ייִדיש־וועלט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מרדכי צאַנין
מרדכי צאַנין

אַז מען זאָגט בײַ אונדז אין ישׂראל: "צאַנין", מיינט מען: ייִדיש; און אַז מען זאָגט: "ייִדיש" — מיינט מען צאַנין. די צוויי ווערטער, דער באַגריף און דער נאָמען, זענען פֿאַרבונדן איינער מיטן אַנדערן אין אַ גאָרדישן קנופּ. זיי זענען, למעשׂה, איינס און דאָס זעלבע.

איך בין צאַנינס אַ תּלמיד און אַ חסיד זינט איך בין, אין מערץ 1953 ווי אַ באַפֿרײַטער זעלנער נאָכן פֿאַרענדיקן מײַן דעמאָלט צוויי־יאָריקן מיליטער־דינסט און זוכנדיק אַרבעט, געקומען אין די "לעצטע נײַעס" פֿרעגן, אפֿשר האָבן זיי פֿאַר מיר עפּעס אַ צײַטווײַליקע טעכנישע אַרבעט אין דער רעדאַקציע. מײַן איינציקע קוואַליפֿיקאַציע איז געווען: איך האָב פֿאַר דער מלחמה, אין פּוילן, זיך געלערנט אין אַ ייִדיש־וועלטלעכער פֿאָלקס־שול, געלערנט ייִדיש — וועל איך דערווײַל דאָ אפֿשר קענען אַרבעטן ווי אַ קאָרעקטאָר, אָדער וואָס עס זאָל נישט זײַן אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדיש. איך האָב נאָך דעמאָלט נישט באַנומען, אַז אויך קאָרעקטור איז אַ פּראָפֿעסיע, וואָס מען דאַרף זי לערנען.

אונטער צאַנינס השגחה בין איך אָבער געוואָרן אַ זשורנאַליסט.

* * *

אין די "לעצטע נײַעס", וואָס צאַנין האָט געהאַט געגרינדעט מיט דרײַ יאָר פֿריִער, זענען מיר, די מיטאַרבעטער אין יענע יאָרן געוואָרן ווי אַ משפּחה. און, היות ווי איך האָב אַ לענגערע צײַט געאַרבעט אויך ווי אַ נײַעס־רעדאַקטאָר אין דער נאַכט־שיכט, קאָן מען דעריבער זאָגן — אַ משפּחה בײַטאָג און בײַנאַכט.

עס טרעפֿט אָבער זייער אָפֿט, אַז מען אַרבעט מיט מענטשן, מען זעט זיך מיט זיי זייער אָפֿט און מען ווערט זייער נאָענט — מען לערנט זייער כאַראַקטער און זייער שטייגער — און וועגן זייער פֿאַרגאַנגענהייט ווייסט מען גאָר ווייניק, אָפֿטמאָל גאָרנישט, און אויך ווען מע ווייסט עפּעס, פֿאַרגעדענקט מען דאָס נישט, ווײַל נישט אַלץ קריצט זיך דיר אײַן אינעם זכּרון. בײַ חבֿרישע געלעגנהייטן פֿלעגט צאַנין פֿון צײַט צו צײַט דערציילן עפּיזאָדן פֿון זײַן אינטערעסאַנטן ברויזנדיקן לעבן — און ער איז געווען אַ וווּנדערלעכער דערציילער — וועגן זײַנע פֿאַנטאַסטישע פּאַסירונגען אויף זײַן וואַנדערלויף נאָכן אויסברוך פֿון דער היטלער־מלחמה, פֿון וואַרשע דורך ווילנע מיט דער טראַנססיבירער באַן קיין יאַפּאַן, פֿון דאָרטן דורך אינדיע קיין תּל־אָבֿיבֿ נאָך אין 1941סטן יאָר — אָבער וועגן די יאָרן פֿון זײַן יוגנט אין זײַן געבוירנשטאָט סאָקאָלאָוו, און שפּעטער, פֿון 1921 אין וואַרשע — וועגן דער דאָזיקער תּקופֿה ווייסן מיר, ווי געזאָגט, כּמעט גאָרנישט. אין יענער תּקופֿה האָב איך נאָך צאַנינען נישט געקענט. און בלעטערנדיק אַנומלט אין דעם נײַ דערשינענעם פֿאַרנעמיקן בוך א"נ "גרינינקע ביימעלעך" פֿון דער פֿאָרשערין ד"ר עדינה בר־אל וועגן ייִדישע און העברעיִשע קינדער־צײַטונגען פֿון פֿאַר דער מלחמה, האָב איך דאָרט געפֿונען אַן אָנדײַט וועגן אַ געדיכט א"נ "דאָס ייִנגל מיט די בייגל", וואָס איז דערשינען פֿאַר דער היטלער־מלחמה אין "קינדער־פֿרײַנד", די אויסגאַבע פֿון דער צענטראַלער ייִדישער שול־אָרגאַניזאַציע ציש"אָ — און איך האָב זיך דערמאָנט, אַז מיר האָבן דאָס געלייענט און באַהאַנדלט אין קלאַס פֿון מײַן שול, וווּ איך האָב זיך געלערנט.

אין דער לאַנגער רשימה פֿון די ליטעראַרישע שאַפֿונגען, וואָס צאַנין האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין זײַנע יונגע יאָרן פֿאַר דער מלחמה, האָט זיך פּלוצעם אַנטפּלעקט פֿאַר מיר אַן אוצר פֿון אַן ערך 30 אַזעלכע שאַפֿונגען אין די 11 יאָר פֿון יענעם קורצן צײַט־אָפּשניט, אָנהייבנדיק פֿון 1928, ווען ער האָט דעביוטירט מיט זײַן דערציילונג "געלט", מיט אַ פֿעליעטאָן "אַהין און אַהער" און מיט אַנדערע שאַפֿונגען אין דעם זשורנאַל "אויפֿגאַנג".

באַוויזן האָט זיך צאַנין שוין דעמאָלט אין פֿאַרשיידענע פּובליקאַציעס, אײַנשליסנדיק די "וואָכנשריפֿט פֿאַר ליטעראַטור, קונסט און קולטור" — אויף אַלע מעגלעכע געביטן און טעמעס און אין אַלע זשאַנערס — דערציילונגען און ביכער־רעצענזיעס, פֿעליעטאָנען און טעאַטער־קריטיק, רעפּאָרטאַזשן און פּאָלעמישע אַרטיקלען — ער איז שוין דאַן געווען אַ שפּרודלדיקער קוואַל פֿון שאַפֿערישן גײַסטיקן אויסדרוק.

און שפּעטער, נאָך דער מלחמה, שוין דאָ אין ארץ־ישׂראל — פּאַלעסטינע, און נאָך אַלץ אַ יונגער שרײַבער, האָט ער, אויף דער וואָג פֿון יענע 30 קליינע און קורצע שאַפֿונגען פֿון פֿאַר דער מלחמה אַרויסגעגעבן איבער 30 גרויסע שאַפֿונגען פֿון זײַן גײַסטיקן סמבטיון — פֿון דעם שעפֿערישן מוח זײַנעם, וואָס האָט קיינמאָל נישט גערוט, אָן אַן אויפֿהער געשאַפֿן, און אויך דאָ אויף די פֿאַרשיידנסטע געביטן און אין די פֿאַרשיידנסטע זשאַנערס. זײַן קרוינווערק איז געווען די מאָנומענטאַלע זעקס־בענדיקע סעריע "אַרטאַפּאַנאָס קומט צוריק אַהיים", וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר דעם אומפֿאַרגעסלעכסטן ליטעראַרישן עפּאָס פֿון דעם אייביקן ייִד אין זײַן צוויי־טויזנט־יאָריקן וואָגל און געראַנגל, ביז צו דער פֿאַרטיליקונג פֿון זײַן מיזרח־אייראָפּעיִשן פֿליגל, דעם שטאַרקסטן מאָטאָר פֿון זײַן קיום.

צאַנין האָט אויסגעאַרבעט אַ ברייט־פֿאַרנעמיקן העברעיִש־ייִדישן און ייִדיש־ העברעיִשן ווערטער־בוך אין צוויי בענדער, וואָס באַשפּײַזן מיט עלעמענטאַרן וויסן דעם שטודירנדיקן נאָכוווּקס פֿון דער שפּראַך־דערקענטעניש. ער האָט אויך איבערגעזעצט אויף ייִדיש דעם "שיר־השירים" און "מגילת רות".

אָבער אויסער דעם קאָלאָסאַלן שאַפֿערישן גערעטעניש פֿון זײַן פּובליציסטישן און שרײַבערישן טאַלאַנט, איז צאַנין זײַן גאַנץ לעבן אויך אַ מוטיקער קעמפֿער פֿאַר די רעכט, פֿאַר דעם כּבֿוד, פֿאַרן קיום און המשך פֿון ייִדיש — נישט נאָר ווי דאָס מאַמע־לשון, נאָר ווי די קולטור־שפּראַך פֿון דעם ייִדישן קיום און המשך. דער גרעסטער אויפֿטו פֿון זײַן מוטיקן קאַמף איז געווען דאָס גרינדן, רעדאַגירן און אָנפֿירן מיט די "לעצטע נײַעס" — נישט נאָר ווי אַ טאָג־צײַטונג אין משך פֿון קרובֿ פֿערציק יאָר, נאָר ווי אַ טריבונע פֿון דעם קאַמף פֿאַר ייִדיש און ווי דער סאָציאַלער מדריך פֿאַר די הונדערטער־טויזנטער שארית־הפּליטה פֿון יענעם גיהנום, און האָט זיי געהאָלפֿן זיך אײַנגלידערן אין דעם ייִדישן לאַנד און אָפּהיטן זייער אידענטיטעט, די צוגעבונדנקייט צו זייערע גײַסטיקע וואָרצלען.

ליידער, האָט די מדינה נישט געוווּסט ווי אַזוי אָפּצוצאָלן צאַנינען מיט דעם געהעריקן כּבֿוד, וועלכן ער האָט אַזוי פֿאַרדינט. די מאַכט האָט נישט ליב געהאַט זײַן עקשנות און זײַן מוטיקן קאַמף פֿאַר ייִדיש, וואָס איז לאַנגע יאָרצענדליקער באַצייכנט און באַהאַנדלט געוואָרן ווי אַ פֿרעמד לשון, און ווערט אויך איצט באַהאַנדלט מיט גרינגשאַצונג. צוויי מאָל נאָכאַנאַנד האָבן די באַרופֿענע מאַכט־אינסטאַנצן אָפּגעוואָרפֿן די רעקאָמענדאַציע פֿון דעם גרויסן פֿרײַנד פֿון ייִדיש, דעם ריכטער (עמעריטוס) פֿון העכסטן געריכט ד"ר משה בייסקי — און זײַן גוט־מאָטיווירטע ווענדונג צוצוטיילן צאַנינען דעם "פּרַס ישׂראל" פֿאַר זײַנע גרויסע פֿאַרדינסטן פֿאַרן לאַנד.

צאַנין איז אַלע יאָרן דער סימבאָל פֿון ייִדיש אין דעם ייִדישן לאַנד, און אין דער באַציִונג צו צאַנינען איז אַלעמאָל געקומען צום אויסדרוק די באַציִונג פֿון דער מדינה־אָנפֿירונג צו ייִדיש.