איך בין געווען אַ ‘בר־מזל’, ווען אין אַ שיינעם טאָג האָב איך באַקומען אַ בריוול פֿון אַ מרדכי (מאָטל) דוניץ, רעדאַקטאָר פֿון דער ייִדישער צײַטונג ‘אונדזער האָפֿענונג’ אין לאַגער עשוועגע. ער האָט מיך געבעטן איך זאָל קומען אים העלפֿן אין דער אַרבעט, ער האָט שוין אַפֿילו פֿאַר אונדז אַ וווינונג". מאַטעס האָט לאַנג ניט געוואַרט, “גענומען דעם פּלעצאַק און ווידער אין וועג זיך געלאָזט".
ווען ער איז אַרײַן אין מײַן אַרבעט־צימער, האָב איך געזען פֿאַר זיך אַ שטילן, טיף־פֿאַרזאָרגטן מאַן מיט אַ בלייך, אײַנגעפֿאַלן פּנים, אויף וועלכן עס זענען געווען קאָנטיק די שפּורן פֿון די שווערע, פֿאַרגאַנגענע יאָרן. זײַנע אומעטיקע, טריבע אויגן, האָבן מיט אַ מאָל אויפֿגעלויכטן פֿון שטוינונג: “סטײַטש, אַ ייִדישע צײַטונג אויף דער פֿאַרשאָלטענער דײַטשישער ערד נאָכן חורבן?" האָט ער זיך פֿאַרוווּנדערט.
די צײַטונג איז נאָך דאַמאָלסט דערשינען מיט לאַטיינישע אותיות, און איז געוואָרן אויסגעזעצט דורך עלטערע און יונגע דײַטשישע זעצער אין אַ דײַטשישער דרוקערײַ אין שטאָט עשוועגע, אויסערן־לאַגער. אויבן אויף דער ערשטער זײַט האָט עס אָבער געהאַט אַ ייִדישן “קאָפּ", געצייכנט מיט פֿעטע ייִדישע אותיות “אונדזער האָפֿענונג" — דאָס האָט פֿאַרענטפֿערט זײַן שאלה. איך האָב אים אויך דערקלערט, אַז איך דערוואַרט אין גיכן צו באַקומען פֿון אַמעריקע דורך דעם “דזשוינט" אַ קאָמפּלעט פֿון אַ ייִדישן זאַץ (ייִדישע אותיות), וואָס וועלן פֿאַרבײַטן די “קאַלטע" לאַטײַנישע אותיות אין דעם דײַטשישן לינאָטיפּ, אין דער דײַטשישער דרוקערײַ...
ער האָט אָנגענומען מײַן אײַנלאַדונג מיט פֿרייד; “זיך אַריבערצופּעקלען" מיט זײַן פֿרוי פֿון דעם נעבעכדיקן פּליטים־לאַגער "טײַכהאָף" צו אונדז קיין עשוועגע, מיט אַ גרעסער באַפֿעלקערונג און אַ צאָל ייִדישע אינסטיטוציעס. “און וואָס וועט זײַן מיט אַ וווינונג?" האָט ער שנעל אַ פֿרעג געטאָן, כּדי צו זײַן זיכער, אַז ער און זײַן פֿרוי וועלן האָבן אַ דאַך איבערן קאָפּ. “זאָרג זיך ניט", האָב איך אים געענטפֿערט, “איך וועל זיך באַמיִען בײַם לאַגער־קאָמיטעט, אַז דאָס פּאָרל אָליצקי וועט באַקומען אַ וווינונג, און זיי זאָלן אויך באַשטימען דײַן שׂכירות ווי אַ מיטאַרבעטער פֿון דער צײַטונג וואָס באַשטייט פֿון עטלעכע שפּײַז־פּאַקעטן פֿון אַמעריקאַנער ‘דזשוינט’".
מאַטעס האָט זיך שטאַרק דערפֿרייט און אַ צופֿרידענער שמייכל האָט זיך באַוויזן אויף זײַנע ליפּן. איך האָב אים אויך צוגעזאָגט צו געפֿינען אַרבעט פֿאַר זײַן פֿרוי. מיר האָבן זיך אָפּגעזעגנט און ער איז אײַליק אַוועק צו דער באַן, כּדי וואָס פֿריִער צו קומען צו זײַן פֿרוי און איר אָנזאָגן די גוטע בשׂורה.
העכער צוויי מיט אַ האַלב יאָר האָט מאַטעס מיטגעאַרבעט אין דער צײַטונג. זײַנע לידער, פֿעליעטאָנען און דערציילונגען, האָבן פֿיל בײַגעטראָגן צו דעם ניוואָ פֿון דער צײַטונג. זײַנע פֿילבאַרע און צאַרטע לידער, האָבן אויסגעדריקט זײַן אייגענעם און אונדזער אַלעמענס צער און ווייטיק אויפֿן חורבן פֿון אונדזערע היימען און דעם אומקום פֿון אונדזערע טײַערע משפּחות. די פּובליציסטישע אַרטיקלען פֿלעגט ער אונטערשרײַבן מיט אַ פּען־נאָמען “אַ. מאָספּאַניש" אָדער פּשוט “מ.אָ".
זײַן ערשט ליד “דײַטשלאַנד" איז דערשינען אין "אונדזער האָפֿענונג" דעם 9טן אויגוסט 1946. אָט זענען עטלעכע פֿערזן פֿון דעם דאָזיקן ליד:
די האַנט וואָס האָט געשלאָגן, וועט קיין פֿרײַנד ניט ווערן,
עס וועלן גוט ניט זײַן די ליפּן פֿון סאַדיסט.
אויף דײַנע גאַסן, דײַטשלאַנד, וועל איך אייביק הערן
דעם יאָמער פֿון מײַן שטעטל, וואָס דו האָסט פֿאַרוויסט.
דער רעגן טוט די גרעזעלעך דערפֿרישן,
דער ווינט פֿאַריאָגט דעם שטויב פֿון דיקע ווענט.
זיי וועלן אָבער קיין מאָל נישט פֿאַרווישן
דאָס בלוט פֿון מערדערישע הענט.
די רויטע דעכער דײַנע גייען צווישן כמאַרעס
זיי אַקערן אין זון ווי הייסע שטיקער פֿלאַם.
זיי שלאָגן אין מײַן האַרצן ווידער אָן געפֿאַרן,
ווי עס שלאָגט אין ברעגן אַן אויפֿגעוועקטער ים.
אין 1948 האָט מאַטעס אַרויסגעגעבן, מיט דער הילף פֿון דער צײַטונג “אונדזער האָפֿענונג" אַ לידער־זאַמלונג “אין פֿרעמדן לאַנד", וואָס איז דערשינען אין דײַטשלאַנד. אָט זענען דרײַ סטראָפֿעס פֿון דעם ליד “מײַנע ליפּן":
מײַנע ליפּן זענען קראַנק פֿון ציילן
די וואָס זענען מער נישטאָ.
קראַנקע ליפּן אויסצוהיילן
ווער איז דאָ?
אויב דער ווינט — וועל איך אים זאָגן,
וועל אים זאָגן דרייסט און אָפֿן:
האָסט מײַן ברודערס אַש געטראָגן
אין צו שיינער בלום געלאָפֿן.
* * *
...נישט פֿון פּײַנען זיי דערציילן,
נישט זיי שרײַען, קלאָגן, ברומען.
בלויז זיי ציילן, בלויז זיי ציילן
די וואָס זענען אומגעקומען.
נאָך זייער אָנקום קיין אַמעריקע, האָבן מאַטעס און סאָניע אָליצקי, מיט זייער משה, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין עשוועגע, זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק. מאַטעס האָט אָנגעהויבן אַרבעטן ווי אַ לערער אין איינער פֿון די “אַרבעטער־רינג"־שולן און איז געווען טעטיק ליטעראַריש אין אַלע געביטן פֿון ייִדישער קולטור. ער פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע לידער אין דער ייִדישער פּרעסע אין אַמעריקע און אין אויסלאַנד. אין זײַן צווייט בוך “פֿריילעכע טעג" דערשינען אין 1962, אַרויסגעגעבן פֿונעם בילדונג־קאָמיטעט בײַם “אַרבעטער־רינג" אין ניו־יאָרק האָט ער אַרײַנגענומען קינדער־לידער, שול־ און יום־טובֿ־לידער, וואָס זענען אינספּירירט געוואָרן אַ דאַנק זײַנע קאָנטאַקטן, באַגעגענישן און אַרבעט מיט די קינדער אין די “אַרבעטער־רינג"־שולן, וועלכע זענען געקומען פֿון ייִדיש־אַמעריקאַנער היימען.
זײַן דיכטערישע אויפֿנעמיקייט האָט דערוועקט אין אים אַ ווילן צו ברענגען און דערנענטערן דאָס אַמעריקאַנער ייִדיש קינד צום היימישן וואָרט און ליד. פֿאַר זײַן לידערבוך “געקליבענע לידער", אַרויסגעגעבן אין י.ל. פּרץ־פֿאַרלאַג, תּל־אָבֿיבֿ 1967, האָט מאַטעס אָליצקי באַקומען די פּרעמיע פֿאַר פּאָעזיע, עטאַבלירט בײַם אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס און ייִדישן "פּענקלוב" אין ניו־יאָרק. ער האָט מחבר געווען אַכט ביכער ייִדישער פּאָעזיע.
אין יאָר 1974 האָט ער באַקומען די פּרעמיע פֿונעם יעקבֿ ווײַסליץ־ און י. צימערמאַן־ ליטעראַטור־פֿאָנד אין סידני, אויסטראַליע.
אין צוגאָב צו זײַן פּעדאַגאָגישער אַרבעט, ווי אַ לערער אין די “אַרבעטער־רינג"־שולן אין ניו־יאָרק און ניו־דזשערסי, איז מאַטעס געווען ליטעראַריש אַקטיוו ווי דער רעדאַקטאָר פֿון דער “אַרבעטער־רינג"־צײַטשריפֿט “קולטור־לעבן" און רעדאַקטאָר פֿון “צוקונפֿט".
הונדערטער געוועזענע תּלמידים פֿון דער “פֿאַראייניקטער ‘אַרבעטער־רינג’־שלום־עליכם־אינסטיטוט־מיטלשול" וועלן אים געדענקען ווי זייער איבערגעבענער און סטימולירנדיקער דירעקטאָר, וועלכער האָט זיי באַגײַסטערט און אײַנגעפֿלאַנצט אין זיי ליבע צו דער ייִדישער ליטעראַטור און ייִדישער שפּראַך.
מיר, אַלע זײַנע פֿרײַנד און פֿאַרערער, וועלן אים געדענקען ווי איינער פֿון די דרײַ טאַלאַנטירטע אָליצקי־ברידער: לייב, ברוך און מאַטעס, וועלכע האָבן מיט לבֿ־ונפֿש בײַגעטראָגן און באַרײַכערט אין לויף פֿון אַ סך יאָרן אונדזער ייִדישע שפּראַך און קולטור אין אַלע זשאַנרען און אויף אַלע געביטן, אײַנשליסנדיק די ייִדישע דערציִונג אין די שולן פֿון ציש"אָ אין פּוילן פֿאַרן חורבן, און מאַטעס ווי לערער און מחנך פֿון הונדערטער, הונדערטער שילער אין די “אַרבעטער־רינג"־שולן אין אַמעריקע.